בלאט 1 פון 1

על הפיוט הנרות הללו

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:54 am
דורך [NAMELESS]
מיר אלע זאגן דעם נוסח פין הנרות הללו אכט מאל א יאר אבער מן הסטם ווייניג קענען קלאר מסביר זיין די פונקטליכע טייטש דערפין, איך האב מיר מתבונן געווען אין דעם נוסח אין איינגעזען אז עס איז כמעט אומפארשטענדליך,
קודם כל דער עצם ענין פין אוועקשטעלן בשעת'ן עשית המצוה דער כונת המצוה -כעין לשם יחוד- איז א זאך ווואס מען טרעפט כמעט נישט אין הלכה, אחוץ פין פסח מצה מרור ווואס מען זאגט פסח על שום מה אבער דארט איז עס וועגן די מצוה פין והגדת לבנך, אבער סתם אזוי מסביר זיין ווואס מען טוט איז א מאדנע זאך,
אין אז מען באטראכט דעם גוף הנוסח זעט מען לכאורה א ציזאמווארפעניש פין זאכן וואס קלעבן נישט, לכאורה איז דדער כונה מיטן זאגן דער נוסח צי זאגן א שבח והודאה פארן השי''ת איז לאמיר געבן א קוק,
הנרות הללו אנו מדליקין על הניסים ועל הנפלאות ועל התשועות ועל המלחמות שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה ע''י כהניך הקדושים

אקעי די שטיקל איז נאך פארשטענדליך עס בלייבט נאר די ערשטע הערה מאי שנא די מצוה וואס מען איז מסביר די כונה פון וואס מען טוט
וכל מצות שמונת ימי חנוכה

די שטיקל האט נישט קיין פירוש נישט אויף ארויף אין נישט אויף אראפ, וואס זאגט מען דא?
הנרות הללו קודש הם ואין לננו רשות להשתמש בהן אלא לראותם בלבד

וואס טוט מען דא מען געבט א שיעור אין הלכה? אין אויב שוין יא פארוואס פונקט די הלכה?
כדי להודות ולהלל לשמך הגדול על ניסיך ועל נפלאותיך ועל ישועתיך

דאס איז א הסבר פארוואס מען טאר זיך נישט משתמש זיין?
בקיצור עס זעט אויס ווי א מיסטריעזע נוסח אן קיין סדר אין פירוש,

איך האב א שטיקל השערה אז דער כונה פין זאגן דער נוסח איז נישט סתם מגלה דעת זיין אז מען געבט א שבח פארן בורא מיטן צינדן, נאר היות דעמאלטס האט מען זיך א גאנץ יאר משתמש געווען מיט לעכט איז אייביג געווען לעכט אין שטוב איז יעצט וועט מען קימן צינדן לכבוד חנוכה נאך א לעכט איז א) עס וועט נישט זיין ניכר אז דאס איז לכבוד חנוכה א זכר לנס אין ב) היות מען איז ציגעויונט א גאנץ יאר זיך צי באניצן מיט לעכט פאר אלע הצטרכותער וועט מען קימן זיך משתמש זיין אויך מיט די ליכט, פארדעם האט מען זיך געפירט אז בשעת'ן צינדן האט מען מכריז געווען ''די ליכט איז נישט ווי אלע אנדערע לעכט נאר דאס איז א זכר לנס'' אין מען האט מזהיר געווען פאר די בני בית אז דער ליכט איז הייליג אין מען טאר זיך נישט דערמיט משתמש זיין,

אין איך וואלט געזאגט אז דער נוסח איז באמת צוויי שטיקלעך איינס די ערשטע האלב ביז די צוויטע הנרות הללו וואס דאס איז א הכרזה אז די ליכט איז נישט סתם נאך א לעכט נאר א זכר לנס, אין נאכדעם א אזהרה פין די צוויטע הנרות הללו אז מיט די ליכט טאר מען זיך נישט משתמש זיין אין דאס איז דער ביאור פארוואס מען פירט נאכאמאל אויס כדי להודות ולהלל על ניסיך וכו' וויייל מען זאגט אז מיט די ליכט טאר מען זיך נישט משתמש זיין ווייל זיי זענען הייליג כדי להודות ולהלל,

אין איך האלט אז מען קען ברענגען א ריאה לדברי פין דער ערשטער מקור ווי עס ווערט דערמאנט דער מנהג צי זאגן הנרות הללו דאס איז אין מסכת סופרים פרק כ' הלכה ו' , אין אין די מהודורה וואס ד''ר מיכאל היגער האט ארויסגעגעבן שטייט אזוי (דארט איז עס הל' ד')
כיצד מברכין, ביום הראשון המדליק מברך ג' והרואה ב' המדליק אומר ברוך וכו' להדליק נר של חנוכה, ומתנה ואומר הנרות הללו אנו מדליקין וכו' וכל שמונת ימי חנוכה הנרות הללו קודש

זעט מען צווי אינטערעסאנטע נקודות א) אז ער רופט אן דעם זאגן דעם נוסח ווי א 'התנאה' זיך אויסנעמען אין דאס שטימט זיייער גוט מיט וואס איך האב געשריבן אז מיט דעם נוסח איז מען זיך מתנה אז דאס איז נישט סתם א ליכט נאר אז דאס איז א זכר לנס אין ז מען טאר זיך נישט משתמש זיין,
אין נאך א נקודה אז עס שטייט נישט וכל מצות שמונת נאר וכל שמונת (וכן ליתיה בהטור ובמהרש''ל, ובמס' סופרים הנד' בש''ס וברא'''ש מס' שבת איתא בוגריים וציון שהגר''א מוחקו) איז אויב אזוי קען זיין אז דאס איז א אויספיר פין דעם ערשטן חלק אז מען זאגט די ליכט איז אלץ זכר לנס אין אזוי איז די ליכט פין די אלע אכט טעג,

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 8:22 am
דורך פליקער
עס איז לכאורה נישט פארהאן נאך איין פיוט ואס האט דערויף אזוי פיל פשט דריש רמז סוד ווי די פיוט הנירות הללו, על כן נעם זיך קיקן וועסטו פארשטיין, איך וואלט דיר מייעץ געוועין אלס א גיטע התחלה, הייב אן מיטן ספר דברי יואל ספעציעל אויף חנוכה ותמצא נחת, ער פרעיגט גענוי דיינע קשיות, ועוד נאך הארבע קשיות וואס דיר איז נישט איינגעפאלן ווי די קשיה פון בית יוסף, און פארענטפערט עס צעיהליגע מאל, ואין בדומה לו.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:12 am
דורך [NAMELESS]
פליקער, ביסט אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:20 pm
דורך יאיר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:23 pm
דורך לעיקוואד
גראדעמעכעלע האט געשריבן:קודם כל דער עצם ענין פין אוועקשטעלן בשעת'ן עשית המצוה דער כונת המצוה -כעין לשם יחוד- איז א זאך ווואס מען טרעפט כמעט נישט אין הלכה, אחוץ פין פסח מצה מרור ווואס מען זאגט פסח על שום מה אבער דארט איז עס וועגן די מצוה פין והגדת לבנך, אבער סתם אזוי מסביר זיין ווואס מען טוט איז א מאדנע זאך

בפשטות וויבאלד דער ווארט איז דאך פרסומי ניסא האט א מקום מזאל מסביר זיין אז דאס איז דער טעם און דער נס וואס מען צינדט די לעכט, וויבאלד אן א הסבר איז דאך נישט קלאר וואס די לעכט זענען מפרסם בכלל. עס איז נישטא נאך מצוות וואס זענען משום פרסומי ניסא און פאדערן א הסבר.

עוד הערות בה'הנרות הללו '

נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 7:27 pm
דורך [NAMELESS]
א) אינזער מנהג איז ע''פ מהרש''ל צי זאגן הנרות נאכן צינדן דער ערשטן ליכטל, אבער אין מסכת סופרים שטייט אז מען זאגט עס פארן צינדן פאר די ברכה פין שעשה ניסים וז''ל
וכיצד מברכין ביום הראשון המדליק מברך ג' והרואה מברך ב', בא''י אשר קדשנו במצותיו וצונו להדליק נר חנוכה ואומר הנרות האלו וכו' ואומר שעשה ניסים וכו'

אין אזוי ווערט עס געברענגט אין הגהות מיימונית אין ער פירט אויס וכן נהג המהר''ם מרוטנברג (ובתחילת דבריו כתב שיש לומר אחר הדלקה נוסח זה וכן העתיק הטור , וצ''ע אם י''ל שסובר שמברכין שעשה ושהחיינו לאחר הדלקה), אבער אין רא''ש אין בעקבותיו אין מחבר ווערט עס שוין געברענגט צי זאגן לאחר ההדלקה,
ויש לעיין פארוואס הייסט עס נישט קיין הפסק צווישן די ברכה אין דער עשית המצוה, ואולי ע''פ דער ביאור וואס איך האב מציע געווען בראש האשכול אז דער נוסח איז וויכטיג פאר דער עצם מעשה המצוה הייסט עס נישט קיין הפסק,


ב) הערות על הנוסח
הנרות הללו אנו מדליקים
פין דער לשון רבים 'נרות' אין 'מדליקין' איז משמע אז דעמאלטס איז שוין געווען נפוץ צי מקיים זיין דער מהדרין מן המהדרין , אין אזויווי מיר טוען, ושלא כשיטת הרמב''ם (וד''ר היגער מביא במהודורתו גירסא 'אני מדליק')

''על הניסים ועל הנפלאות ועל התשועות ועל המלחמות שעשית לאבותינו בימים ההם בזמן הזה'',
מבואר אז מען צינדט די ליכט לזכר פין די ניסים פין די נצחון המלחמה נישט אויף די נס פין פך שמן,
מען דארף אנמערקן אז די ווערטער 'ועל המלחמות' טרעפט מען נישט אין קיין שום מקור אין עס איז לכאורה בטעות אריבערגעקימן פונעם נוסח פין על הניסים, (אין אזוי אויך די ווערטער 'בימים ההם בזמן הזה) אבער אפילו מען וועט ארויסנעמען דעם על המלחמות איז נאך אלץ מוכרח אז עס גייט אויף די נצחון המלחמה א) פין דעם לשון רבים 'ניסים' נפלאות' אין אויך איז דער נס פין דער פך שמן נישט געטון געווארן דורך די כהנים נאר דורך השי''ת אליין,

''הנרות הללו קודש הם ואין לנו רשות להשתמש בהם'',
דאס איז שלא כמבואר בגמרא שבת כב. אז נרות חנוכה האבן נישט קיין קדושה אין די סיבה זיך נישט צי משתמש זיין לאורה איז נאר וועגן 'שלא יהא מצות בזיות עליו', נאר עס איז מעגליך אז מען דארף נישט אזוי מדייק זיין אין דעם נוסח אין קודש איז לאו דוקא, (אך יציון ששיטת בעל המאור אכן הוא שיש קדושה בהנרות,

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 3:06 am
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע: ייש"כ פאר די הערליכע הערות און הארות איבער דעם ענין פון הדלקת נר חנוכה. נאר איין קליינע נקודה וועל איך מעורר זיין. פון דעם וואס מ'זאגט הנרות הללו אנו מדליקין איז נאכנישט קיין ראיה אז מ'דארף צינדן כמהדרין מן המהדרין. ווייל דער לשון רבים קען ארויפגיין אויף אלע אידן...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 6:57 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]berlbalaguleh[/tag] די שרייבסט דא ערגעץ אז די ביסט א בקי אין ספרי הרב מסאטמאר וויאזוי האסטי פארפאסט דעם שטיקל אין סדר.הדלקה לחנוכה
2014-12-22_18.53.091034323726.jpg
2014-12-22_18.53.091034323726.jpg (174.4 KiB) געזען געווארן 1181 מאל

מבואר אז ביידע גאונים האבן געלערנט אז הנרות הללו גייט ארויף אויף.די נרות וואס דיר וואס זאגט צינדט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 7:04 pm
דורך לעיקוואד
גראדעמעכעלע האט געשריבן:הנרות הללו אנו מדליקים
פין דער לשון רבים 'נרות' אין 'מדליקין' איז משמע אז דעמאלטס איז שוין געווען נפוץ צי מקיים זיין דער מהדרין מן המהדרין , אין אזויווי מיר טוען, ושלא כשיטת הרמב''ם (וד''ר היגער מביא במהודורתו גירסא 'אני מדליק')
[/quote]
י"ל אנו קאי על כלל היהודים שמדליקים, נישט נאר דער בעל הבית וואס צינדט עם בני ביתו. דאי לא תימא הכי, מי שגר לבדו ומדליק וכי אינו אומר אנו מדליקים.

'

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 7:58 pm
דורך ונבנתה העיר
און די ערשטע נאכט זאגט מען נישט הנרות הללו? רק דקאי אנרות דעלמא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:20 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:און די ערשטע נאכט זאגט מען נישט הנרות הללו? רק דקאי אנרות דעלמא.

ונבנתה העיר: ייש"כ. אבער זינט /זייט דער בעל נקודה החבדי"ת איז אריינגעקומען דא אין שטעטל, ווייס איך שוין נישט וועלכער ליובאוויטשער רבי נ"ע ביסט דו און וועלכער איז ער. איך האלט אז מ'דארף, אן א דין תורה מאכן עפעס א פשרה און א סימן היכר אז דער עולם זאלל זיך נישט טועה זיין... :lol:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 6:27 pm
דורך ונבנתה העיר
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אין איך האלט אז מען קען ברענגען א ריאה לדברי פין דער ערשטער מקור ווי עס ווערט דערמאנט דער מנהג צי זאגן הנרות הללו דאס איז אין מסכת סופרים פרק כ' הלכה ו' , אין אין די מהודורה וואס ד''ר מיכאל היגער האט ארויסגעגעבן שטייט אזוי (דארט איז עס הל' ד')
כיצד מברכין, ביום הראשון המדליק מברך ג' והרואה ב' המדליק אומר ברוך וכו' להדליק נר של חנוכה, ומתנה ואומר הנרות הללו אנו מדליקין וכו' וכל שמונת ימי חנוכה הנרות הללו קודש

אולי קען עס אויך אביסל פארענטפערן א קושיא וואס איז לכאורה מרפסין איגרא, ווי אזוי קענען זיך אמוראים קריגן אויב מותר להשתמש לאורה אדער אסור, ווען אין די ברייתא דמס' סופרים שטייט קלאר ואין לנו רשות להשתמש בהן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 7:28 pm
דורך [NAMELESS]
מסכת סופרים איז נישט קיין ברייתא עס איז נתחבר געווארן נאך די חתימת התלמוד בזמן רבנן סבוראי אדער די גאונים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 7:31 pm
דורך נהורא נפישא
איך מיין אז הללו איז א לשון נוכח

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 10:31 am
דורך מיר'ער בחור
ענייני דיומא