בלאט 1 פון 3

צוויי ווייסע פאליציי אפיצירן ברוטאל דערשאסן דורך א שווארצן

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 6:17 pm
דורך בשםואין
צוויי פאליציי אפיצירן זענען היינט שבת קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן צום טויט זיצנדיג אין זייער אויטא אין ברוקלין ביי די גרעניצן פון וויליאמסבורג אין וואס די פאליציי באטראכט אלץ א נקמה אקציע פאר די טויט פון מייקל בראון אין עריק גארנער.

די צוויי אפיצירן האבן געארבייט אווערטיים אלץ א טייל פון א אנטי טעראריזם דרילל ביי די קארנער פון מוירטל און טאמפקינס דריי אזייגער שבת נאכמיטאג ווען דער פארשוין מיטן גאן האט צושפאצירט צו די פאליציי אויטא און דורך די אפענע פענסטער דערשאסן ביידע אפיצירן אין געזיכט הינריכטונג סטיל.

(זשעי.די. באריכט)

דער מערדער איז עטליכע מינוט דערויף באגאנגן זעלבסטמארד אין די באן שטאציאן ביי מוירטל און ווילאהאבי נאכן ווערן באלאגערט פון אלע זייטן דורך צענדליגער פאליציי אפיצירן אנע וועג ארויס.

דער מערדער איז שבת צופרי אנטלאפן פון פענסלעוועניע וואו ער האט דערשאסן זיין אומגעהייראטע ווייב אין די געדערים, זי איז ערווארטעט צו מאכן א פולע ערהוילונג.

שפעטער האט דער טונקעלער מערדער ישמעא-ל ברינסלי געשריבן אויף אינסטעגראם: 

"איך גיי היינט לייגן פליגלעך אויך חזירים".

די סטעיטמענט איז געווען באגלייט מיט א בילד פון קאמופלאזשירטע הויזן און א זילבערנע גאן.

"זיי נעמען איינע פון אונז, לאמיר נעמן צוויי פון זיי..." - האט די סטראשונג פארגעזעצט - "דאס מעג זיין מיין לעצטע מאל וואס איך שרייב דא..."

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 6:24 pm
דורך [NAMELESS]
אוי וויי
א סיוויל וואר!!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 6:27 pm
דורך [NAMELESS]
2 NYPD officers die after being shot in Brooklyn - News 12 Brooklyn - http://brooklyn.news12.com/news/2-nypd- ... -1.9734546

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 6:28 pm
דורך פליקער
ווין ריפארט בשם ק\פ אז די צוויי פאליציי זענען ערמארדעט געווארן.
אויך אז דער מערדער איז נאך געוועין א מערדער פון זיין געוועיזענע פראנדינע,

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 6:29 pm
דורך חד גדיא
.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 6:45 pm
דורך וויליאמסבורגער
דער מערדער

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 6:59 pm
דורך דער שכן
וויליאמסבורגער האט געשריבן:דער מערדער


רעליגיע פון שלו׳?...
Religion of peace or piss?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 7:01 pm
דורך דער שכן
בשםואין האט געשריבן:צוויי פאליציי אפיצירן זענען היינט שבת קאלטבלוטיג דערשאסן געווארן צום טויט זיצנדיג אין זייער אויטא אין ברוקלין ביי די גרעניצן פון וויליאמסבורג אין וואס די פאליציי באטראכט אלץ א נקמה אקציע פאר די טויט פון מייקל בראון אין עריק גארנער.

די צוויי אפיצירן האבן געארבייט אווערטיים אלץ א טייל פון א אנטי טעראריזם דרילל ביי די קארנער פון מוירטל און טאמפקינס דריי אזייגער שבת נאכמיטאג ווען דער פארשוין מיטן גאן האט צושפאצירט צו די פאליציי אויטא און דורך די אפענע פענסטער דערשאסן ביידע אפיצירן אין געזיכט הינריכטונג סטיל.

(זשעי.די. באריכט)

דער מערדער איז עטליכע מינוט דערויף באגאנגן זעלבסטמארד אין די באן שטאציאן ביי מוירטל און ווילאהאבי נאכן ווערן באלאגערט פון אלע זייטן דורך צענדליגער פאליציי אפיצירן אנע וועג ארויס.

