בלאט 1 פון 2
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:12 pm
דורך יידל
זע קעפל פון בילד אויפן רעכטן זייט פון אויבן דא
http://www.newspapers.com/image/52816849/Untitled.png
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
אינטרעסאנט אז די וואנט פון דעם הויז ווערט היינט גענוצט פאר די גרעסטע קנאי'שע צעטלעך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:31 am
דורך הדד בן בדד
איך האב שוין געהערט פון דעם מיט איבער צוואנציג יאר צוריק אין א"י. עס איז נישט קיין אויפדעקונג.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:55 am
דורך דריידל
ר' הדד:
קיינער זאגט נישט אז ס'איז אן אויפדעקונג. די ביכל איז שוין געדריקט געווארן עלף יאר צוריק און די בילד איז געכאפט געווארן כמעט הונדרעט יאר צוריק. קריינא האט גענומען די מי עס אפצושרייבן בין כותלי השטיבל וויסענדיג אז פאר אסאך ליינער, ואני בתוכם, איז עס יא ניי. איך האב נייעס פאר דיר, קיינעם אינטערעסירט נישט וויפול יאר די ווייסט שוין דערפון. אויב האסטי עפעס אינפארמאטיוו מיצוטיילן מיט אונז, דאן שרייב עס אפ, סתם צו אוועקמאכן וואס א צווייטער שרייבט איז נישט איטערעסאנט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:34 am
דורך רויטע וואנצעס
דער דריידל איז זייער אקטיוו, קומט אריין זייער שטארק לעצטענס. אהה ס'איז חנוכה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:37 am
דורך איש את רעהו
דריידעל ס'טאקע דיין אושפיזא אבער יעדער מעג לאזן וויסען זיינע ידיעות אויף א נושא, ס'מיר אינטערסאנט אז הדד איז שוין יארן צוריק געווען א ווייסער
..
וואנצעס האקט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:39 am
דורך איש את רעהו
קראסנא רב איז געווען זייער א שארפער קעגנער פאר דער פריערדיגער איינוואוינער פון זיין בנין.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:15 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:אינטרעסאנט אז די וואנט פון דעם הויז ווערט היינט גענוצט פאר די גרעסטע קנאי'שע צעטלעך.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:51 am
דורך פלאוויוס
איז קלאר אז מ'רעדט פונעם זעלבן הויז? דאס הייסט, דער זעלבער בנין וואס שטייט דארט היינט צוטאגס (הונדערט יאר אלט לויט דעם חשבון)?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:00 am
דורך איש את רעהו
די היינטיגע קראסנא מענטשען פלאנען אומצוווארפען די הויז
אפשר דארף מען עס מאכן פאר א לענדמארק
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:09 am
דורך ישראל קאפקע
איש את רעהו האט געשריבן:די היינטיגע קראסנא מענטשען פלאנען אומצוווארפען די הויז
אפשר דארף מען עס מאכן פאר א לענדמארק
לענדמארק פארוואס, ווייל ער האט געוואוינט דארט עטליכע וואכן/חדשים, הונדערט יאר צוריק?
לענדמארקס זענען געווענליך בנינים וואס זענען ענג פארבינדן מיט עפעס א פערזענליכקייט, אדער היסטאריע.
[tag]פלאוויוס[/tag]
רוב בראונסטאונס אין וויליאמסבורג זענען איבער הונדערט יאר אלט, פילייכט איז דאס די אריגינעלע געביידע.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:33 am
דורך וויליאמסבורגער
לויט Zillow איז דער בנין געבויט געווארן אין 1899.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:40 am
דורך איך אויך
אלע אורגינאלע הייזער אין אלט ווילי זענען עט ליעסט 85-95 יאר אלט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:32 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו האט געשריבן:די היינטיגע קראסנא מענטשען פלאנען אומצוווארפען די הויז
אפשר דארף מען עס מאכן פאר א לענדמארק
ס'שפירט זיך טאקע א שטארקער רוח הטומאה פון די קליפה הציונית, רח"ל. סתם אראפווארפן איז נישט גענוג. מ'דארף מקיים זיין וואס ס'שטייט אין די תורה הקדושה בנוגע א הויז וואס ס'איז דארט דא א נגע צרעת...!...

...

