שושנים #3: א גוט ווארט
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
שושנים #3: א גוט ווארט
טינקל שווארץ
רוישיגע כוואליעס פון ים
א שטיין אויפ'ן הארץ
שטייט אזוי איינזאם
גרויע וואלקענעס שוועבן
פייפט א שטורעם ווינט
שווערע קרעכצן געבן
ווי א פארלוירן קינד
די לבנה אזוי בלאס
העולם חשוך בעדו
א פחד צו גיין אין גאס
פארקלעמט ער איז אזוי
פארטרערט
ער ווערט
פארשווערט
דאס הארץ אייטערט
א גוטע פריינט
זיך באווייזט
א גוט ווארט בא'חנ'ט
אים ער שפייזט
וואס מאכסטו
וויאזוי פילסטו
וואס טוסטו
וויאזוי שפירסטו
וואס ער פארמאגט
אים געגעבן
א גוט ווארט געזאגט
אים אויפצולעבן
א גוטן טאג
א גוטע נאכט
געגעבן א זאג
צוזאמען געלאכט
מחיה מתים געווען
די נשמה בלי גוף
צער שוין נישט געזען
כחלום יעוף
די גרויע וואלקענעס
זיך צושפרייט אנגענעם
רוישיגע כוואליעס
געווארן באקוועם
פונעם ווינט דעם שטורעם
אן אנגענעם בלאזל
קרעכצן דעם שווערן
שטיל ווי א האזל
די לבנה מיט פראכט
באשיינט די נאכט
די שטיין פון הארץ
שוין נישט אזוי שווארץ
זרח בחושך אור
עס איז אים א שפאס
פארגעסן פון זיין טרויער
ער גייט אליין אין גאס
ווי א זארגלאז קינד
אן קיין פלאג
לויפט געשווינד
צו א צווייטן געבן א זאג
א גוט ווארט
יענעם שענקען
איז אן "ארט"
מ'וועט אלעמאל געדענקען
אינעם הארץ דארט
ס'וועט אלעמאל בענקען
א מעדיצין א סארט
אלע וואונדן אפשווענקען
איינער פאריאגט
א צווייטער פארפלאגט
א גוט ווארט געזאגט
געמאכט יענעם'ס טאג
*
פונעם וועג דעם אידיש
איינער טוט גליטשן
מיט א ווארט א חידוש
א גוט ווארט דערפרישן
א צרה באטראפן
ער איז אין פיין
א גוט ווארט די וואפן
אים צו משמח זיין
איינער ח"ו קראנק
צו סתם א בעד מאד
גיב אים דיין געשאנק
א גוט ווארט גראד
די וועלט איז א בריק
דיין ווארט איז די שטריק
פאר'ן רעדן קוק
מיט א ריכטיגן בליק
די שטריק נישט צופליק
ער זאל קענען קומען צוריק
א ווארט לאזט אן אפדרוק
קען מאכן אן אומגליק
נאר א גוט ווארט שיק
ס'איז די בעסטע טאקטיק
צו מאכן דעם שטריק
זייער זייער דיק
א גוט ווארט געגעבן
נישט נאר דאס ווארט
נאר א שטיק לעבן
געשאנקען אויפן ארט
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
א שיין ליד מיט א מעסעדזש וואס אלע זענען מסכים. אזא סארט ליד שיינט מיר מדארף אויף דעם פארפאסען א ניגון און אריינשיקען צו עפעס א היימישער זינגער זאל עס זינגען אויף זיין טעיפ. אפשר וועט מען דארפן א משהו מקצר זיין אדער צופיקסען געוויסע שורות.
די מערסטע שעפעריש ומוצא חן בעיני מכל הבחינות איז די דאזיגע שטיקל, וואס רעדט דורך א נייע מעטאפאר דער עיקר נקודה.
די וועלט איז א בריק
דיין ווארט איז די שטריק
פאר'ן רעדן קוק
מיט א ריכטיגן בליק
די שטריק נישט צופליק
ער זאל קענען קומען צוריק
א ווארט לאזט אן אפדרוק
קען מאכן אן אומגליק
נאר א גוט ווארט שיק
ס'איז די בעסטע טאקטיק
צו מאכן דעם שטריק
זייער זייער דיק
די מערסטע שעפעריש ומוצא חן בעיני מכל הבחינות איז די דאזיגע שטיקל, וואס רעדט דורך א נייע מעטאפאר דער עיקר נקודה.
די וועלט איז א בריק
דיין ווארט איז די שטריק
פאר'ן רעדן קוק
מיט א ריכטיגן בליק
די שטריק נישט צופליק
ער זאל קענען קומען צוריק
א ווארט לאזט אן אפדרוק
קען מאכן אן אומגליק
נאר א גוט ווארט שיק
ס'איז די בעסטע טאקטיק
צו מאכן דעם שטריק
זייער זייער דיק
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
WOW בין איך האנערד אז די שטיקל איז אנגעקומען צו די פיינעליסטן ליסטע. און אריינגעקומען אזוי שטארק, אזש ווען עס איז דא נאך איין פיינעל געווינער איז עס דאס...
קאנגראטולאציעס צו די 4 געווינער וואס האבן באמת פארדינט די געווינס (נישט קיין "פינקי סטייל גראמען"...) און א גרויסן שכח פאר די "זעקס און פערציג" וויילער וואס האבן געשטימט פאר דעם.
און אויך פאר איך פארגעס "העי! א גוטן, וויאזוי שפירט איר"...?
קאנגראטולאציעס צו די 4 געווינער וואס האבן באמת פארדינט די געווינס (נישט קיין "פינקי סטייל גראמען"...) און א גרויסן שכח פאר די "זעקס און פערציג" וויילער וואס האבן געשטימט פאר דעם.
און אויך פאר איך פארגעס "העי! א גוטן, וויאזוי שפירט איר"...?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט: