שושנים #12: מיין בקשה, איך בעט
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
שושנים #12: מיין בקשה, איך בעט
איך בין ביי אלעמען אין שטוב
יעדער האט מיר זייער ליב
ספעציעל נאך א טאג
וואס איז געווען פול מיט פלאג
בייטאג צי ביינאכט
שטיי איך גרייט
מיט'ן גאנצן פראכט
צו וואונטשן גו"ד ניי"ט
ווייך אדער הארט
ברייט איז די סטאנדארט
אבער צוויי, גאנץ שמאל
נוצט מען ביי כלל ישראל
מצות אויף מיר מ'טוט
צומאל לייגן אויף מיר די היט
די וועש זי לייגט צוזאם
אדער זיצן דערויף סתם
רויבער און בערן
טון זיך מערן
ווען מ'איז אויף מיר
דמיונות אן א שיעור
ווען איך בין קאלט
זיין פנים שטראלט
אבער איך ווער שנעל ווארעם
דאך בלייב איך אנגענעם
די בעסטע עצות
געטראכט אויף מיינע פלייצעס
שווער צו גיין אין מיר
אויסער אויב מ'הערט א שיעור
שווער ארויסצוגיין
ביז די צייט טוט פארגיין
ווען עס גיט א קלינג
ארויס דערפון שפרינג
אירע אויגן פארטרערט
אדער ווען ער קלערט
צו סתם אזוי צעטראגן
צו מיר טוט מען זיך יאגן
איך האב פיסלעך פיר
דאך יעדער ליבט מיר
אסאך וואג איך טאלעריר
שפרינגען אויף מיר פרוביר
פלאץ פאר איינעם אדער צוויי
אדער די מאמע מיט קינדער דריי
מיט תכריכים מיך איינהילן
ווען די קינדער טון שפילן
צו ליינען אויף מיר א בוך
אונטער מיר די שיך
א ביסל וואסער דערנעבן
זיך א וואש קענען געבן
די מאמע טוט שרייען
אבער די קינדער נישט גייען
דער טאטע דארט געשמאק זיך אויפהאלט
די מאמע אן כח אריין פאלט
מ'טוט זיך אין מיר אריינקנעטן
צומאל אפילו אנטרעטן
אין מיר טוט מען אפרעכטן
ווען עס געשעט דאס נעכטן
אויך די פוס געבן א קראץ
ווען איך ליג אויפ'ן מאטראץ
איך זע עס נעמט נישט קיין עק
יא! דאס בין איך דיין בעט...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
כ'קען נישט גלייבן אז איך האב נאכנישט געמאכט א רעיטינג אויף אזא זיסקייט פון א פאעזיא!
קיוט איז נישט דאס ווארט! ס'איז א לויזע געדאנק, ס'לאזט זיך בייגן. אז מ'טראכט אריין, wow, וואס מ'טוהט נישט אלץ אין א בעט!
זיס ווי צוקער: 5+ כוכבים
ביי-לינגיועל גראמען: 5 כוכבים
אריגענעלע געדאנק: 5 כוכבים
גוט און רייך ארויסגעברענגט: 5 כוכבים
הומאר: 5 כוכבים
וואלט געמעגט אויסלאזן צוויי דריי זאכן: עם, א שיינע פאר כוכבים...
אוועראלל: צוקער זיס, ברענגט גרינגערהייט ארויף א שמייכעל אויף די לעפצן! מיט אפאר שינויים איז עס גוטע סחורה נאכצוזאגן ביי א שבת טיש / חנוכה פארטי. א אמת'ע הנאה צו ליינען!
קיוט איז נישט דאס ווארט! ס'איז א לויזע געדאנק, ס'לאזט זיך בייגן. אז מ'טראכט אריין, wow, וואס מ'טוהט נישט אלץ אין א בעט!
זיס ווי צוקער: 5+ כוכבים
ביי-לינגיועל גראמען: 5 כוכבים
אריגענעלע געדאנק: 5 כוכבים
גוט און רייך ארויסגעברענגט: 5 כוכבים
הומאר: 5 כוכבים
וואלט געמעגט אויסלאזן צוויי דריי זאכן: עם, א שיינע פאר כוכבים...
אוועראלל: צוקער זיס, ברענגט גרינגערהייט ארויף א שמייכעל אויף די לעפצן! מיט אפאר שינויים איז עס גוטע סחורה נאכצוזאגן ביי א שבת טיש / חנוכה פארטי. א אמת'ע הנאה צו ליינען!
(- - -)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט: