גן של שושנים

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

גן של שושנים

שליחה דורך כוכב »

הנה ימים באים, שטורעמישע טעג זענען ערווארטעט אין שמעקעדיגסוויל, די מאסן וועלן שטראמען צו די שטום בודקעס, נישטא קיין לעקערייען און חנופה'לעך, קיין פראטעקציעס און ראסיזם, אלעס איז הונדערט און צוויי פראצענט אויסגעהאלטן מ'גייט אט אט אויסוועלן א געווינער פון צווישן די הערליכע רויזן וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן דורך די ימי חנוכה.
א שווערער באשלוס ערווערט אונז אלע, צווישן אזעלכע פאעזיעס ווען יעדעס איינס איז א געווינער איז באמת שווער צו קלויבן, ס'איז דא ממש א בחינה פון כשושנה בין שושנים.
ס'איז דא אזויפיל אויף וואס צו קוקן ביים וועלן א געווינער, די קונסט, די ארט, די געפילישקייט, וויפיל עס איז נוגע למעשה, ווער ס'פראקט דעם נאקעטן לייב, די מליצות, די פארשטענדליכקייט, די אומפארשטענדליכקייט, די וואקאבלואר, די פונקטליכקייט, די גראמען, די אויסשטעל, די בליציגקייט, די הומאר, וכהנה וכהנה. שטארק וועט מען שוויצן ביים אויסקלייבן דעם אחד יחיד המיוחד וואס קומט צו געווינען דער גרויסארטיגער פארמעסט.
ובכן, כדי צו פארגרינגערן די חשוב'ע וויילער, טו איך דא צוזאמעננעמען אלע פאעזיעס לפונדק אחד אזוי, אז מ'זאל אלעס האבן אין איין אשכול און קענען מעסטן און וועגן, שמעקן און ציילן ביז מ'וועט אויסוועלן א פרי עץ הדר אלס קאנדידאט צו געווינען.
אויך שטעל איך דא א לינק צו איטליכער פאעזיע, און אויב איר האט הנאה, אדער איר ווילט קאמענטירן, זייט מוחל, גיט א קוועטש דעם קנעפל, שפאצירט אריין אינעם אריגינעלן אשכול און גיט אפ דעם אנערקענונג פאר'ן חשוב'ן פארפאסער.
אלזא, די טעג זענען געציילטע, מאכט אייך גרייט, די שושנים וואלן זענען נענטער ווי ווייטער, היו נכונים!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ביטע נישט קאמענטירן אדאנק
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שושונים #1: אמרתי

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שושנים #1: אמרתי

אמרתי בקינה אשיר,
קינה כי תשור?
כינה כי תשיר?
אמרתי חסד חינם,
ותהי הכינם.

אמרתי בחסד יבנה עולם,
חסד הוא ונכרתו לעיני בני עמם,
לכן כל הורג קין,
על אבן אחת שבעה עיניים.

לא בכסף תגאלו,
כי בזהב תגעלו,
מדה ומדה, איפה ואיפה,
אפוא הערשלע, אפוא יוסלה.

מה פרצת פרץ,
את לכל חפץ,
את ה' אלוקיך תירא,
לרבות בעלי קומה.

אינגעלע, מה שמך,
F**k you, כאשר לא נגענוך,
הסר כל עקוד ותלוי,
תשאיר אלו אשר לחיים נכתבו.

מה יבין אנוש,
נסתרה דרכיו,
במה לכמוש,
נפל במהמוריו.

תל עולם לא תבנה עוד,
Tale העולם נשמתה בה עוד,
Tail העולם לא תקפ"ץ עוד.

כי אם אני אינננו אני,
כי אם שבר בת עמי,
אין אני והוא דרין בדיר,
לא אבנה מחורבנה של צור.

בני שכורת יפרצו דרך,
למנות להם מלך,
בני נדה תחבק,
להכרית זרעו של עמלק,
קודש יהיו בני תמורה,
לבנות להם בית הבחירה.

עמי תלויים ובלויים,
ונבנתה העיר על תילה,
עלו לציון מושיעים,
מושב איוה לו י-ה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #2: נהי בכי תמרורים, נהי

שליחה דורך כוכב »

שושנים #2: נהי בכי תמרורים, נהי

פארמאטערט
מ'קען נישט אניאגן,
לעבן איר זייגט,
אנטשולדיגט פאר'ן זאגן.

איין טאג און נאך איינס
אולי היינט,
פון שפאלט איך קוק
צי די זון היינט שיינט.

ניין מיין קינד
א קול שרייט ניין,
א יונג בלומעלע —
אוועק וועט גיין.

זאג וועלט,
יקום.
הערסטו נישט דאס געוויין
און די קולות וברקים?

געצווינגען אהער
מסודר.
אבער יעדן טאג,
ווידער?

וואס וואלט געווען
רעה,
ווען אומשולדיגע מענטשן
האבן הנאה?

וועלט, וועלט
עפן די טויערן,
ביסטו בלינד
מיט פארשטאפטע אויערן?

איך וויין, איך כליפע
אויף די רך בשנים,
צמרמורת,
אוי, אם על הבנים.

אז דו ווילסט דווקא
נו, גוט
אבער, ביטע, לאז ארויס
מיר פון די שמיט.


(געשריבן אין ליכט פון דער ביטערער טראגעדיע מיט דעם אומקום פון א קליין ניין יעריג מיידעלע אין בארא פארק.)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים 3#: א גוט ווארט

שליחה דורך כוכב »

שושנים #3: א גוט ווארט

טינקל שווארץ
רוישיגע כוואליעס פון ים
א שטיין אויפ'ן הארץ
שטייט אזוי איינזאם

גרויע וואלקענעס שוועבן
פייפט א שטורעם ווינט
שווערע קרעכצן געבן
ווי א פארלוירן קינד

די לבנה אזוי בלאס
העולם חשוך בעדו
א פחד צו גיין אין גאס
פארקלעמט ער איז אזוי

פארטרערט
ער ווערט
פארשווערט
דאס הארץ אייטערט

א גוטע פריינט
זיך באווייזט
א גוט ווארט בא'חנ'ט
אים ער שפייזט

וואס מאכסטו
וויאזוי פילסטו
וואס טוסטו
וויאזוי שפירסטו

וואס ער פארמאגט
אים געגעבן
א גוט ווארט געזאגט
אים אויפצולעבן

א גוטן טאג
א גוטע נאכט
געגעבן א זאג
צוזאמען געלאכט

מחיה מתים געווען
די נשמה בלי גוף
צער שוין נישט געזען
כחלום יעוף

די גרויע וואלקענעס
זיך צושפרייט אנגענעם
רוישיגע כוואליעס
געווארן באקוועם

פונעם ווינט דעם שטורעם
אן אנגענעם בלאזל
קרעכצן דעם שווערן
שטיל ווי א האזל

די לבנה מיט פראכט
באשיינט די נאכט
די שטיין פון הארץ
שוין נישט אזוי שווארץ

זרח בחושך אור
עס איז אים א שפאס
פארגעסן פון זיין טרויער
ער גייט אליין אין גאס

ווי א זארגלאז קינד
אן קיין פלאג
לויפט געשווינד
צו א צווייטן געבן א זאג

א גוט ווארט
יענעם שענקען
איז אן "ארט"
מ'וועט אלעמאל געדענקען
אינעם הארץ דארט
ס'וועט אלעמאל בענקען
א מעדיצין א סארט
אלע וואונדן אפשווענקען

איינער פאריאגט
א צווייטער פארפלאגט
א גוט ווארט געזאגט
געמאכט יענעם'ס טאג

*

פונעם וועג דעם אידיש
איינער טוט גליטשן
מיט א ווארט א חידוש
א גוט ווארט דערפרישן

א צרה באטראפן
ער איז אין פיין
א גוט ווארט די וואפן
אים צו משמח זיין

איינער ח"ו קראנק
צו סתם א בעד מאד
גיב אים דיין געשאנק
א גוט ווארט גראד

די וועלט איז א בריק
דיין ווארט איז די שטריק
פאר'ן רעדן קוק
מיט א ריכטיגן בליק
די שטריק נישט צופליק
ער זאל קענען קומען צוריק
א ווארט לאזט אן אפדרוק
קען מאכן אן אומגליק
נאר א גוט ווארט שיק
ס'איז די בעסטע טאקטיק
צו מאכן דעם שטריק
זייער זייער דיק

