בלאט 1 פון 2

בית יוסף'ס קשיא הייבט זיך נישט אן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 1:58 pm
דורך לעיקוואד
[justify]עס איז א מנהג ביי אלע אידען צו רעדן יעדעס יאר וועגן דער באוואוסטער קשיא וואס איז באקאנט געמאכט געווארען דורך דער בית יוסף, הגם היינט וואס מען האט געדרוקט פילע ראשונים ווייסט מען שוין אז מען האט שוין די קשיא געפרעגט פריער, דער תוספות הרא"ש און דער מאירי, עכ"פ לקיים מנהג ישראל וויל איך מאכען וועגן דעם א שטיקל שמועס דא, קאן זיין מ'האט דאס שוין געשמועסט אמאל איך האב נישט צופיל געזוכט, עכ"פ לא נשנה אלא משום דבר שהתחדש בו. און יא, איך מיין עס איז נאך דא מחדש זיין ומדייק זיין..

דער קשיא לכאורה קוקט מען אן ווי אזא פשוט'ע קשיא עס איז א פלא אז מען זאל דארפען אנקומען צו די פארשידענע אוקימתות וויאזוי עס צו פארענטפערן, עס איז לכאורה ממש א מאטעמעטישער רעטעניש, וואס איז שייך א יום טוב אויף אכט טעג אויב איז געווען גענוג אויל אויף איין טאג קומט דאך אויס דער נס איז זיבן טעג נישט אכט. עס האט א פנים ווי דער קשיא בלייבט על פי רוב בעסער ווי דער תירוץ, וואס פאר דעם טאקע זוכט מען יעדעס יאר נייע תירוצים ווייל די פון לעצטע יאר זענען א דוחק.. איז דארף דאס א הסבר. און ווי קען זיין אז אזא פשוט'ע יסודישער זאך האט קיינער פאר די מפרשים מסביר געווען וואס דאס מיינט.

אבער טאמער טראכט מען בעסער אריין, פאנגט מען אן צו זעהן אז נישט נאר די קשיא איז בעסער ווי דער תירוץ, נאר על פי עומק הפשט הייבט זיך דער קשיא גאר נישט אן. אויף דאס מסביר זיין לאמיר צונעמען די הנחות אויף וואס די קשיא איז געבויט.

דער קשיא באציט זיך אויף די לשון הברייתא המובא בגמרא, "ולא מצאו אלא פך אחד של שמן שהיה מונח בחותמו של כהן גדול ולא היה בו אלא להדליק יום אחד נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה". דאס הייסט דער ברייתא פארציילט די מעשה, אז בשעת דער נצחון אויף די יוונים האט מען נאר געטראפן איין פך שמן וואס איז געווען גענוג נאר אויף איין טאג, און נעשה נס עס האט געברענט אכט טעג, לשנה אחרת קבעום.

די הנחה פון דער קשיא איז, אז דאס וואס מען האט קובע געווען חנוכה אכט טעג איז לזכר דער נס אז עס האט געברענט אכט טעג. מערקט אבער אן אז דאס שטייט בכלל נישט אין די ברייתא. דער ברייתא פארציילט די מעשה און דערנאך ענדיגט זי צו לשנה אחרת קבעום וכו'. דער קשר פון דער מספר אכט, אז די אכט טעג פון דער נס זאל זיין די סיבה פון די אכט טעג חנוכה שטייט נישט דארט. און לעולם וואלט דאך געקענט זיין לזכר דער נס אז עס האט געברענט אכט טעג, מאכט מען איין טאג יום טוב, אדער צען טעג, דאס אז דער מספר אכט איז לסיבת די אכט טעג פון דער נס שטייט בכלל נישט אין די גמרא. וועסטו פרעגן אויב אזוי פארוואס איז חנוכה אכט טעג? קען מען אויף דעם עקסטער זוכן טעמים, און פארוואס איז פסח זיבן טעג? און פארוואס איז סוכות אכט טעג? איז דען דא עפעס פסח דווקא א נס וואס איז געווען זיבן טעג? ניין, נאר אזוי איז דער מהלך אז אמאל מאכט מען א יום טוב פון עטליכע טעג, קען דאך פונקט אזוי זיין אז חנוכה איז א יום טוב פון אכט טעג לזכר דער נס, און אפשר איז דא אויף דעם טעמים אויך, אבער עס איז נישט תלוי אז דער נס זאל האבען געווען אכט טעג (1).

