בלאט 1 פון 2
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:45 pm
דורך אפטעמיסט
שכויח, יאנטעף.
כ'האב טאקע געזען נעכטן אין די נייעס פיל מיט באריכטן וועגן א מאווי וואס האט אנגעזייעט א שטורעם און כאאס אבער כ'האב נישט געקענט פארשטיין פון וואס מ'רעדט. יעצט בין איך עטוואס קליגער געווארן.
ס'דערמאנט מיך פון דעם קליינעם יו-טוב קליפ קעגן מוחמד וואס האט געפירט צו ראיאטן אין דער מוסלומענער וועלט און אנגעבליך אויך גורם געווען די טעראר-אטאקע קעגן דער אמעריקאנער אמבאסאדע אין טריפאלי.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 7:47 pm
דורך בשבילי!
איך קען קוים ווארטן אז אמעריקע זאל עס פארדאמען. נאכדעם וועל איך זיך בארואיגן, א נקמה אין נארט ק.!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:03 pm
דורך פרייוויליג
ניוט גינגריטש שוימט פאר צארן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 10:25 pm
דורך ישראל קאפקע
פרייוויליג האט געשריבן:ניוט גינגריטש שוימט פאר צארן.
פארוואס has lost its first cyberwar ? איז נישט first cyberwar America lost מער פונקטליך? איז עס דען דאס ערשטע מאל וואס אמעריקע קומט אונטער אדער נעמט אונטער א סייבער אטאקע?
Or is it a war only when we lose?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:26 am
דורך הדד בן בדד
עס איז קלאר אז דאס איז א ערנסטע פליק פאר אמעריקא.
די שאלה איז נאר צו אמעריקא האט דען נישט קיין העקקערס צוריק צוצופיקסן אביסל צפון קאריע?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:01 am
דורך בא גד
די מערב זאגט אלץ "מיר פארהאנדלען נישט מיט קיין טעראריסטן"
אבער זיי בייגן זיך פאר טעראר ווי בלעטער אין א רוח מצויה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:37 am
דורך ברסלבער
א דאנק [tag]יאנטעף[/tag] פאר די באריכט.
מיר איז א חידוש פארוואס די פילם קרענקט אזוי פאר צפון קאריע. ממה נפשך, די וועלט האלט דאך סיי ווי אז דער פירער איז א בלוט דורשטיגער רוצח, די איינוואוינער דארט וועלן סייווי נישט האבן קיין צוטריט צו דעם פילם, נאכדעם וואס די אינטערנעט איז דארט זייער באגרעניצט. וועם וועט די פילם אויפקלערן?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:42 am
דורך פישלע העררינג
גוטע שאלה ברסלבער. און נאכמער, אזא ארים לאנד, קענען נישט שפייזן די אייגענע, און האבן בכלל נישט קיין סאפיטיקירטע טעכנעלאגישע מעגליכקייטן, כ'מיין, קוים לעקטער האבן זיי, איז ווי לייגט זיך עס אויפ'ן שכל אז זיי שטייען אונטער אזא קאמפיין? עפעס טיפער טוהט זיך דא אונטער די קוליסען.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:46 am
דורך וויליאמסבורגער
זיי זענען זייער שטארק מיליטעריש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:59 am
דורך ברסלבער
די פירערס האבן גענוג געלט און גענוג טעכנעלאגיע, נאר די אינטערטאנען לאזן זיי גארנישט האבן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:06 am
דורך ישראל קאפקע
ברסלבער האט געשריבן:א דאנק [tag]יאנטעף[/tag] פאר די באריכט.
מיר איז א חידוש פארוואס די פילם קרענקט אזוי פאר צפון קאריע. ממה נפשך, די וועלט האלט דאך סיי ווי אז דער פירער איז א בלוט דורשטיגער רוצח, די איינוואוינער דארט וועלן סייווי נישט האבן קיין צוטריט צו דעם פילם, נאכדעם וואס די אינטערנעט איז דארט זייער באגרעניצט. וועם וועט די פילם אויפקלערן?
נאכן זען די טרעילערס איז מיר נאכמער שווער, עס קוקט נישט אויס עפעס אינטערעסאנטע און געלונגענע סאטירע פון דעם דיקטאטור, אדער ערנסטע אויפדעקונגען וואס די קאָאַרער זאלן ווען מוזן אונטער דרוקן אפגעזען די נאכפאלגן.
אן זייער אטאקע וואלט וואלטן 99.99 פראצענט פון די וועלט קיינמאל נישט געזען, געהערט, זיך אינטערעסירט אדער געוואוסט פונעם פילם.
עס קוקט מיר אויס ווי די קאָאַריער האבן זיך פשוט געזוכט א געשלעג צו באקומען אויפמערקזאמקייט, אדער שיקן עפעס א זייטיגע מעסידזש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 11:55 am
דורך גימפל
הדד בן בדד האט געשריבן:עס איז קלאר אז דאס איז א ערנסטע פליק פאר אמעריקא.
די שאלה איז נאר צו אמעריקא האט דען נישט קיין העקקערס צוריק צוצופיקסן אביסל צפון קאריע?
