בלאט 1 פון 1

די "סי איי עי אינטעראגעישען פראגראם"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:43 am
דורך chusid
אמעריקע קערט זיך איבער אויף די ריפארט וואס איז ארויסגעקומען פון די פיינונגונג מעטאדן וואס די cia האט גענוצט אויף די אל קיידע טעראריסטן כדאי זיי צו משכנע זיין צו רעדן און ארויסגעבן אינפערמאציע, די ערגסטע איז waterboarding וואס מען גיסט וואסער אויפן מענטש אז ער שפירט ווי ער דערטענקט זיך, די דעמעקראטן זענען דערקעגן און האלטן אז דאס איז נישט מאראליש, און זיי לייגן צו אז עס האט ניטאמאל געהאלפן . אבער די יסודות'דיגע שאלה איז לכאורה צו מען דארף זיך אפהאלטן פון געוויסע מעטאדן וואס איז צו שארף אפילו עס וועט לכאורה ראטעווען לעבנ'ס... וואס האלט דער עולם?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:50 am
דורך פישלע העררינג
לכאורה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:11 am
דורך פלאוויוס
דא קומט אריין נאך א פאקטאר וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט: "שמור לי ואשמור לך". ווען אמעריקע שטעלט אוועק א פרעצעדענט פון נישט-פייניגן שונאים, קען מען דערנאך פארלאנגען ביי אנדערע זיי זאלן נישט פייניגן קיין אמעריקאנער געפאנגענע. נאך די יעצטיגע באריכטן למשל, איז זיכער שווערער פאר אמעריקע צו פארדאמען איסלאמיסטן וואס פייניגן אמעריקאנער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:24 am
דורך [NAMELESS]
די איסלאמע טעראריסטען פיינונגן עניוועי זייערע שונאים. די שאלה איז וואס איז אןיסגעהאלטען און יושרדיג. איך וואלט געזאגט אז מ'מעג פייניגן נאר איינער וואס איז זיכער א טערטריסט און האט בלוט אויף זיין הענט. איינער וואס מ'איז נאר "חושד" אין זיין א טעראריסט טאר מען נישט פייניגן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:27 am
דורך בשבילי!
פלאוויוס האט געשריבן:דא קומט אריין נאך א פאקטאר וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט: "שמור לי ואשמור לך". ווען אמעריקע שטעלט אוועק א פרעצעדענט פון נישט-פייניגן שונאים, קען מען דערנאך פארלאנגען ביי אנדערע זיי זאלן נישט פייניגן קיין אמעריקאנער געפאנגענע. נאך די יעצטיגע באריכטן למשל, איז זיכער שווערער פאר אמעריקע צו פארדאמען איסלאמיסטן וואס פייניגן אמעריקאנער.

ס'דא די גענעווע קאנווענשאן רולס וואס גייט אן פאר ציוויליזירטע לענדער מיט ארמייען, נישט אויף פאלקלאזע טעראריסטן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:42 am
דורך פלאוויוס
גערעכט. אבער לאמיר זאגן אז יעצט זענען מיר נאך מער חוזק ווען מיר פארלאנגען פון די פאלקלאזע טעראריסטן זיך אויפצופירן מענטשליך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:43 am
דורך בשבילי!
מיר זענען נישט. מיר וואטערבארען טעראריסטן, זיי פייניגן אומשילדיגע ציוועלע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:16 am
דורך פלאוויוס
די געפאנגענע זענען נישט שטענדיג זיכערע טעראריסטן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:20 am
דורך [NAMELESS]
פלאוויוס, וואס טוט זיך מיט זיכערע טעראריסטען. ביסט מודה מיט מיר אז בין לאדען האט מען געמעגט ארויספייניגן זיין פארשאלטענע לעבן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:52 pm
דורך פלאוויוס
דו פרעגסט 'עטיש' צי פראקטיש? עטיש גלייב איך נישט אז ס'דארף זיין אן אפהאלט צו פייניגן א מענטש וואס איז פאראנטווארטליך פאר ליידן פון אזויפיל אנדערע מענטשן (כאטש ס'איז דא א מקום עס צו דעבאטירן). פראקטיש גערעדט קען עס אבער האבן שווערע נאכווייען (און דא בין איך נישט דער מומחה אפצושאצן די זאך ריכטיג).