בלאט 1 פון 1

זאל איך בענטשן ראש חודש טבת?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:22 pm
דורך רחב רחב
זאל איך בענטשן ראש חודש טבת?

שבת פרשת תולדות ביי מפטיר האט מיר דער בויך אנגעהויבן שטארק צו דריקן. איך בין אראפ און ביה"כ אויף הכנות. איך בין צוריק געקומען האט מען שוין געהאלטן סוף שטילע שמו"ע פון מוסף. איך האב זיך שנעל געשטעלט שמו"ע.

מוצא שבת ביי מעריב פאר שמו"ע קלאפט אויס דער שמש "יעלה ויבוא".
עס גייט מיר א דורך א סקרוך אין די ביינער, איך האב פארפאסט ראש חודש בענטשן היינט צופרי ווען איך בין געגאנגען הכנות!!

עס איז מיר שלעכט געווארן, איך האב נאך נישט פארפעלט ר"ח בענטשן קיין איין מאל נישט פון אלס יונג קינד. איך האב אנגעהויבן ציטערען וואס שלעכט עס גייט אלס געשעהן פאר מיר דעם חודש.

למעשה, צען טעג שפעטער האט מיין באנק באשטעטיגט מיין האום עקוויטי לאון וואס איך האב שוין געווארט א לאנגע צייט צו באקומען. מיט א נידריגע אינטרעסט דערצו!

די וואך ביי די מסיבת חנוכה ביי די ארבעט האב איך באקומען א רעיז אויף מיין געהאלט. דאס ערשטע מאל פון דער ריעל עסטעיט קראך אין 2008 וואס מען האט געגעבן א רעיז!
ווי אויך האט מען צוגעגעבן א שיינעם באנוס. אויך דאס ערשטע מאל פון דער ריעל עסטעיט קראך אין 2008 וואס מען געט א שיינעם באנוס, נישט א קארגע פאר דאלער יוצא צו זיין.

עס איז שוין סוף חודש, איך קוק צוריק וואספארא געוואלדיגע חודש איך האב געהאט. נישט שלעכט און נישט דורכשניטלך, נאר דער בעסטער חודש און א לאנגע צייט!
די שאלה איז, עס גייט יעצט זיין שבת מברכים, זאל איך ר"ח בענטשן?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:02 pm
דורך איך אויך
און דאס איז נאך מיטן האלטן שבת ,שטעל דיך פאר דו בענשט נישט ר''ח פלאס נישט האלטן שבת ווי גוט עס וואלט דיר געגאנגען!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:17 pm
דורך לעיקוואד
וואס איז די ספק?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 6:32 pm
דורך איך אויך
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט דו ביסט פישעלעס אנדערע ניק און דו ווילסט פשוט נישט אויפגעבן דיין כיסא מלוכה ,באט עניוועיס ס'וועט דיר גארניקס העלפן א חודש איז א חודש (בניגון של זעמל).

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:00 pm
דורך ברסלבער
הנראה לענ"ד האסטו ביז יעצט קיינמאל נישט אזוי געבענטשט דעם חודש ווי דעם פארגאנגענעם חודש. געווענליך פלעגסטו מיטזאגן מיט יעדן דאמירן בעלמא, אבער דאס מאל ווען דו האסט פארגעסן האסטו געכאפט א ציפ, דאס האט דיר דערוועקט, און דו האסט זיך געגעבן אזא כאפ ארויס "רבש"ע, כ'האב פארגעסן ראש חודש בענטשן, העלף מיר איך זאל האבן א גוטן חודש", און דאס האט געמאכט די זאך.
דעם שבת ווען דו בענטשט דעם חודש, לייג אויך צו עטליכע ווערטער אויף אידיש פון הארצן ארויס, און אזוי וועט דער קומענדער חודש געבענטשט ווערן בכפל כפלים.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:07 pm
דורך berlbalaguleh
דו זאלסט זעהן צו גיין הכנות אינדערפריה פאר דו גייסט אין ביהמ"ד. אזוי וועסטו האבן בעסערע טשענסעס נישט צו פארפאסן ר"ח בענטשן.
און דו זאלסט האבן א גוטן חודש, אפילו דו האסט נישט פארפאסט ר"ח בענטשן... :lol:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:20 am
דורך דריידל
מ'קען נישט זיין זיכער אז די אויסנאמע גוטע חודש איז געווען א רעזולטאט פון נישט ר"ח בענטשן, ווייל ס'איז מעגליך אז די האסט אריינגעווארפן א קוואדער פאר א גבאי צדקה פונעם תהילים כולל אדער האט כולל חצות בטעות דערמאנט דיין נאמען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:51 pm
דורך פארוואס?
די איינציגסטע עצה וואס איז דיר געבליבן איז צו בענטשן על-תנאי:
אויב כלפי שמיא גליא, אז דו וועלסט האבן א בעסערן חודש אהן בענטשן דאן יהא כאילו לא אמרתי כלום, ואם לאו -
יהי רצון מלפניך וכו׳...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:06 pm
דורך געפילטע פיש
וואס האסטו געטוהן צום סוף?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:21 pm
דורך לאליפאפ
נארמאל רעד איך נישט אזוי Holy.. אבער ווער עס קען די מעשה מיט די יוד וואס איז פארשלאפן דעם סדר פסח ביינאכט, ווייסט וואס דער חוזה האט אים געזאגט!