יעצט נאך מער, לאמיר שוין אננעמען אז טאקע די סיבה פארוואס חנוכה איז פונקט אכט טעג און נישט זעקס אדער צען איז לזכר דעם וואס דער מנורה האט געברענט אכט טעג. הגם אז דאס שטייט נישט אין די ברייתא, איז עס דאך א גוטע סברא. דארף מען אבער צונעמען וואס דאס מיינט בכלל. וויאזוי ארבעט דאס אז מען זאגט אז די סיבה פון א געוויסער מצווה אדער יום טוב איז א געוויסער זאך וואס איז געשעהן. אז איך זאג די סיבה פון א געוויסער מנהג אדער מצווה איז א געוויסער מעשה, פארשטייט יעדער איינער אז דער ווארט סיבה איז דא אנדערש ווי ווען מנוצט דער ווארט למשל צו זאגען אז דער סיבה פארוואס מען פאלט ווען מ'טאנצט איז וועגן די כח הגראוויטי. א סיבה במובן פון גראוויטי איז פשט אז דאס איז דער גורם פון דעם דירעקט. משא"כ א סיבה ווי א טעמי המצוות והמנהגים מיינט נישט דאס איז דירעקט דער גורם, נאר אז דער מעשה איז א סימבאל און א רמז און א זכר צו דער זאך וואס עס טוהט מסמל זיין. קלארער געמאכט, דער קשר פון די מספר אכט טעג חנוכה מיט די אכט טעג פון נס איז נישט קיין קשר סיבתי, נאר א קשר סמלי, דאס סימבאליזירט דאס, נישט עס איז דירעקט א תוצאה פון דאס.

יעצט, וואלט די אכט טעג געווען א דירעקטע תוצאה, ווי כאילו יעדער נאכט וואס עס איז געווען א נס איז גורם אויף אזא מין מעכאנישער אופן אז עס זאל זיין א טאג יום טוב, וואלסטו געהאט א גוטע קשיא, פון ווי קומט דער ערשטער טאג יום טוב, עס איז דאך דעמאלטס לכאורה נישט געווען קיין נס. אבער עס איז דאך א זכר, א סימבאל. איז דארף מען טראכטן אינגאנצן אנדערש, וויאזוי איז די בעסטע וועג צו מאכען א זכר אויף א נס וואס האט גורם געווען אז דער לעכט פון איין טאג זאל ברענען אכט טעג, איז דער לאגיק פון סימבאל איז אז אויב דער נס האט גורם געווען עס זאל ברענען אכט טעג, אז דער זכר דערצו זאל זיין אכט טעג. דאס איז נישט קיין סייענס ווי מען מאכט חשבונות וועלכער טאג איז טאקע געווען דער נס, נאר אן איינדרוק וואס דער מענטש האט וואספארא פלא עס איז עס האט געברענט אכט טעג, און דער פלא איז זיך מתחבר מיט די נומער אכט נישט מיט די חשבון וויפיל טעג איז געווען טאקע א נס.

אויב איז דאס נישט גענוג מוסבר קען מען געבן א משל מעניני דיומא. ביי די לעצטיגע פראטעסטען וועגן דעם וואס דער ניו יארקער פאליציי האט געהרג'ט דער עריק גארנער, האבען פארשידענע געמאכט פעולות אין דער מספר פון עלעף, אנטקעגן די עלעף מאל וואס ער האט געשריגען "איך קען נישט אטעמען" בשעת דער פאליציי מאן האט עם דערווארגען. יעצט וועט קומען א חכם פרעגן א קשיא, ווען נאך די צענטע מאל וואלט דער פאליציי עם אפגעלאזט, וועלט ער לכאורה נישט געשטארבען, איז וואס מאכט מען א זכר צו די עלעף, מען וואלט נאר געדארפט מאכען א זכר צו איינס, ווייל נישט פון די עלף איז ער געשטארבען נאר פון איינס. פארשטייט יעדער איינער אז דאס איז א קלאץ קשיא, ווייל דאס איז א סימבאל נישט א סיענטיפישער חשבון פון וואס ער איז געשטארבן. די זעלבע מוז מען פארשטיין ביי יעדער סימבאלישער מהלך, וואס אלע טעמי המצוות זענען סימבאלישע סיבות נישט לאגישע אדער סייענטיפישע סיבות, אז ארייינקריכען אין די סארט קשיות ווייזט נאר אז מען האט נישט ארויס וויאזוי די סארט טעמים ארבעטן בכלל.


