שושנים #7: שובה/השיבנו
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
שושנים #7: שובה/השיבנו
האפט און מאנט
קומט צו מיר נאנט
פלעקן אראפנעמען
גארנישט דערקענען
אנדערע וועגן
ווי שניי נישט פארשווארצטע רעגן
ווען שוין ווען
שוין טויזנטער יארן ער האפט צו זען
מיין ארעם איז גרייט
בענקשאפט אויסגעשפרייט
שובה אלי
דערנאך צו ענק זיין געטריי
מיר אבער זענען פארמאכט
קיין פארבעסערונג אינעם טונקעלע נאכט
אלעס ווי אמאל
אפילו מער אין צאל
זענען מיר שלעכט?
אזא אומרעכט?
אוודאי ניין
הער זיך איין
פלאג און מי
ביינאכט ביז צופרי
פארמאטערט ערשעפט
דאגות געשלעפט
צער ויגון
מוט נישט פארמאגן
נישטא די מינוט
צו מאכן דעם שריט
שווימט אין נסיונות
שווארצע חזיונות
דער יצר ברענט
געבינדן מיין הענט
די געשעפט לאמיר פארדרייען
אונז פארצייען
קודם דו שלעפ
ארויף די טרעפ
איינמאל דארט הויך
וועט גיין א רויך
אוודאי זיך אומקערן
נחת דיר באשערן
די טענה אהין און צוריק
קיינער וויל נישט אפלאזן דעם שטריק
יארן גאלאפירן אן אויפהער
ווען למעשה זענען מיר נאך בשק ואפר
טאטע גרויסער
שוין די והותר
זע שוין איין
אזוי וועט נישט גיין
זיי מוותר
קל מסתתר
אן ענדע מאך
צום געפעכט שפראך
א נחמה א טרייסט
א נייע גייסט
נאכגעבן געשווינד
פאר דיין זיס קינד
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איך גלייך די פאעמע איבער דער נושא, און איבער דעם געפיל, א ממעמקים קראתיך סטיל פאעמע וואס איז גוט.
די כוונה פונעם מחבר איז בכלל נישט באהאלטן, פאר טייל איז דאס א מעלה ביי אנדערע א חיסרון. דאס איז אבער איינמאל קלאר כפנלע"ד אז די גראמען אינעם דאזיגן פאל מאכט מער שאדן ווי נוצן. גראמען איז א סטיל אין דער וועלט פון פאעזיע, ס'קען זיין זייער שיין און צו געבן גאר א סך. ס'איז אבער נישט דער עיקר. איך האלט קלאר אז דער דראנג צו צופאסן גראמען האט אוועקגעשלעפט די קאנצענטראציע פון דעם חשוב'ן מחבר, און אזוי אויך אים געצווינגען מוסיף צו זיין ווערטער וועלכע וואלטן פאר דער פאעמע כשלעצמה נישט אויסגעפעלט. ס'איז היפש מערקוועדיג.
אבער קריטיק אהער קריטיק אהין, ס'איז א הערליך שטיקל.

- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל