בלאט 1 פון 1

אלען גראס אויפ'ן וועג אהיים!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:14 am
דורך [NAMELESS]
ריפארט'ס זאגן אז אלען גראס וואס איז געווען געוועהן פארשפארט אין cuba אויף שפיאנאזש קלאגעס איז אויפן וועג אהיים קיין אמעריקא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:18 am
דורך בשבילי!
ברוך הטוב והמטיב

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:21 am
דורך [NAMELESS]
איינע פון די ענגלישע מעגעזינס (אפשר עמי?) האט ממש לעצטענס געהאט א גאנצע עסק וועגן אים, און פארפירט אז מ'האט אים פארלאזט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:25 am
דורך בשבילי!
דער טיימס האט נישט פארגעסן פון אים און כסדר געשריבן ארטיקלן און עדיטאריעלס אז מ'דארף אים באפרייען.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:48 am
דורך בשבילי!
שוין ס'געווען א דיעל... געוויסט! אמעריקע גייט באפרייען דריי קובאנישע שפיאנען.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:59 am
דורך דריידל
מזל טוב ר' אלען!

די שאלה איז נאר וואסארא פרייז אמעריקא וועט צאלן אין די לאנג ראון, ווען יעדע מדינה וועט וויסן אז אויב אמעריקא ארעסטירט זייערס א שפיאן דארף מען בלויז ארעסטירן אן אמעריקאנער וואס געפינט זיך ביי זיי אין לאנד און אמעריקא וועט דערנאך מאכן א פריזאנער סוואפ.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:01 am
דורך דריידל
בשבילי! האט געשריבן:שוין ס'געווען א דיעל... געוויסט! אמעריקע גייט באפרייען דריי קובאנישע שפיאנען.


אז די האסט געוויסט קומט זיך דיר שלעק פאר'ן עס נישט מעלדן דא. האמער, אונז פארמאג מיר איינעם מיט אינסייד אינפא און מיר ווערן נישט אפדעיטעד?!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:07 am
דורך גאלד
די קובאנער שפיאנען וואס אמעריקע לאזט ארויס האבן א טרויעריגע בלוטיגע היסטאריע, די באנדיטן האבן זיך אויסגעמישט אין די געגענטער אין דרום פלארידע ווי עס וואוינען די קובאנער אימגראנטן וואס זענען זייער פארהאסט קעגן זייער אלטער היימלאנד,ס רעזשים, און שרעקליך פאראומגליקליכט די פארבליבענע משפחה מיטגלידער אין קובע, די קובאנער אין פלארידע זענען שרעקליך אנגעווייטוגט אויף דעם געשעפט, אוואדי זענען זיי ציפרידן אז מ'לאזט ארויס גראס, אבער האלטן אז ס'צו א טייערע פרייז,

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:12 am
דורך בשבילי!
דריידל האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:שוין ס'געווען א דיעל... געוויסט! אמעריקע גייט באפרייען דריי קובאנישע שפיאנען.


אז די האסט געוויסט קומט זיך דיר שלעק פאר'ן עס נישט מעלדן דא. האמער, אונז פארמאג מיר איינעם מיט אינסייד אינפא און מיר ווערן נישט אפדעיטעד?!

געוויסט האב איך אז ס'דא א דיעל. ווייל די ניו יארק טיימס האט שטענדיג גע'שתד'ל דערפאר (פאר א סוואפ). און ס'נישט מסתבר אז קובא זאל פלוצלינג באפרייען אן עפעס באקומען.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:16 am
דורך ישראל קאפקע
גאלד האט געשריבן:די קובאנער שפיאנען וואס אמעריקע לאזט ארויס האבן א טרויעריגע בלוטיגע היסטאריע, די באנדיטן האבן זיך אויסגעמישט אין די געגענטער אין דרום פלארידע ווי עס וואוינען די קובאנער אימגראנטן וואס זענען זייער פארהאסט קעגן זייער אלטער היימלאנד,ס רעזשים, און שרעקליך פאראומגליקליכט די פארבליבענע משפחה מיטגלידער אין קובע, די קובאנער אין פלארידע זענען שרעקליך אנגעווייטוגט אויף דעם געשעפט, אוואדי זענען זיי ציפרידן אז מ'לאזט ארויס גראס, אבער האלטן אז ס'צו א טייערע פרייז,

