בלאט 1 פון 1

שושנים #2: נהי בכי תמרורים, נהי

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:11 am
דורך אפטעמיסט
פארמאטערט
מ'קען נישט אניאגן,
לעבן איר זייגט,
אנטשולדיגט פאר'ן זאגן.

איין טאג און נאך איינס
אולי היינט,
פון שפאלט איך קוק
צי די זון היינט שיינט.

ניין מיין קינד
א קול שרייט ניין,
א יונג בלומעלע —
אוועק וועט גיין.

זאג וועלט,
יקום.
הערסטו נישט דאס געוויין
און די קולות וברקים?

געצווינגען אהער
מסודר.
אבער יעדן טאג,
ווידער?

וואס וואלט געווען
רעה,
ווען אומשולדיגע מענטשן
האבן הנאה?

וועלט, וועלט
עפן די טויערן,
ביסטו בלינד
מיט פארשטאפטע אויערן?

איך וויין, איך כליפע
אויף די רך בשנים,
צמרמורת,
אוי, אם על הבנים.

אז דו ווילסט דווקא
נו, גוט
אבער, ביטע, לאז ארויס
מיר פון די שמיט.


(געשריבן אין ליכט פון דער ביטערער טראגעדיע מיט דעם אומקום פון א קליין ניין יעריג מיידעלע אין בארא פארק.)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:17 am
דורך פישלע העררינג
[פון 1 (די ווייניגסטע) ביז 5 (די מערסטע) כוכבים]

א) געדאנק: 5 כוכבים

ב) אויסשטעל: 5 כוכבים

ג) אויסדרוק: 4 כוכבים

ד) חידושים: 2.5 כוכבים

ה) טיפקייט: 1 כוכב

אוועראלל - הערליך שיין, מ'זאל עס שוין מער נישט ברויכן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:04 pm
דורך כוכב
דעם אמת געשמיסן אין פרצוף.
א פרעכטיגע קלאג ליד וואס מוטשעט אונז אלע פון מאל צומאל הערליך ארויסגעברענגט אין קונסט ווערטער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:10 am
דורך יאיר
דער שיר איז טיף, אריגינעל און פאעטיש. גאר שיין. אן עכטע שטיקל פאעזיע.
פישל'ע העררינג האט געשריבן:א) געדאנק: 5 כוכבים

ב) אויסשטעל: 5 כוכבים

ג) אויסדרוק: 4 כוכבים

ד) חידושים: 2.5 כוכבים

ה) טיפקייט: 1 כוכב

אוועראלל - הערליך שיין, מ'זאל עס שוין מער נישט ברויכן.

מיט'ן גרעסטן כבוד צום עדיטאר אין טשיף, פובליצירער, און גראפיקער פון דעם בארימטן קאווע בלעטער אויסגאבע, פארמאגסטו העכסט מאדנע פאעזיע סטאנדארטן. בכל אופן זע איך נישט וואס אזא שטומער ראטע פעלט אויס פאר יעדן פאעם.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 8:18 am
דורך פישלע העררינג
יאיר האט געשריבן: מיט'ן גרעסטן כבוד צום עדיטאר אין טשיף, פובליצירער, און גראפיקער פון דעם בארימטן קאווע בלעטער אויסגאבע, פארמאגסטו העכסט מאדנע פאעזיע סטאנדארטן. בכל אופן זע איך נישט וואס אזא שטומער ראטע פעלט אויס פאר יעדן פאעם.

לאמיר זיך האלטן צו קריטיקירען די פאעזיעס זעלבסט, נישט די אנדערע מגיבים. עס איז א פארמעסט, און יעדער מעסט לויט ווי ער מעסט...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:08 am
דורך ברסלבער
זייער שיין און הארציג. זאל דער רבש"ע שוין רחמנות האבן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:53 pm
דורך לית דין בר נש
מחבר טייערע אונז ווארטן איר זאלט זיך מגלה זיין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:48 pm
דורך אפטעמיסט
מיין ווייב'ס פאעמע.

א באנדע טיפושים. געהאט א געלעגענהייט זיך צו חנפ'ענען צו זי, און גארנישט; נאר 16 חברה האבן געהאט שכל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:12 am
דורך אפטעמיסט
דעפרעסט אביסל. ביטע נישט שיקן דאס בילד ווייטער משום גילוי

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:55 am
דורך מאטי
אזוי קוקט אויס דיין ווייב?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:59 am
דורך [NAMELESS]
דאס איז א בילד פון הערשעלע?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 2:18 am
דורך קינד_אן_קייט
א הארץ רירנדער פאעמע, באשיידנ׳טערהייט אפגעמאלן דאס עקזיסטענץ אונטער׳ן איינדרוק פון טרויער.

[tag]אפטעמיסט[/tag], ס׳שיינט אפשר ווי א סתירה צו דיין נאמען, אבער דאס איז דאך דער אפטעמיסט׳ס תפקיד, צו פארטרייבן די ווינטן פון צער, די כוחות פון לייד.

ייש״כ פאר׳ן בארירן מיין געפיל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 2:21 am
דורך ישמעאל הכהן
אויך איינע פון מיינע דריי אויסוואהלן