מזל טוב
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 11:46 pm
מזל טוב!!
ווי שוין באוויסט קימט מיר א מזל טוב, ווייל מיר האבן געשלאסן א שידוך מיט אינזער טאכטער מיט א בחור כהלכה דער זין פון מיין חשובה מחותן זז"ג, און דעריבער גייען מיר מאכן מארגען אי"ה דעים מסיבת תנאים, על כן וויל איך אז איר זאלט קימען אנטייל נעמען אינעם גרויסארטיגן שמחה, עס וועט מיר זיין גאר איינגענעים זיך צי וואונטשען מזל טוב.
ווען איר גייט בעזר השם מיר וואונטשען, זאלט איר מיר זאגן מזל טוב גאר הויעך, איר וועט אוודאי מיר געיבן א ברכה אז איך זאל זעין א סאך אידיש נחת, אבער אויב ווילסטו מיר מרמז זיין אז פון היינט און ווייטער וועל איך ברויכן גיין שאפינג יעדען טאג דאן גיבט מיר א דריק אין די האנט, מיט דעים דריק וועל איך פארשטיין אז איך ברויך אנגרייטן כאטשיג א מאה אלף, איך וועל ברויכן אויפגעיבן אויף אלע מיינע פערזעענליכע רעכטן, זיך אריין לייגן ראשו וריבו אין אלע דיטאלן פינעם חתונה, אז אלעס זאל קלאפן ככל הראוי, איך וועל פארשטיין אז איר מיינט מיר צי זאגן אז איך וועל זיין דאָבּל פארקט ביי יעדע גאס פין גאנץ ניו יארק און משך פון די נעקסטע עלעף חדשים פילע מאל, אויך וועל איך פארשטיין בשעת מיינע בּיינדלעך ווערן צידריקט, אז איך מאך זיכער אז איר זענט אויף מיין ליסטע פון איינלאדענינג בריוו, מאכן זיכער אז די אדרעס איז נאך די זעלבע.
אויב ווילט איר אז איך זאל אויך פארשטיין אז איך ברויך זיך משתתף זיין און פארשידענע וואוילטעיטיגע צוועקן, דאן גיבזשע מיר אויך א שאקל מיט די האנט, נעמט אייך שאקלען מיין האנט ביז ווי לאנג די עלענבויגן קען כמעט ארויס קימען פון פלאץ, איך וועל דאן פארשטיין אז איר זענט א גרויסע עסקן, איך וועל פארשטיין אז כאטש איר האט נאך נישט די צוועק גרייט איצט ביים תנאים, אבער איך זאל זיין ריאיג, די וויכטיגע צוועק וועט זיכער אינטערקימען, איך וועל פארשטיין אז איר מיינט נאר מיין זכות, אלעס כדי איך זאל זוכה זיין אז די זיווג זאל עולה יפה זיין.
אויב זענט איר אליין חלילה דער נצרך, דהיינו אז איר האט שוין דער צוועק גרייט, צי ווייל איר זענט זעלבסט א עסקן פאר א גאר חשובה מוסד, צי ווייל איר האט אלע מאל א וויכטיגע ניצרך וואס באגלייט אייך ווען אימער איר קימט צין א שמחה, דאן זאלט איר חוץ מיר שאקלען די האנט, מיר אויך מסביר זיין וואס פאר א גיטע שידוך איך האב געטיען, און ווי שיין די תנאים איז, און אזוי מיר אינמיטן מסביר'ן, מיר געיבן אזא קנייטש מיט ווייטסטע חלק פינעם אויג, א שטייגער ווי איר זאלט וועין מיר מרמז זיין געב אהער די געלט איידער איך מקיל דיך אן בפני כל, איך וועל גלייך כאפן אז ווילאנג איך וועל אייך נישט אריין שמירן עפעס א שענערע סכום וועט איר נישט אויפהערן שאקלען מיין האנט, און אויב וויל איך נישט זוכה זיין צו איוב'ס יסורים, דאן זאל איך אייך ווי אמשנעלסטן עפעס אריין ריקן אינעם מזל טוב האנט פלאך, און איר וועט תיקף ומיד נאך א קליינע אימצופרידענע מינע, ווייל אולי וועל איך מוסף זיין עפעס, אבער כאטש זיך אינטערנעמען געיבן א הוספה ביז צי די חתונה, אלע יודעי חן ווייסן אז פנים זועפות איז די סגילה דערצו, און ערשט דאן וועט איר נאך לאזן פינעם שטארקן תפיסה דריק, איר וועט מיר דאן געיבן א לאז אפ די האנט אז מיין היט זאל שיעור פליען, און איך וועל אייך דאנקבאר זיין ווען איך וועל קענען רירן מיין האנט אויף אלע וועיגן אן קיין באזינדערע יסורים.
המחותן,