בלאט 1 פון 1
די כ"א כסליו מסיבות (זכרונות פון די בחור'ישע יארן)
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:56 pm
דורך איש את רעהו
אלץ בחור האב איך געלערנט אין מער ווי עטליכע ישיבות און עפ''י רוב איז עס געווען אין אזעלכע געמישטע ישיבות פון חסידישע און ליטווישע בחורים, געווענליך פלעגט צוויי דריי מאל א יאר אויסקלאפען געפעכטן און חילוקי דעות צווישען די בחורליך וואס האבען ליב געהאט צו קאכען און זיך רייסען אויף פארשידענע טעמעס, איינס דערפון פלעגט זיין ערב די טעג פון כ''א כסליו ווען א געוויסע צאל בחורים אין ישיבה האבען געוואלט מאכן צוזאמקומען און זיך פרייען מיט זייער רבין'ס הצלה, פון די אנדערע זייט פלעגט אלץ זיין בחורים צומאל א גרויסער רוב און טיילמאל איז עס געווען א מיעוט בחורים וואס האבען אלץ געהאסט און געשימפט אויף אזא צוזאמענקום און האבן פרובירט צו שטערן די סעודה און מאורע פון די בחורים פון סאטמאר.
עס איז מיר קיינמאל נישט געווען פארשטאנדיק פארוואס די חילוקי דעות אויף די נושא דארף גיין אזוי שארף, ווען א ברסלבער גייט מאכן חגיגות אין זיינע אויסדערוועלטע טעג
אדער א וויזניצע בחור פארט לשמוח בשמחת רבו ומנהיגו
צו א ליבאוויטשער נעמט צאם א התוועדות אין א געהויבענע זמן גייט עס דען איינעם אן? פארוואס עפעס אלץ אין די טעג פון כ''א כסליו האט געמיזט זיין אזוי קאכעדיג צווישען די בחורים? איך ווייס נישט צו היינט איז עס נאך אזא אישו, אבער ווען איך האב מיט נישט לאנג צוריק זיך געדרייט אין די ישיבה'שע וועלט פלעגט אלץ זיין אמפערייען אין אזעלכע זמנים.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 13, 2014 9:20 pm
דורך דריידל
מסתמה איז דער עולם געווען זייער איבערגענומען פון די יט כסלו התוועדות'ן אז ווען צוויי טעג שפעטער האבן סאטמורים געוואלט זיך פרייען מיט דעם נשתכחה, האט עס זיי ארויסגענומען פון די כלים.
נאך א טעם קען זיין, אז אנדערש ווי אנדערע חסידותער ווי מ'ברענג בלויז ארויס די גדלות פון זייער רבי און זיין לעגעסי, וועלן סאטמורים גרויס מאכן זייער רבי דורך ארויסברענגן די גנות פון אנדערע. צ.ב.ש. זאגן אז די רבי איז געווען דער "ערשטער" אדער די "איינציגסטער", באגלייט מיט א ניגון והבדילנו מן התועים... (נישט אז זיי האבן נישט וואס צו פארקויפן, נאר פאר סאם ריזען איז עס אזוי.)
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:10 pm
דורך איש את רעהו
עס פלעגט נישט זיין קיין רעדעס אדער השקפה שיעורים, די בחורים פלעגן סתם פארברענגען ביי א טיש גארנישט אנדערש ווי אנדערע חסידות'ן, און עפ''י רוב האבן אנדערע בחורים פרובירט צו מאכען לעבעדיג מיט ויכוחים וועגן סאטמאר.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:10 am
דורך שמעון וואלף
די סאטמערע בחורים האבן מסתמה נישט רעספעקטירט די אנדערע חסידות'ן און כידוע גייט "ונתנו" הין און צוריק.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 2:16 pm
דורך איש את רעהו
[tag]שמעון וואלף[/tag] מיר האבן געלעבט זייער פריינטליך, אמאל פלעג איך זיך אינטערהאלטען מיט די קעגנערישע צד און אמאל מיט די אנדערע, עס איז קיינמאל נישט געווען קיין רוגזא אדער שארפע ווערטער אויסטויש.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:34 pm
דורך ישמעאל הכהן
איינער זאגט מיר אז אין בעלזע האט מען היי יאר כ''א כסלו נישט געזאגט תחנון. קען דאס איינער באשטעטיגן? אויב איז עס אמת איז דאס א תוצאה פון אנגעווארעמטע באציאונגען?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:24 pm
דורך היסטאריקער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז אין בעלזע האט מען היי יאר כ''א כסלו נישט געזאגט תחנון. קען דאס איינער באשטעטיגן? אויב איז עס אמת איז דאס א תוצאה פון אנגעווארעמטע באציאונגען?
ווייל ס׳ איז געווען שבת
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:49 pm
דורך איש את רעהו
געווען אמאל צייטען ווי אידן פלעגן נכשל ווערן מיט זאגען אפילו בעצם יום השבת להוציא מלבן

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:57 pm
דורך נתן מנחם
איך געדענק נאך אלץ בחור'ל ווי די אלטע סאטמאר רעביצין פלעגט פערזענליך טיילען בארשט מיט קארטאפעל ביי די כ"א כסלו מסיבות.
איך זיך נישט דא צו פארפירען קיין שמיעוס אבער וואס איז טאקע פשט אז די אלטע סאטמאר רעביצין איז געווען אזוי ווי א מאן? אין אזא פרומע חסידות ווי סאטמאר זאל מען אזאנס צולאזען? זי פלעגט אלס זיצען אין שוהל זאמלען צדקות רעדען מיט מענער וכו'
ווער געדענקט נישט ווען די רבי זי"ע איז צוזאמגעפאלען ביים סטראוק ווי נישט מער און נישט וויינגער נאר די רעביצין איז אריינגעלאפען אין שוהל אראפגעריסען די פרוכת און געוויינט יאמערלעך קולות. וואס איז פשט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:01 pm
דורך איש את רעהו
נתן מנחם האט געשריבן:איך זיך נישט דא צו פארפירען קיין שמיעוס
דעמאלטס גיי עס באבוער צימעס
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:20 pm
דורך לית דין בר נש
נתן מנחם האט געשריבן:ווער געדענקט נישט ווען די רבי זי"ע איז צוזאמגעפאלען ביים סטראוק ווי נישט מער און נישט וויינגער נאר די רעביצין איז אריינגעלאפען אין שוהל אראפגעריסען די פרוכת און געוויינט יאמערלעך קולות. וואס איז פשט?
אנטשולדיג דאס האט גארנישט מיט זיין א מאן
פונקט פארקערט דאס איז דוקא ווייל זי איז א פרוי
אין דער היים איז דאס גיוועהן זייער א נארמאלע זאך עס הייסט "איינרייסן" ווען עס האט זיך ליידער געמאכט אז איינער איז גיוועהן גאר שטארק נישט געזונט זענען די פרויען אריינגעקומען אין ביהמ"ד און אויפגעריסן די ארון קודש און מתפלל גיוועהן
שאל אביך ויגדך, זקניך ויאמרו לך
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:27 pm
דורך לית דין בר נש
נתן מנחם האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז די אלטע סאטמאר רעביצין איז געווען אזוי ווי א מאן? אין אזא פרומע חסידות ווי סאטמאר זאל מען אזאנס צולאזען? זי פלעגט אלס זיצען אין שוהל זאמלען צדקות רעדען מיט מענער וכו'
דאס איז אויך נישט קיין נייע זאך די ווייסט וויפיל פון די פריעדיגע צדיקים'ס טעכטער האבן דאס געטוהן נישט נאר דאס זיי פלעגן ארום פארן אין שטעט נאך געלט אין באגלייטונג פון אנדערע בנשקי"ם נישט פון די זעלבע גזע אלץ א זכייה צו קענען טוהן א חסד פאר'ן רבין'ס א טאכטער
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:49 pm
דורך נתן מנחם
לית דין בר נש האט געשריבן:נתן מנחם האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז די אלטע סאטמאר רעביצין איז געווען אזוי ווי א מאן? אין אזא פרומע חסידות ווי סאטמאר זאל מען אזאנס צולאזען? זי פלעגט אלס זיצען אין שוהל זאמלען צדקות רעדען מיט מענער וכו'
דאס איז אויך נישט קיין נייע זאך די ווייסט וויפיל פון די פריעדיגע צדיקים'ס טעכטער האבן דאס געטוהן נישט נאר דאס זיי פלעגן ארום פארן אין שטעט נאך געלט אין באגלייטונג פון אנדערע בנשקי"ם נישט פון די זעלבע גזע אלץ א זכייה צו קענען טוהן א חסד פאר'ן רבין'ס א טאכטער
מסכים. אבער פארוואז זעהט מען עס נישט היינטיגע צייטען מער? זענען מיר מער ערליך?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 3:50 pm
דורך לית דין בר נש
אכשר דרא
די האסט שוין אמאל גיהערט דער ווארט?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 6:05 pm
דורך איך אויך
יא ''איינרייסען'' איז געווען א העכסט נארמאלע ערשיינונג אינדערהיים ,סיי ביי די פשוטי העם און סיי ביי די חשובי הרעבעצינס.