דער מערדער איז שבת צופרי אנטלאפן פון פענסלעוועניע וואו ער האט דערשאסן זיין אומגעהייראטע ווייב אין די געדערים, זי איז ערווארטעט צו מאכן א פולע ערהוילונג.

שפעטער האט דער טונקעלער מערדער ישמעא-ל ברינסלי געשריבן אויף אינסטעגראם: 

"איך גיי היינט לייגן פליגלעך אויך חזירים".

די סטעיטמענט איז געווען באגלייט מיט א בילד פון קאמופלאזשירטע הויזן און א זילבערנע גאן.

"זיי נעמען איינע פון אונז, לאמיר נעמן צוויי פון זיי..." - האט די סטראשונג פארגעזעצט - "דאס מעג זיין מיין לעצטע מאל וואס איך שרייב דא..."


א דאנק פאר ברענגען די נייעס. וויזוי איז דאס למעשה צוגעגאנגען??

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 7:16 pm
דורך ישראל קאפקע
איינער דערקענט דעם גאס?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 8:48 pm
דורך דריידל
לויט די נייעס קוועלער איז עס ביי מורטל און טאמקינס (דאכציכמיר אז העריסאן ווערט טאמקינס).

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2014 11:03 pm
דורך שמעון וואלף
פון אייוועלט

דער מערדער האט היינט צופרי דערשאסן אין באלטימאר א געוועזענע "חבר" זיינעם.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:05 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:פון אייוועלט

דער מערדער האט היינט צופרי דערשאסן אין באלטימאר א געוועזענע "חבר" זיינעם.

ס'איז זיין "גוירלפרענד". נאר דער אייוועלט, ווי פארשטענדליך איז זייער הייליג. וועט ער נישט ארויס שרייבן דאס טמא'נע ווארט. האט מען עס מטהר געווען און ס'איז געווארן דערפון א חבר.....!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:08 am
דורך שמעון וואלף
פארדעם האב איך עס געלייגט אין קוואטעישאנס און געמאכט באלד

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:38 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:41 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:49 am
דורך אפטעמיסט
ראשעקאל, כ'מיין דיין לעצטע בילד איז נישט פון היינט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:50 am
דורך [NAMELESS]
נאר פון ווען?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:54 am
דורך בשבילי!
אפטעמיסט איז רייט. ס'עפעס א שייכות מיט די פערגוסען קעיס. ס'נישט פון נעכטן,

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 12:59 am
דורך אפטעמיסט
כ'האב נישט קיין מושג פון וואו די בילד קומט, אבער ס'קען נישט זיין פון היינט.
נומער איינס, די פאליציי קאר אין וועלכע די אפיצירן זענען געזעצן איז א נייערע מאדעל נישט אזא אלטע; נומער צוויי, דער מערדער האט געשאסן פון די פעסענדזשער זייט, נישט פון די דרייווערס זייט; נומער דריי, די פאליציי קאר איז נישט געווען אונטער עטליכע קארס. ס'איז געווען מער אנהייב גאס, און בכלל איז די בילד נישט אויף מורטיל/ טאמקינס.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 1:35 am
דורך יין שרף
[justify][/justify]

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:01 am
דורך בשםואין
געוועזענער גאווערנער פאטאקי טוט אויף זיין טוויטער אקאונט באשולדיגען אטוירני זשענעראל עריק האולדער און מעיאר ביל די-בלאזיא אז זייערע העצעס האבן צוגעברענגט צו די מארדן פון די צוויי פאליציי אפיצירן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:41 am
דורך [NAMELESS]
רעספעקט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 11:19 am
דורך לאליפאפ
עס ווערט יעצט א ווילדע כוואליע ביי די שווארצע צו הארגענען פאליציי אפיצירן.. אין פלארידע איז היינט א אפיציר דערשאסן געווארן צום טויט און אין די בראנקס האט א מאן געצויגן דעם צינגל אין פנים פון א NYPD אפיציר, אבער דער פיסטאל איז דאנקבארליך געווען ליידיג פון קוילן.