בלאט 1 פון 1
די עי היינז: חרדים זענען ערגער פון די מאפיע
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:02 pm
דורך John Doe
נאכן מוזן מודה זיין אין געבן ספעציעלע באהאנדלונגען פאר חרדישע מאלסעטער, בנוסף צו א סעריע פון נו יארק טיימס ארטיקלען, האט זיך היינז געפונען מיט פוטער אויפן קאפ, און ווי פרעה מיט פידשאמעס לויפט ער ארום א פארלוירענער זיך צו פארענפערן פאר וועם אימער. פאר ען פי אר האט ער געלאזט פאלן אזא באמבע ״די פרעשור און דראינגען וואס חרדים לייגן קעגן עדות זאגן אויף מאלעסטער איז ערגער פון מאפיא און פון פאליציי קוראפציע קעיסעס.״
חברה, גארטלט אייך אונטער ווייל מ׳גייט ליידן געפערליכע בושות, אונזער שבת גוי איז אריבער צו די אנדערע זייט און איז מגלה אונזער חרפה.
צום ביישפיל, ״נוא וואן גיווז עי דעם אבואט די וויקטימס (ס׳גייט קיינעם אהן אין די לינקע פיאה דאס געשריי פון די באטראפענע וואס זענען געווארן מאלעסטעד). זיי קעירן נאר צו שטיצן די אביוזער״ האט
היינז (נישט סתם עפעס אן אגעפעפארענעם נפגע) געזאגט.
www.wnyc.org/articles/wnyc-news/2012/may/30/brooklyn-da-says-victim-intimidation-orthodox-jewish-sex-abuse-cases-worse-mob-cases/
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:09 pm
דורך ידען
אוי וויי.
הייסט עס אז איך בין שוין מער נישט covered?
![בוכה או מאוד עצוב :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:29 pm
דורך לעמיל
ידען האט געשריבן:אוי וויי.
הייסט עס אז איך בין שוין מער נישט covered?
![בוכה או מאוד עצוב :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
you better watch your self
אינז דארפען דיך נאך דא
![צוחק :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:23 pm
דורך געפילטע פיש
איך מיין אז צו זאגן אז די אינטימידאציע איז ערגער ווי ביי די מאפיא איז אביסל איבערגעטריבן, אונז הארגענען נישט קיין עדות, איך האב נישט געזען קיין איין וויקטים אדער עדות אין וויקטים פראטעקציע.
אלע יארן איז ער געווען אין בעט מיט אונזערע "עסקנים" און יעצט ווען ס'דא היץ וויל ער אנלייגען די גאנצע שולד אויף אונזער קאמיוניטי, סוף גנב לתליה, ער וועט נאך אונטערגיין צוזאמען מיט דעי וועם ער וויל באגראבען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 2:53 pm
דורך John Doe
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין אז צו זאגן אז די אינטימידאציע איז ערגער ווי ביי די מאפיא איז אביסל איבערגעטריבן, אונז הארגענען נישט קיין עדות, איך האב נישט געזען קיין איין וויקטים אדער עדות אין וויקטים פראטעקציע.
אלע יארן איז ער געווען אין בעט מיט אונזערע "עסקנים" און יעצט ווען ס'דא היץ וויל ער אנלייגען די גאנצע שולד אויף אונזער קאמיוניטי, סוף גנב לתליה, ער וועט נאך אונטערגיין צוזאמען מיט דעי וועם ער וויל באגראבען.
אינעם ארטיקל איז ער מסביר אז ביי מאפיע אדער פאליס קוראפציע קעיסעס איז פארהאן וויטנעס פראטעקשאן וואס טוט שילדן עדות זאגער פון אינטימידעישאן, משא״כ ביי חרדים איז וויטנעס פראטעקשאן נישט שייך.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 2:55 pm
דורך יואליש
פסיכילאגישע דרוק, און א קאמיוניטי וואס האט די כוח און רצון צו איבערנאכט דיך מאכן פארלירן די זשאב, ווייב, קינדער, מוסודות, שול, חבירים, פאמיליע - קומט זייער נאנט צו די קאנטראל טאקטיקן וואס די מאפיא ניצט. נאכמער, מאפיא און גענג גרופעס שפראצען אויף און גייען אונטער, ס'איז נישט אלעמאל אן אייביגע פחד. די קאמיוניטי האלט דיך ביים קארג פון וויגל ביז די טהרה, ועד בכלל. קיין וויטנעס פראטעקציע (אדער זיך איבערקלייבן צו א פרישע ארט) העלפט אפי' נישט, ווייל אן ארטאדאקסישע חסידישע איד קען נאר לעבן דארט ווי די קאנטראל עקזעסטירט. ער ברויך א כשר'ע מקוה און א חסידישע שול און מוסדות פאר זיין ריזיגע משפחה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 4:30 pm
דורך אלבערט
דאס וועט לכאורה זיך זייער שלעכט אפרופן אויפן וועבערמאן קעיס, ה"י.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 8:27 pm
דורך [NAMELESS]
אלבערט האט געשריבן:דאס וועט לכאורה זיך זייער שלעכט אפרופן אויפן וועבערמאן קעיס, ה"י.