...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:37 pm
דורך ראש כבש
בערל,
פילייכט געדענקסטו נאך בן גוריונון און ווילעמסבורג.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:37 pm
דורך איש את רעהו
ישראל קאפקע האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:די היינטיגע קראסנא מענטשען פלאנען אומצוווארפען די הויז
אפשר דארף מען עס מאכן פאר א לענדמארק
לענדמארק פארוואס, ווייל ער האט געוואוינט דארט עטליכע וואכן/חדשים, הונדערט יאר צוריק?
.
עס איז היסטאריש צוויי אזעלכע פארקערטע מענטשען האבן געוואוינט אין די זעלבע בנין.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:39 pm
דורך berlbalaguleh
ראש כבש האט געשריבן:בערל,
פילייכט געדענקסטו נאך בן גוריונון און ווילעמסבורג.
יא. ווילאנג ס'מאכט א איד פרייליך....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:58 pm
דורך פלאוויוס
ישראל קאפקע האט געשריבן:לענדמארק פארוואס, ווייל ער האט געוואוינט דארט עטליכע וואכן/חדשים, הונדערט יאר צוריק?
לענדמארקס זענען געווענליך בנינים וואס זענען ענג פארבינדן מיט עפעס א פערזענליכקייט, אדער היסטאריע.
מיט א היסטארישע פערזענליכקייט איז עס גראדע פארבונדן, נאר מסתמא נישט גענוג ענג...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 4:26 pm
דורך שעפטל
פריער אדורכגעוואקט און געשפיגן!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:42 pm
דורך בן תמליון
שעפטל האט געשריבן:פריער אדורכגעוואקט און געשפיגן!
פריער אדורכגעוואקט מיר אפגעשטעלט און געקלערט אין דעם הויז אין דער גרינגער פון מדינת ישראל געשלאפן מיט זיין נקיבה. גייט אדורך פונקט אזא מאדערנע קאפל איך הער ווי ער זאגט איר איבער סאטמער און איר היסטאריע אזוי ממש אין פארנט פון 631. נישט קענעדיג זיך צוריקהאלטן רוף איך מיר אן אוט אף נא ווער: העב יו העירד אף בן גוריון? זיכער זאגט ער. ער האט געוואינט אין אט דעים הויז. וווווווווווווואאאאאאאאטטטטטטט!!! לייגט ער ארויף דאס האנט אויפן מויל היסטעריש.
הפנים וויליאמסבורג איז א שטיק היסטאריע. מיר ברויכן עס מער אפרישיעטן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:13 pm
דורך איך אויך
געב עס איבער פאר יענע נקיבה וואס מאכט טורס אין ווילי.
אגב ,א שאד עס איז נאכנישט געווען אין יענע יארן שומרים אין ווילי ,זאא וואטן פיין קעיר גענומען פון פאולע'ס
קלאפטעמעניע.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:44 am
דורך הדד בן בדד
איש את רעהו האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:די היינטיגע קראסנא מענטשען פלאנען אומצוווארפען די הויז
אפשר דארף מען עס מאכן פאר א לענדמארק
לענדמארק פארוואס, ווייל ער האט געוואוינט דארט עטליכע וואכן/חדשים, הונדערט יאר צוריק?
.
עס איז היסטאריש צוויי אזעלכע פארקערטע מענטשען האבן געוואוינט אין די זעלבע בנין.
טאמער מאך איך נישט קיין טעות האט דער קראסנער רב געוואוינט אין בארא פארק נישט אין דעם בנין.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:45 am
דורך הדד בן בדד
דריידל האט געשריבן:ר' הדד:
קיינער זאגט נישט אז ס'איז אן אויפדעקונג. די ביכל איז שוין געדריקט געווארן עלף יאר צוריק און די בילד איז געכאפט געווארן כמעט הונדרעט יאר צוריק. קריינא האט גענומען די מי עס אפצושרייבן בין כותלי השטיבל וויסענדיג אז פאר אסאך ליינער, ואני בתוכם, איז עס יא ניי. איך האב נייעס פאר דיר, קיינעם אינטערעסירט נישט וויפול יאר די ווייסט שוין דערפון. אויב האסטי עפעס אינפארמאטיוו מיצוטיילן מיט אונז, דאן שרייב עס אפ, סתם צו אוועקמאכן וואס א צווייטער שרייבט איז נישט איטערעסאנט.
איים סארי ר' דריידל, איך האב נישט געוויסט דו האסט היינט געהאט א שווערן טאג...