(1) א ראיה אויף דעם איז אז אין די מקורות וואס זענען דא פון פאר די גמרא ווערט נישט דערמאנט בכלל די נס פך השמן, און דאך האט מען געמאכט חנוכה אכט טעג, איז פון דעם מוכרח אז די אכט טעג פון נס איז נישט די טעם פון די אכט טעג חנוכה.[/justify]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:15 pm
דורך לית דין בר נש
הק' בענדזשעמען פרענקלין ע"ה האט דאס שוין ארום געשמועסט פאריאר מיט א אנדערע משל
ווען דיין קעפל וואלט גיוועהן תי' על קושיית בית יוסף וואלט איך דיר געלייקט
איך האב נישט ליב די ווערטער הייבט זיך נישט אן
עס איז נאר מיין טעיסט די מוזט גארנישט טוהן דערצו איך זאג נאר מיינע פילינגס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:20 pm
דורך לעיקוואד
דאס איז אבער נישט קיין תירוץ עס איז א הסבר אז די קשיא פאנגט זיך נישט אן, דאס זענען צוויי אנדערע זאכן.

איר מיינט מסתמא דער אשכול viewtopic.php?f=13&t=2519
איך ווייס נישט אויב איך מיט עם מיינען די זעלבע זאך, עכ"פ האב איך מסביר געווען די סברא און הגיון און הכרח פון מיין טענה און ער האט אונז געלאזט מיט א משל וואס מקען מפרש זיין..

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:21 pm
דורך גאלד
יא בענדשעמין האט עס אויסגעשומעסט פאריאר מיט דער זעלבער רעיון בערך
אבער לפי האמת לפענ"ד איז עס נישט ווי איר זאגט,
ווייל די פשט פון 8 טאג איז קלאר יא פשט 8 באזונדערע ימים טובים פאר 8 באזונדערע נסים, יעדן טאג איז נאך א יו"ט,
זייט מדייק אין דעם זעלבן חז"ל "לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה"
איר זעהט דער לשון רבים,
פון דעם זענען מדייק געוויסע פריערדיגע (כדענק שוין נישט ווער, אבער כ'דענק אז ס'ווערט ערווענט)
אז די 8 טאג זענען אוואו 8 ימים טובים,
בכלל איז נישט מסתבר אז חז"ל זאלן מאכן א יו"ט מער ווי איין טאג,
פון די ימים טובים מן התורה איז א אנדערע מעשה אינגאנצן ואין למידן מהא,
ווען חז"ל זענען קובע א יו"ט איז עס 1 טאג, ווי פורים למשל,
אויב וואלטן זיי ווען געוואלט ארויסברענגן די נומער 8 וואלטן זיי געהייסן צינדן 8 נרות אדער עסן 8 כזיתים לאטקעס, וכדומה,
אויב אבער האבן זיי יא געמאכט 8 טאג,
8 מאל מאכן די ברכה להדליק, 8 מאל הלל,
איז בע"כ פשט איז פאר יעדן נס האט מען קובע געווען נאך א יו"ט דאס מיינט נאך א טאג חנוכה,
לפי"ז שטימט זייער קשיות בית יוסף אז למעשה איז נאר געווען 7 נסים, נישט 8

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:23 pm
דורך לעיקוואד
דער דיוק ימים טובים איז נישט פשט כמובן. און די סברא אז זיי וואלטען נישט געמאכט ווייס איך נישט, האסט בסך הכל איין ראיה פון פורים, און חנוכה איז א ראיה קעגן דעם, מ'קען נישט אזוי מאכען א כלל..