וואס איז די מעשה מיט די דריי קובאנער שפיאנען? וואס הייסט בלוטיגע היסטאריע און וואס מאכט זיי באנדיטן ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:19 am
דורך [NAMELESS]
איז דאס א באווייז אז גראס איז טאקע געוועהן א שפיאן ?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 11:35 am
דורך שמעון וואלף
לכאורה

חוץ אויב פרעזידענט אבאמא האט געהאט אנדערע פרעזשור אים אהיים צו ברענגן. אינטער נארמאלע אומשטענדן וואלט מען זיך נישט געדארפט אינטערברעכן צו קובא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:02 pm
דורך ישראל קאפקע
ראשעקאל האט געשריבן:איז דאס א באווייז אז גראס איז טאקע געוועהן א שפיאן ?

ניין ער האט נאר געטון עפעס וואס לויט די קובאנער געזעץ איז עס אומלעגאל, און ער האט עס געטון אונטער אן אמעריקאנער רעגירונג 'הילף ארגאניזאציע' (USAID) וואס איז לויט לעצטיגע אנטדעקונגען געווען פארנומען מיט אנדערע זאכן ווי 'הומאניטארישע הילף', ווי למשל אונטערברענגען דעם קאסטרא רעזשים, און אונטערהייצן דעם יוגנט צו רעוואלט.
ווי עס שיינט האט קובא חושד געווען די ארגאניזאציע די גאנצע צייט, און נאך וואס די נייעס איז געבראכן געווארן און א שטארקע צוזאג אז די זאכן גייען נישט פארזעצן, האט קובא געקענט טראכטן פון ארויס לאזן גראס.
לויט דעם איז אלען גראס פשוט אן קרבן צו די שפיל/שפיצל וואס די ארגאניזאציע פאר וועלכע ער האט געארבעט האט געטון אין קובא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:18 pm
דורך גאלד

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:27 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איז דאס א באווייז אז גראס איז טאקע געוועהן א שפיאן ?

ניין ער האט נאר געטון עפעס וואס לויט די קובאנער געזעץ איז עס אומלעגאל, און ער האט עס געטון אונטער אן אמעריקאנער רעגירונג 'הילף ארגאניזאציע' (USAID) וואס איז לויט לעצטיגע אנטדעקונגען געווען פארנומען מיט אנדערע זאכן ווי 'הומאניטארישע הילף', ווי למשל אונטערברענגען דעם קאסטרא רעזשים, און אונטערהייצן דעם יוגנט צו רעוואלט.
ווי עס שיינט האט קובא חושד געווען די ארגאניזאציע די גאנצע צייט, און נאך וואס די נייעס איז געבראכן געווארן און א שטארקע צוזאג אז די זאכן גייען נישט פארזעצן, האט קובא געקענט טראכטן פון ארויס לאזן גראס.
לויט דעם איז אלען גראס פשוט אן קרבן צו די שפיל/שפיצל וואס די ארגאניזאציע פאר וועלכע ער האט געארבעט האט געטון אין קובא.

א) אלען גראס האט נישט געארבעט פאר אמעריקע, נאר פאר א קאמפאני וואס אמעריקע האט געדינגען צו פארשפרייטן קאמוניקאציע מיטלען אן א פערמיט, וואס איז אומלעגאל אין קובא און אין אנדערע דיקטאטורישע רעזשימען.
ב) זעלבסטפארשטענדליך אז דער ציל פון די קאמוניקאציע מיטלען איז געווען צו העלפן פארשפרייטן דעמאקראטיע אין קובא, וואס איז נגד רצונם פון האחים החשובים קאסטרא, אבער איך האב נישט געזען אין ערגעץ אז אמעריקע זאל דירעקט העצן דער יוגנט אין קובא פאר רעוואלוציע.
ג) אלען גראס איז נישט געפאלן א קרבן, ער האט געוואוסט פונקטליך וואס ער טוט, נעמליך, פארשפרייטן אינטערנעט אין א דיקטאטורישע רעזשים, אריינגערעכנט די ריסק אינוואלווד.
ד) זעלבסטפארשטענדליך אז דער באפרייאונג איז בלויז א חלק פון ברייטערע פארהאנדלונגען, נישט עפעס א שיינע אקט פון קובא וואס זיי האבן געטון נאך דעם צוזאג אז מען וועט זיי מער נישט בא'עולה'ן, כאטש דאס איז די אפיציעלע ווערסיע. אויב שוין שפעקולאציעס, איז די גלייכסטע טעאריע צו זאגן אז מיט'ן ארעסטירן גראס איז דער ציל פון קובא טאקע געווען צו צווינגען אמעריקע צו טוישן זייערע שטרענגע פאלעסיס און/אדער באפרייען זייערע שפיאנען.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 12:53 pm
דורך ישראל קאפקע
אלען גראס האט געארבעט פאר USAID, און כאטש דאס וואס ער האט געטון איז אומלעגאל אין קובא, איז עס זייער אומגעווענליך און לייגט זיך נישט אויפן שכל אז פארדעם זאל מען פאראורטיילן פאר פופצן יאר (אפי' אין קובא).
זיין שלעכטן מזל איז געווען די באהאלטענע און פיל הארבערע שריט וואס יועסעיד האט געטון אן די וויסן פון גראס, און כאטש וואס גראס האט געוויסט די ריזיקע פון 'זיינע' שריט האט ער נישט געוואוסט ווי ווייט די ריזיקע גייט ארבעטנדיג פאר יועסעיד.
פאר די סקאנדאל מיט די יועסעיד ארגאניזאציע גיב א גוגל זוך USAID Cuba scandal.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:36 pm
דורך לייב פאללאק
אבאמא האט געזאגט אין זיין דרשה אז גראס איז באפרייט געווארן צוליב הומאניטארישע סיבות
ער גיבט אויך קרעדיט פארן פויפסט

באזונדער האבן זיי באפרייט א וויכטיגע אמעריקאנער שפיאן וואס זיצט שוין דארט סיקרעטלי פאר צוויי דורות פאר א טויש מיט די דריי וואס האבן שפיאנירט אין פלארידע פאר קובא

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:34 pm
דורך פלעין יודיש
למיטב זכרונותי איז דאס שוין די דריטע יאר נאכאנאנד וואס כלל ישראל מאכט הטוב והמיטיב אינעם ערשטן לעכטל חנוכה
תשע''ג מיטן באפרייען ר' משה אליעזר זיגעלמן ספינקא רבי'ס גבאי
תשע''ד באפרייונג פון יענקי עסטרייכער באליוויע
און אצינד תשע''ה ר' אלען שליט''א
קיקט אויס אז די זמן איז פאר דעם מסוגל
לאמיר מתפלל זיין פאר ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין
מרדכי יצחק בן פייגא יהודית סאמעט
צבי ברוך בן אסתר יהודית בלומגארטען
און פאר אלע יושבי חושך וצלמוות
המקום ירחם עליהם ויוציאם מצרה לרווחה ומאפילה לאורה ומשיעבוד לגאולה אמן

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:13 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערסאנטע רעפארט. אמעריקא האט געלאזט די שפיאן פון קובא מאכן זיין ווייב פרעגנענט מיט IVF אין אויסטויש פאר בעסערע קאנדישאנס פאר עלען גראס
Imprisoned Cuban spy got his wife pregnant via artificial insemination http://www.dailymail.co.uk/news/article ... nator.html @MailOnline