בא גד האט געשריבן:די מערב זאגט אלץ "מיר פארהאנדלען נישט מיט קיין טעראריסטן"
אבער זיי בייגן זיך פאר טעראר ווי בלעטער אין א רוח מצויה
הגם די עקטערס זענען אמעריקאנע, איז אבער Sony Pictures א פריוואטע קאמפעני און איז א subsidiary פאר Sony וואס איז בעצם א יאפנעזע קאמפעני, סאו למעשה איז דאס נישט קיין פערזענליכע אטאקע אויף אמעריקע, און וויבאלד סאני איז א פריוואטע געשעפט קען זיך די אמעריקאנע גאווערמענט נישט אריינמישען און סאני'ס באשלוסען. אבאמא האט אבער פעסגעשטעלט ביי זיין לעצטע פרעס קאנפרענס פון דע יאר, פארגאנגנעם פרייטאג, אז אמעריקע וועט ריטעליעטן, אבער ער האט נישט אנגעגעבען וויאזוי אדער ווען. ווי אויך האט דער פרעזידענט געזאגט, אז ווען סאני פרעגט אים ווען, וואלט ער זיי געזאגט עס יא צו ווייזען, און זיך נישט ברעכען פאר די העקערס. א שאד סאני האט זיך נישט מייעץ געווען מיט אבאמא.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:02 pm
דורך יין שרף
סאני איז לכאורה נישט די פראבלעם דא. רוב theaters ווילן עס נישט אויפשפילען, ממילא וויל סאני מער נישט אינוועסטן אין א פילם וואס וועט זיין א פלאפ מעיקרא.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 2:25 pm
דורך גימפל
נארט קאריע'ס אינטערנעט, אונטער אטאקע.
Internet connectivity between North Korea and the outside world, though never robust to begin with, is currently suffering one of its worst outages in recent memory, suggesting that the country may be enduring a mass cyber attack a few days after President Obama warned the US would launch a "proportional response" to North Korea's hack against Son
http://www.vox.com/2014/12/22/7433873/n ... ernet-down
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 3:02 pm
דורך [NAMELESS]
די פליגעלע האט א קראץ געטון דעם עלעפאנט, מלא כעס טרעט דער עלעפאנט ארויף מיט זיין גאנצן געוויכט אויפן פליג
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 5:07 pm
דורך לית דין בר נש
הייסט עס אמעריקא איז נאכנישט אינגאנצן אין דער ערד?
איך בין שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנע!!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:32 am
דורך [NAMELESS]
סאו סאני געט עס יא ארויס אדער נישט?!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:22 am
דורך גימפל
לכתחילה האבן די גרויסע theaters מודיע געווען אז זיי גיין דאס נישט ווייזען, האט סאני מחליט געווען עס צו שעלווען לגמרי, אבער נאך די ווייגעשריי פונם ציבור און פון די פרעזידענט, האבן סאני צירוקגעצויגען פון זייער באשלוס, און זיי ריליסיען עס פאר theaters וואס זענען עס יא גרייט צו סקרינען.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:30 am
דורך [NAMELESS]
עס גייט לכאורה זיין א היט ציליב דער גרויסע פובליסעטי וואס עס האט באקימן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:24 am
דורך פלאוויוס
לית דין בר נש האט געשריבן:הייסט עס אמעריקא איז נאכנישט אינגאנצן אין דער ערד?
איך בין שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנע!!!

ס'איז בכלל נישט פראפארציאנעל. זיך איינצוברעכן אינעם נעטווארק פון א גרויסער מערב-וועלט פירמע דארף זייך סאך מער קאמפליצירט ווי אפצושטעלן (נישט איינברעכן) דעם נעטווארק פון נארט קארעא. אזוי הייסט עס ווייניגסטנס לויט די מומחים.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:36 am
דורך ישראל קאפקע
פלאוויוס האט געשריבן:לית דין בר נש האט געשריבן:הייסט עס אמעריקא איז נאכנישט אינגאנצן אין דער ערד?
איך בין שטאלץ צו זיין אן אמעריקאנע!!!

ס'איז בכלל נישט פראפארציאנעל. זיך איינצוברעכן אינעם נעטווארק פון א גרויסער מערב-וועלט פירמע דארף זייך סאך מער קאמפליצירט ווי אפצושטעלן (נישט איינברעכן) דעם נעטווארק פון נארט קארעא. אזוי הייסט עס ווייניגסטנס לויט די מומחים.
וואס שייך פראפארציאנעל דא, די שאדן אדער די שוועריגקייט פון טון די שאדן?
די שאדן איז עקסעסיוו (איך ווייס נישט אויב עקאנאמיש אויך, וואו ווייט זייער אינדוסטריע און אינפראסטרוקטור איז אנגעבינדן אינעם נעט), בשעת די שוועריגקייט גורם צו זיין די שאדן איז מן הסתם פיל גרינגער, נישט ווייל אלס צוריקגעשטאנען לאנד איז גרינגער צו אטאקירן קאָאַרעאַ, נאר די סארט אטאקע איז א גאנץ פשוטער, וואס דארף נישט קיין גרויסע קענטעניסן.
בכל גלייב איך שווער אז די נקמה אטאקע קומט פון אמעריקע, (כ'בין נאך ניטאמאל איבערגעצייגט אויף זיכער אז צ. קאָאַרעאַ איז אונטער די אטאקע אויף סאָוני).
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:58 pm
דורך גימפל
יעצט אוועילעבעל אויף יוטוב פאר זעקס דולר
https://t.co/q4JKpP5hVA
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:07 am
דורך [NAMELESS]
The Interview movie
s1.mvds1.org/media4/movies/all/The.Interview.2014.mp4