די נקודה פון וואס איך טראכט איז אז מען דארף זוכען עס זאל שטימען די כוונה בפשטות, נישט מען זאל דארפן אנקומען צו אומקיתות מיט פשעטלעך, מען מאכט נישט קיין יום טוב לזכר אן אוקימתא מיט א פשעטל. די גאנצע פוינט פון א זכר איז אז דאס איז אינטואיטיב גראד מרמז צו דער נס, נישט דארפן א גאנצער פשעטל. אוודאי טאמער זוכט מען דווקא עס זאל זיין שווער קען מען מסביר זיין וואס איז שווער.. דאס איז אבער נישט דער דרך הפשט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:23 pm
דורך כוכב
שפתיים קישאקtm

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:24 pm
דורך כוכב
דער אמת'ער סיבה פאר די ריבוי התירוצים איז נישט מחמת חומר הקושיא נאר צוליב וואס די רבי'ס האבן געפירט אכט טעג טיש און געמוזט דערביי זאגן תורה וק''ל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:27 pm
דורך לית דין בר נש
לעיקוואד האט געשריבן:דאס איז אבער נישט קיין תירוץ עס איז א הסבר אז די קשיא פאנגט זיך נישט אן, דאס זענען צוויי אנדערע זאכן.

ניין עס איז א תירוץ ! אז די אכט טעג איז נישט קעגן די נס נאר א זכר צו די אכט טעג וואס עס האט גיברענט
ווען די ב"י פרעגט א קשיא וואס די גייסט זאגן פון דארט און ווייטער איז א תירוץ די קענסט נישט מאכן די ב"י קשיא אויס קשיא פיריעד

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:28 pm
דורך לעיקוואד
כוכב האט געשריבן:דער אמת'ער סיבה פאר די ריבוי התירוצים איז נישט מחמת חומר הקושיא נאר צוליב וואס די רבי'ס האבן געפירט אכט טעג טיש און געמוזט דערביי זאגן תורה וק''ל.

אויב אזוי וואלט דאך גענוג געווען מסביר זיין די סמיכות דר' תנחום. אדער סיי וועלכער אנדערע קשיא וואס עס פעלט נישט. איך מיין אז אן מיין הסבר אזי דער קשיא יא בעסער פון רוב תירוצים. און דאס וואס מ'רעדט דווקא פון דעם אזויפיל ווייזט אז עס איז יא א ספעציעל שווערע קשיא.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:30 pm
דורך לעיקוואד
לית דין בר נש האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:דאס איז אבער נישט קיין תירוץ עס איז א הסבר אז די קשיא פאנגט זיך נישט אן, דאס זענען צוויי אנדערע זאכן.

ניין עס איז א תירוץ ! אז די אכט טעג איז נישט קעגן די נס נאר א זכר צו די אכט טעג וואס עס האט גיברענט
ווען די ב"י פרעגט א קשיא וואס די גייסט זאגן פון דארט און ווייטער איז א תירוץ די קענסט נישט מאכן די ב"י קשיא אויס קשיא פיריעד

איר האט נישט פארשטאנען וואס איך זאג. עס איז יא קעגן די נס. אבער "קעגן" איז סימבאליש נישט מאטעמאטיש. און איך האב געוויזען ווי עס איז די הכרח פארשטיין אזוי. אוןממילא די הנחה פון די קשיא הייבט זיך נישט אן דאס איז נישט קיין תירוץ. וק"ל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:33 pm
דורך גאלד
מיר איז גראדע בייגעפאלן זייער א פשוט'טע תירוץ אויף די סמיכות ר' תנחום, כ'מיין אז דאס איז ממש פשוטו של מקרא,

אז ר' תנחום האט געהאלטן א דרשה חנוכה אין ביהמ"ד איבער הל' חנוכה, און היות חנוכה געפאלט דאך זייער אסאך פרשת וישב האט ער שוין געזאגט א ווארט אויף די וואכעדיגע סדרה

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:40 pm
דורך גאלד
לענינינו, דער ב"י האט געהאלטן פאר א פשטות, און גראדע איך זעה עס אויך אזוי, אז חז"ל זענען נישט קובע געווען נאך טעג בלויז צו סימבאליזירן א געוויסע פרט פון א נס, דער עצם טאג איז דער יו"ט אין די מנהגי היום סימבאליזירט די אייגנארטיקייטן פונעם נס,

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:45 pm
דורך כוכב
איך האב געהערט אן אנדערע באמבע תירוץ אויפ'ן בית יוסף'ס קשיא:
שטעלט אייך פאר חז''ל זענען קובע יו''ט נאר זיבן טעג, וואלט מען געמיינט אז דער נס איז בעצם געווען נאר זעקס טעג און די זיבעטע טאג איז צוליב די טויזנט תירוצים וואס איז דא אויף בית יוסף'ס קשיא, דעריבער האבן חז''ל קובע געווען טאקע אכט טעג, אז מ'זאל וויסן די נס איז נאר געווען זיבן טאג און די אכטע טאג איז טאקע צוליב די פילע תירוצים ודוק.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:46 pm
דורך chusid
לעיקוואוד, איך קלער גראדע אויכט ווי דיר אז עס איז א זכר און נישט א סיבה אויף וואס אונז האמיר יו"ט ווייל יום טוב מאכט מען אויף א ישועה נישט סתם אויף א וואונדערליכן נס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:47 pm
דורך לעיקוואד
גאלד האט געשריבן:לענינינו, דער ב"י האט געהאלטן פאר א פשטות, און גראדע איך זעה עס אויך אזוי, אז חז"ל זענען נישט קובע געווען נאך טעג בלויז צו סימבאליזירן א געוויסע פרט פון א נס, דער עצם טאג איז דער יו"ט אין די מנהגי היום סימבאליזירט די אייגנארטיקייטן פונעם נס,

לויט דעם איז דאך דווקא די סברא פארקערט, אז די אכט טעג איז נישט מקושר מיט די אכט טעג פון די נס, נאר סתם אזוי. (וכן ליבי נוטה, טאקע וועגן דעם סברא, נאר אז די מספר אכט אויך א סימבאל פון דער נס, נישט אז דאס איז ממש די טעם,ווען עס וואלט נישט געווען אזא זאך אכט טעג יום טוב בעצם, נאר דער חג איז אכט טעג סתם, אזויווי סוכות איז אכט טעג) דארפסט צוקומען צו דער חידוש אז יעדער טאג איז ווי אן עקסטערע יום טוב וואס פאדערט אן עקסטערע סיבה, דאס איז א גרויסער חידוש, הגם מקען אפשר ברענגען צו דעם צושטעלעכצער ויל"ע, עכ"פ וואס דארף מען מחדש זיין אזא חידוש און פרעגן א קשיא, עס איז דאך פיל גלאטער צו זאגען אז עס איז איין גרויסער יום טוב און קושיא מעיקרא ליתא.. פארשטייט זיך אויב דארף מען מתרץ דיין דער קשיא פון בית יוסף איז דיין פשט א גוטער פשט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:50 pm
דורך [NAMELESS]
לכאורה ע''ד הפשט צדק רב לעיקוואד, אבער ווי א למדן דארף מען פרעגן נו וואס האט דער ב''י געלערנט?
עס קען זיין די עיקר קשיא איז אויף די מוסיפים והולכים וואס דער רעיון אינטער דעם איז אז יעדען טאג איז נכפל געווארן דער נס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:52 pm
דורך נקודת החבדית

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:56 pm
דורך לעיקוואד
גראדעמעכעלע האט געשריבן:לכאורה ע''ד הפשט צדק רב לעיקוואד, אבער ווי א למדן דארף מען פרעגן נו וואס האט דער ב''י געלערנט?
עס קען זיין די עיקר קשיא איז אויף די מוסיפים והולכים וואס דער רעיון אינטער דעם איז אז יעדען טאג איז נכפל געווארן דער נס

אויף דעם האמיר דאך גאלד'ס שיינע מהלך, וואס איז ענליך צו די מהלך פון גמרא וועגן הלל בחג שחלוק בקרבנותיו.

איך קלער אז על פי פשט איז אויך דער בית יוסף'ס כוונה נישט ממש צו פרעגן אויף דער עצם סיבת היום טוב, ער האט זיך נישט טועה געווען להחליף סיבה בסיבה. נאר ער וויל מאכען אז דער סימבאל זאל שטימען געשמאקער, עס זאל זיין ממש א נס אכט טעג, א שטיקל דיוק האב איך פון זיין לשון "ואיכא למידק" עס קוקט אויס אזא פארווע לשון, אזא לרווחא דמילתא בעסער מסביר זיין, ער שרייט נישט ולכאורה מרפסין אגרא והרי אין מקום לשמונה ימים אם הנס היה רק לשבעה, ווי עס וואלט געדארפט זיין לפי וואס מלערנט נארמאל די קשיא, ער נעמט עס נישט אזוי ערנסט.

