בלאט 1 פון 3
דראמאטישע משכונות קריזיס אין סידני, אוסטראליע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:27 pm
דורך אפטעמיסט
אין די מינוט'ן שפילט זיך אפ א דראמאטישע משכונות-קריזיס אין אוסטראליע, וואו טעראריסטן האבן געשטורעמט א קאווע-הויז אין סידני און גענומען משכונות 13 מענטשן. פאליציי און פארמיטלער געפונען זיך אויפ'ן סצענע.
וואטשט לייוו:
https://au.news.yahoo.com/video/watch/1 ... ve-sydney/
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:30 pm
דורך אפטעמיסט
משכונות זענען געצווינגען געווארן צו שטיין ביים פענסטער מיט וואס זעט אויס צו זיין אייסיס פענער
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:31 pm
דורך אפטעמיסט
פאליציי אויפ'ן סצענע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:39 pm
דורך אפטעמיסט
באריכטן געבן אן אז די טעראריסטן האבן פארלאנגט פון פאליציי-פארמיטלער צו רעדן אויפן טעלעפאן מיט דעם פרעמיער מיניסטאר.
אויף די פאן וואס די צוויי משכונות האבן געהאלטן ביים פענסטער איז געשטאנען: "נישט דא קיין גאט אויסער אללה און מוחמד איז זיין שליח".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:39 pm
דורך איך אויך
די לאסס אוו לייווס איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך אבער פון די אנדערע זייט איז צומאל גוט אז די ליבאראלע קאנאדער און אוסטראלישע אוהבי האראבערס והטעראריסטן זאלן פילן ביי זיך אינדערהים וואס מד''י מאכט מיט טעגליך.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:40 pm
דורך מאטי
אבאמא איז א סך מער ליבעראל ווי הארפער.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:41 pm
דורך ישמעאל הכהן
ער מיינט די פאלק נישט די פירער
כ'בין אבער נישט באקאנט צי אוסטראליע איז אזוי ליבעראל, און איסלאם ליבהאבערס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:41 pm
דורך אפטעמיסט
סטעיטמענט פונעם פרעימער מיניסטאר
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:52 pm
דורך אפטעמיסט
ערשטע בילד פון איינער פון די טעראריסטן
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 7:55 pm
דורך איך אויך
פון די לייוו פיד איז משמע אז מען רעדט פון א איינצעלנעם טעראריסט ,פארשטיי איך ריכטיג?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:06 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט זאגן זיי אז ס'נישט קיין אייסיס פאן
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:08 pm
דורך אפטעמיסט
יא יא, כ'האב פריער געשריבן וואס שטייט אויפ'ן פאן.
[tag]איך אויך[/tag], האסט גוט געזאגט פריער. זאלן זיך די יפי נפש פון די אלע אייראפעישע לענדער זיך לערנען וואס די פרידליכע מוסלומענער זענען ביכולות צו טון. קוק אן די צעמישטע פנימ'ער אויף די אוסטראלישער:
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:13 pm
דורך אפטעמיסט
פרעסע קאנפערענס דורך די פרעימער מיניסטאר אין 20 מינוט. האלט עס מיט אויף די לינק אינעם ערשטן תגובה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:20 pm
דורך ישראל קאפקע
אויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:21 pm
דורך איך אויך
עס איז מיר ברור אז דער טעראריסט איז גרייט צו טוהן וואס עס פעלט זיך אויס כדי צו באגעגענן די 70 בתולות וואס ווארטן אויף עם... און די סיעג' וועט זיך פארשלעפן ביז ער ווערט מיד אדער מען שיסט עם פון אינדרויסן.
אה יעצט זעה איך אז די אוסטראלישע טעראר עקספערטן האלטן אויך אזוי.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:31 pm
דורך איך אויך
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:49 pm
דורך חד גדיא
וועלכע לייוו לינק ארבייט אויפ'ן פאון?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:51 pm
דורך ביבער
איך אויך האט געשריבן:די לאסס אוו לייווס איז קיינמאל נישט קיין גוטע זאך אבער פון די אנדערע זייט איז צומאל גוט אז די ליבאראלע קאנאדער און אוסטראלישע אוהבי האראבערס והטעראריסטן זאלן פילן ביי זיך אינדערהים וואס מד''י מאכט מיט טעגליך.
לערנט אייך שוין אויס דעם אלטן כלל, גארנישט איז גוט פאר אידן עווער, איך זעה ענדערש זיי זאלן באשולדיגן מדינת ישראל ווי איידער האבן מיטגעפיל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:04 pm
דורך אפטעמיסט
נייעס באריכטן געבן אן אז ווי עס שיינט איז די רעדע פון אסאך מער פון 13 פארכאפטע. ווי מען גלויבט רעדט מען פון בערך 50 פארכאפטע.
דער פרעימער האט יעצט געענדיגט רעדן און גארנישט מחדש געווען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:07 pm
דורך איך אויך
נאר צו באמערקן אז אין סידני איז יעצט הויך זומער און אפשר האלב פון די פאליסלייט גייען מיט קורצע הויזן. כ'מיין מען זעהט נישט אזאנס אין ערגעץ באט דען עגען אוסטראליע איז א פריטי לעיד בעק סאסייעטי.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:14 pm
דורך ביבער
ישראל קאפקע האט געשריבן:אויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.
סנישט ליבעראל און נישט קאנסערוועטיוו, ס'איז דעמאקראטיע, מיט א שונא וואס רעכנט זיך נישט מיט דעמאקראטיע מעג מען מיט יענעם אויך נישט זיין, דעמאקראטיע קען נאר ארבעטן אויב יעדער האלט מיט מיט דעם.
70 יאר האט גענומען פאר מדינת ישראל איינצוזעהן אז מען מוז מאכן א חוק הלאום, מען מוז לימיטן דעמאקראטיע אז נישט איז דאס גאנצע לאנד אין א סכנה, וויפיל יאר און וויפיל קרבנות וועט נעמען פאר די וועסט ביז ראסיזם קעגן אראבערס וועט זיין ליגעל?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:46 pm
דורך ישראל קאפקע
ביבער האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:אויסטראליע איז נישט ממש אין אייראפע, און ביידע סיי קאנאדע און סיי אויסטראליע זענען פיל מער קאנסערוואטיוו ווי די אייראפעאישע לענדער, בדרך כלל.
סנישט ליבעראל און נישט קאנסערוועטיוו, ס'איז דעמאקראטיע, מיט א שונא וואס רעכנט זיך נישט מיט דעמאקראטיע מעג מען מיט יענעם אויך נישט זיין, דעמאקראטיע קען נאר ארבעטן אויב יעדער האלט מיט מיט דעם.
70 יאר האט גענומען פאר מדינת ישראל איינצוזעהן אז מען מוז מאכן א חוק הלאום, מען מוז לימיטן דעמאקראטיע אז נישט איז דאס גאנצע לאנד אין א סכנה, וויפיל יאר און וויפיל קרבנות וועט נעמען פאר די וועסט ביז ראסיזם קעגן אראבערס וועט זיין ליגעל?
א שאד טאקע אז עס נעמט זיי אזוי לאנג, זיי דארפן זיך אפלערנען פון מ.י. און דערקלערן אויסטראליע א קריסטליך לאנד, פארוואס זיין אזוי פאליטיש קארעקט?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 10:07 pm
דורך שמערל
גראדע האט אוסטראליע נישט לאנג צוריק געלאזט פאלן אזעלכע קאנטראווערסיאלע ווערטער.