גדר פילטער פון אהרונים
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:36 pm
ק/פ
וַתִּגְדְּרוּ גָדֵ"ר עַל־בֵּית יִשְׂרָאֵל • וְשָׁמְר"וּ דֶּרֶךְ ה'!
היסטארישע נייעס און דורכברוך וואס כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט מעלדן כ"א כסלו אין ארמארי בילדינג אויף מארסי עוו. אין וומסב"ג איבער די נייע מהודר'דיגע פילטער!!
יעצט קומט אן די פרייליכע נייעס אז עס איז ענדליך געלונגען צוצושטעלן אן אויסגעהאלטע סאפיסטיקירטע פילטער פאר די טויזענטער אנ"ש ההולכים בהדרכת כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
ווי באקאנט האט די רבי שליט"א זיך שטארק אריינגעלייגט צוצושטעלן אן אויסגעהאלטע פילטער, ווי מען האט אויך געהערט ביים גרויסארטיגע כינוס אויף טעילאר סטריט מעמד חומותיך וומסב"ג, איבער די וויכטיגקייט פון אן אייגענע פילטער.
שוין א לאנגע צייט וואס מען האט פרובירט און געארבעט אויף א גוטע פילטער אבער צוליב טעכנישע סיבות האט זיך עס טאקע פארשלעפט, אבער מ'איז נישט געזעצן מיט צאמגעלייגטע הענט, נאר געזעצן מיט עטליכע טעקנישאן'ס און אויסגעגעבן שווערע הונדערטער טויזענטער דאלארן, צוצושטעלן אן אייגענע פילטער פאר אנ"ש און ביזנעסער, אזוי אז סזאל די בעסטע און מהודר'דיגסטע אזוי ווי די רבי שליט"א פארלאנגט אייביג ביי אלע אנדערע זאכן פלייש, מצות, וכדומה.
אבער ליידער בעצת היצר איז עס נישט געגאנגען ווי מען האט מלכחחילה געוואלט, האט מען נישט געהאט קיין ברירה און מיט די הילף פון עסקנים לשם שמים איז געלונגען זיך צוזאמשטעלן מיט די "משומר" פילטער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין זייער גוט, ס'איז פון "דזשעי נעט" פילטער, נאר דורך "משומר" איז עס אויסגעארבעט און פארבעסערט מיט אסאך זאכן, און אזוי וועט מען אויך פארשפארן פאר קהל צו פארשווענדן עקסטערע געלטער, און פארשטייט זיך אויך צייט, אז עס זאל זיך נישט שלעפן נאך ביז ווער ווייסט ווילאנג.
די פונקטליכע דעטאלן און דעם "חוב קדוש" אויף יעדן זיך צוצושטעלן וועט מען הערן פון רבינו שליט"א כ"א כסלו.
אנ"ש קענען רואיג זיין אז אפילו צד מהרז"ל וועט טאקע קענען האבן צוטריט צו אונזערע פאון'ס, קאמפיוטערס, ווייל זיי האבן דאך די בעלות אויף די פילטער, אבער מיט די צייט האפן מיר וועלן אונזערע עסקנים אויך האבן צוטריט דערצו, אבער וועגן "קאסטומער פרייוועסי" האט מען אונטערגענומען די מאקסימאלסטע שריט צו פארזיכערן אז די "פרייוועסי" פון סיי וועלכע אנגעלעגענהייטן איבער דעם פילטער בלייבט אין געהיים!!! צד מהרז"ל האט מיט לויער'ס אונטערגעשריבן און אונז פארזיכערט אז ארויסגעבן סיי וועלכע סארט אינפארמאציע פון אנ"ש וואס וועלן זיך ארויפסיינען אויפן פילטער קען קומען מיט לעגאלע קאנסעקווענצן, אזוי קענען אונזערע אנ"ש זיין רואיג און העכסט צופרידן.
פארן באקוועמליכקייט פון אנ"ש וועט מען עפענען א נייע אפיס אונטער אונזער אייגענע נאמען, ווי געשריבן פריער וועט מען הערן אלע דיטאלן כ"א כסלו, און אזוי אויך ווען און וואו ס'וועט פארטיילט ווערן די אפליקאציע'ס וואס אלע אנ"ש וועלן דארפן אונטערשרייבן.
בלייבט איבער צו בעטן און האפן אז אנ"ש וועלן פארשטיין די נחיצות הענין, און אוועקקוקן פון זאכן וואס שמעקט אפשר נישט (וד"ל), די וויכטיגקייט פון האבן א פילטער שטייגט איבער אלע טענות און חשבונות, די טריפה'נע אינטערנעט האט שוין ליידער חרוב געמאכט אסאך שטובער.
רבינו שליט"א זיצט אין די טעג מיט די מנהלי המוסדות און וועט עומד זיין על המשמר אז אויך אין אונזערע מוסדות זאל מען נאר האלטן ווער עס שרייבט אונטער און לייגט ארויף א פילטער, און האלטן די שטוב ריין.
מער פרטים איבער דעם וועט מען הערן פון רבינו שליט"א ביים דינער אין ארמארי אין וויליאמסבורג.
כולנו לשמוע דברי חכמים • ובערת הרע מקרבך • כי גדול בקרבך קדו"ש ישראל!