בלאט 1 פון 1

צענדליגע קינדער טויט אין פאקיסטאן טעראר אטאקע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 8:10 am
דורך [NAMELESS]
א שרעקליכע מעשה שפילא זיך אפ אין פאקעסטאן ווי טאליבאן האבן פארכאפט א סקאל. זיי האבן שוין גע'הרגעט צענדליגע קינדער. 500 קינדער זענען פארכאפט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:17 pm
דורך שמעקעדיג
שרעקליך!

בעת איך האב רחמנות אויף די אומשולדיגע קינדער, איז מיין שאלה צי דארף מען טאקע רחמנות האבן? אדער גייט עס אריין בגדר המרחם על רשעים?
איך אויך, און געפילטע, זענען מכובד מיך אויפצוקלערן, היות כ'בין נישט באקאנט מיט די פאקיסטאנע ווערטשאפט, עס קוקט מיר אויס אז זיי עסן א קוגל וואס זיי האבן אליינס אפגעקאכט, און דאמירן בעלמא (די וועלט זאגט בלע"ז) אז מען לייגט זיך שלאפן מיט קעץ שטייט מען אויף צעגראדזשעט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:21 pm
דורך כוכב
רחמנות איז נישט א באשטאנדטייל וואס מ'באשטעלט אויף עמעזאן מיט פרי שיפינג אויב איז מען א פריים מעמבער.
רחמנות איז אן אינסטיקטיווער געפיל פון א מענטשליך הארץ, און יא, מיין הארץ גייט אויס פון רחמנות ווען יונגע קינדער ווערן אויסגע'שחט'ן על לא עוול בכפם אפגעזען די ראסע און רעליגיע.
ווילסט עס אראפברענגען למטה מעשרה טפחים קענסטו נוצן דעם "באותו שעה כשרה היה" וואס די תורה זאגט אויף ישמעאל.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:26 pm
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:שרעקליך!

בעת איך האב רחמנות אויף די אומשולדיגע קינדער, איז מיין שאלה צי דארף מען טאקע רחמנות האבן? אדער גייט עס אריין בגדר המרחם על רשעים?
איך אויך, און געפילטע, זענען מכובד מיך אויפצוקלערן, היות כ'בין נישט באקאנט מיט די פאקיסטאנע ווערטשאפט, עס קוקט מיר אויס אז זיי עסן א קוגל וואס זיי האבן אליינס אפגעקאכט, און דאמירן בעלמא (די וועלט זאגט בלע"ז) אז מען לייגט זיך שלאפן מיט קעץ שטייט מען אויף צעגראדזשעט.

וואס איז בכלל די פראגע? אומשולדיגע קינדער אויסגעשאכטן.
אפילו ווען די קרבנות זאלן זיין (וואס זיי זענען נישט) פון די זעלבע פארטיי און עטנישע גרופע ווי די אטאקירער, זענען זיי אבער קינדער, דארף מען דען נישט רחמנות האבן אויף די קינדער וואס ווערן געבוירן צו א מאפיאנער? אדער א טעראריסט? דאס אליינס איז די גרעסטע רחמנות, געבוירן צו ווערן אין אזא קולטור.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:26 pm
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:רחמנות איז נישט א באשטאנדטייל וואס מ'באשטעלט אויף עמעזאן מיט פרי שיפינג אויב איז מען א פריים מעמבער.
רחמנות איז אן אינסטיקטיווער געפיל פון א מענטשליך הארץ

יישר כח.
איי געסס ווען חז"ל האבן געזאגט כל המרחם על רשעים וכו' האט נאך עמעזאן נישט עקזיסטירט....

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:29 pm
דורך ישראל קאפקע
פארוואס רופסטו אן יונגע קינדער רשעים?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 1:32 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב זיי קיינמאל נישט אנגערופן רשעים. עס איז נאר געווען א משל שאינו דומה לנמשל.
ואי תימא, אויף די קינדער איז נישט קיין גרויס רחמנות, עס ערווארט זיי ממילא נישט קיין געשמאק לעבן, אויבן אין הימל וועט זיי זיכער בעסער זיין; די רחמנות איז ליבערשט אויף זייערע עלטערן וועלכע פארלירן די קינדער.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 16, 2014 3:25 pm
דורך שמעקעדיג
אצינד זעה איך אין די נייעס אז אין תימן איז אויכעט ששון ושמחה (בל' סגי נהור), 2 קאר באמבעס האבן אויפגעריסן, אומברענגענדיג אמווייניגסטנס 31 מענטשן, 20 אומשולדיגע קינדער צווישן זיי.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 11:29 pm
דורך שמעקעדיג
איך קוק דא איבער מיינע נארישע תגובות און איך וויל ברבים אויסדרוקן חרטה פאר די אומריכטיגע מחשבות אקעגן די אומשולדיגע קינדער. זיי זענען בכלל נישט געווען אין פלאץ.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:41 am
דורך Yossy
ווער ווייסט , עס קען זיין אז אסאך פון די קינדער וואלטען אויפגעוואקסען suicide bombers ליידער מיט די היינטיגע ראדיקאלע מוסלימ`ס איז שווער צי האבן מיטלייד אין איך פארליר נישט קיין שלאף וועגען זיי.
איין זאך איז זיכער ווילאנג זיי הרגענען זיך צווישען זיך איז בעסער פאר אינז.