איך ווייס נאך א פרשה וואס ס'ריפט זיך זייער שלעכט אפ. א קאסטאדי מחלוקת וואס די פרוי באשילדיגט איר געוועזענע מאן אין אזעלעכע חטאים (און עס איז לכאורה נישט אמת אז ער האטעס געטוהן), און יעצט זענען זענען זיי זייער שטרענג געווארן קעגן דעם מאן, נאך די ארטיקעל אין די נוא יארק טיימס
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 8:45 pm
דורך הדד בן בדד
דער רבונו של עולם זאל האלטן די רעכטע האנט, עס איז טאקע נישט פשוט. עס איז זייער מעגליך ער זאל טאקע יעצט ווערן פויפסטליכער פונעם פויבסט, וועלנדיג ווייזן אז ער איז דוקא יא הארט קעגן חסיד'ישע מאלעסטערס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 8:56 pm
דורך [NAMELESS]
הדד בן בדד האט געשריבן:דער רבונו של עולם זאל האלטן די רעכטע האנט, עס איז טאקע נישט פשוט. עס איז זייער מעגליך ער זאל טאקע יעצט ווערן פויפסטליכער פונעם פויבסט, וועלנדיג ווייזן אז ער איז דוקא יא הארט קעגן חסיד'ישע מאלעסטערס.
לאמיר האפן אז די וואס דארפען נישט ליידן פון דעם זאלען נישט ליידן - און די וואס דארפען יא זאלען ליידן, און אוי זאלן זיי ליידן!!!
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 10:55 am
דורך יואליש
זיידעטשקע האט געשריבן:רחמנא ליצלן!! יעצט זעהט מען אז מ'פארדינט גארנישט מיט די אלע חניפות. יעצט וועט נאך זיין סאך ארגער. ה"י.
דאס אז מ'זאל טוישן דעם מהלך פאלט דיר גארנישט ביי. אלעס דרייט זיך ארום ווי מ'קען יא אדער נישט משחד זיין.
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 10:57 am
דורך יואליש
ראשעקאל האט געשריבן:אלבערט האט געשריבן:דאס וועט לכאורה זיך זייער שלעכט אפרופן אויפן וועבערמאן קעיס, ה"י.
איך ווייס נאך א פרשה וואס ס'ריפט זיך זייער שלעכט אפ. א קאסטאדי מחלוקת וואס די פרוי באשילדיגט איר געוועזענע מאן אין אזעלעכע חטאים (און עס איז לכאורה נישט אמת אז ער האטעס געטוהן), און יעצט זענען זענען זיי זייער שטרענג געווארן קעגן דעם מאן, נאך די ארטיקעל אין די נוא יארק טיימס
די פרומע חסידישע זענען גארנישט אונטערשטעליג ווען ס'קומט צו לופטיגע באשולדיגונגס אין קאסטאדי מחלוקות (און אפשר גאר סך מער פארגעשריטן דערין), ובפרט ווען מ'מיז "ראטעווען" קינדער פון א טאטע אדער מאמע וואס פירט זיך נישט ווי די רבי האט געוואלט.
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 5:47 pm
דורך smart
עס כאפט אפחד די חילול השם,
אלעס איז שילדוג דדער מנוול נחום ראזענבערג
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 6:37 pm
דורך געפילטע פיש
די מערסטע אויסגעהאלטן וואלט לכאורה געווען געי מערידש, אזוי קען מען אויסקראסען דעי טמא'נע פרויען פון די גאנצע פיקטשער...
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 7:04 pm
דורך John Doe
געפילטע פיש האט געשריבן:די מערסטע אויסגעהאלטן וואלט לכאורה געווען געי מערידש, אזוי קען מען אויסקראסען דעי טמא'נע פרויען פון די גאנצע פיקטשער...
אשפגתנו!
נשלח: מוצ"ש יוני 02, 2012 10:55 pm
דורך געפילטע פיש
געפילטע פיש האט געשריבן:די מערסטע אויסגעהאלטן וואלט לכאורה געווען געי מערידש, אזוי קען מען אויסקראסען דעי טמא'נע פרויען פון די גאנצע פיקטשער...
ווי אזוי איז דעי תגובה אנגעקומען דא? איך האב עם געלייגט אינעם
אכשר דרא אשכול.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 3:36 am
דורך John Doe
געפילטע פיש האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:די מערסטע אויסגעהאלטן וואלט לכאורה געווען געי מערידש, אזוי קען מען אויסקראסען דעי טמא'נע פרויען פון די גאנצע פיקטשער...
ווי אזוי איז דעי תגובה אנגעקומען דא? איך האב עם געלייגט אינעם
אכשר דרא אשכול.
ס׳איז זיכער געוועהן א טעות. לאז וויסן די מנהלים אין אישית.