דיין הסבר אז די מוסיף והולך איז וועגן הכפלת הנס איז אויך נישט פשט טעם ההידור, כמבואר בגמרא. ומשם ראיה לדעתי.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 2:57 pm
דורך שמעון וואלף
לעיקוואד האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:דער אמת'ער סיבה פאר די ריבוי התירוצים איז נישט מחמת חומר הקושיא נאר צוליב וואס די רבי'ס האבן געפירט אכט טעג טיש און געמוזט דערביי זאגן תורה וק''ל.

אויב אזוי וואלט דאך גענוג געווען מסביר זיין די סמיכות דר' תנחום. אדער סיי וועלכער אנדערע קשיא וואס עס פעלט נישט. איך מיין אז אן מיין הסבר אזי דער קשיא יא בעסער פון רוב תירוצים. און דאס וואס מ'רעדט דווקא פון דעם אזויפיל ווייזט אז עס איז יא א ספעציעל שווערע קשיא.


סמיכות דר' תנחום איז דען יא א קשיא? ס'געפעלט מיר ווען איך הער א בעל דרשן זאגן "מ'דארף פארשטיין די סמיכות פון די צוויי ר' תנחומ'ס וואס האט לכאורה נישט קיין שייכות". די מפרשים אויפ'ן פלאץ (דאכציכמיר אז רש"י אויך) זאגן פשוט אז וויבאלט מ'ברענגט איין מימרא פון ר' תנחום, ברענגט מען שוין נאך אליינס, ווי ס'איז די דרך אין גאנץ ש"ס.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:00 pm
דורך לעיקוואד
נקודת החבדית האט געשריבן:אות ד' ואילך

נא להסביר הקשר לנידון (חוץ מזה שמיישב קושיית הב"י)

באופן אחר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:02 pm
דורך chusid
הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:51 pm

ווען נישט דער בית יוסף פרעגט ווען די קשיא וואלט עס געהייסן א בריסקע קשיא, סתם געקוועטשט אין די וועלט אריין. שכל הישר זאגט אז אכט טאג האט געברענט איז אכט טאג יום טוב. הפנים ווי איינער זאל פרעגן א פורים קשיא "פארוואס איז יעדער ייד מחוייב צו האלטן פורים, אמער אפילו ווען ס'געלונגט ווען פאר המן'ן זיין פלאן וואלט דאך זיכער על פי דרך הטבע געווען דא און דארט אפאר געראטעוועטע, וואלט מען דאך געדארפט מאכן א זכר און נאר רוב כלל ישראל זאל האלטן פורים?"

קען זיין ווען פורים וואלט געווען אכט טעג לאנג וואלט שוין געווען קונים פאר אזא מרפסין איגרא קשיא מיט עלף טויזענט תירוצים, נאך א מזל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:07 pm
דורך גאלד
אני הצעיר איז בייגעפאלן א אנדערע תירוץ, ווייל מ'געפין מיר אין תענית אז ר' חנינא בן דוסא האט געזאגט פארן טאכטער מי שיאמר לשמן שידליק יאמר לחומץ שידליק,
איז דער פשט אז אפי' דאס אז שמן ברענט איז אויך א נס, נאר וואדען ס'א נס וואס איז מלובש בטבע,
אבער א מענטש מוז מאמין זיין אז אלעס איז א נס,
יעצט שטעלט אייך פאר ווען חז"ל זענען ווען קובע 7 טאג, וועט דאך אוואדי פרעגן איינער וואס עפעס 7 טאג, די מנורה האט דאך געברענט 8 טאג,
איז וואס איז די תירוץ? אז די ערשטע טאג איז נישט געווען קיין נס? דאס איז דאך ממש כפירה בדברי ר' חנינא בן דוסא,
ממילא האבן חז"ל פשוט בהכרח געמוזט מאכן 8 טאג כדי זאל זיך נישט דאכטן קיינעם איז די טבעיות איז חלילה נישט קיין נס

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 3:15 pm
דורך מאטי
דער בית יוסף האט אויך געפרעגט בדרך דרוש, והא ראיה זיינע דריי תירוצים זענען אויך נישט על פי פשט. וכדרך שבא לפרוך כך בא לפרוק.