א גוט ווארט געגעבן
נישט נאר דאס ווארט
נאר א שטיק לעבן
געשאנקען אויפן ארט
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #4: א בריוול פון דעם בית הכבוד

שליחה דורך כוכב »

שושנים #4: א בריוול פון דעם בית הכבוד

דאס בין איך, דאס בית כסא-ברעטל
פון די קרואי העדה ביינונז אין שטעטל
איך וועל צוטרעטן גלייך צום ענין
ווארום איך יאג מיך, כ'בין א צענטער צו מנין

שלמה המלך זאגט דאגה בלב ישיחנה
האב איך באשלאסן אז כ'וועל כאפן די פענע
כידוע איז היינט צו אלצדינג פארהאן תקנות
אויסער אוודאי ווען ס'קומט צו דער הכנות

פאר א הדר פון א גוף נקי
ווייסן אלע קומט מען צו מיר דער בקי
צופרי, ביינאכט אדער בייטאג
דעם חסיד? קיינמאל איך אנטזאג

העכער מיר וואלגערן זיך צייטונגען
און אונטער מיר שיטן ווייטאגן
איך בין פאר דעם חסיד זיין היים
רענט צאלט ער ניטאמאל א דיים

זאל זיין פאר אונטערהאלטונג אדער ליידן
איך בין דעם חסיד אין יעדן פאל א גן עדן
"עה, האלא, דו, לייג אוועק דעם סעל א רגע
כ'זאג דיך ס'וועט נישט אנטלויפן די דעטע".

איך בין טאקע שטענדיג פאר יעדן דא
פונעם נץ ביז דעם עלות, אין יעדער שעה.
נאר אמאל אז איך טו א צווייטן סערווירן
נאעוועט נישט אזוי, ס'קען אביסל נערווירן

שבת, א שלעפ צו טאן דאס פלאש-צינגל
ס'איז מותר, דאס ווייסט דאך יעדעס אינגל
א המצאה צו קענען טשולענט רוקן
און דערנאך קומען אויף מיר זיך דריקן

כ'שטיי פאר'ן עולם גרייט אויך אויף רעדער
כ'מיין אז דאס ווייסט שוין דא א יעדער
איבער אלע שטראזן און וועגן
פאר מיר וועט מען אייביג אנפרעגן

אויף מיר האט מען קנאפ רחמנות
מ'נעמט עדווענטיש פון מיין סבלנות
פארהאן אזאנע וואס גלייכן צו אביוזען
מיט פרעש-ווייפס טוען זיי מיך אנבלאזן

שמות נרדפים האב איך פילע
זאגאר מער ווי רינה גילה
זאל זיין הכנות, קאקן אדער ארויסגיין
א ציל ביי אלעמען איז אבער נאר דא איין

גלעזלעך מיט וואסער פול
שטעלט מען אויף מיר אן קיין גבול
דעם טלית קטן א שמיץ אין דער הייך
והנה, אין דער לופטן ס'גייט א ריח

מיינע ווענט ווערן בכלל נישט געשוינט
פרסום דארט פאר קיינעם עס לוינט
יחידים ווערן גע'מוסר'ט און אויסגעפראקט
אויף אלץ מ'שעלט, מ'איז מוחה און מ'האקט

אויף מיין טירל ס'לויפן רעקלאמעס
אלץ טאקע אינעם בודקעלע פון ד' אמות.
קעגן דעם שטן א אידל פירט מלחמות
פארבאט דאס טון ביזנעס מיט די נשמות

יום הקדוש א געדרענג, א ברייטע מאסע
א שווערן פארקער פון קיטלען ווייסע
טעות לעולם חוזר זענען אלע מקיים
גארנישט אזוי בששון דעם ושאבתם מים.

זיך צו באוואפענען מיט אשר יצר פאפיר
געהערט געוויס צו די זאכן שאין להם שיעור
אין קעשענע א מאקסימום מ'שטופט אריין
נו קען מען דען אנדערש א כשר איד זיין?

לא יאומן וואס איך האלט אלץ מיט
די פרומע, איי איי גייט זיי דא גוט
איבער די גאסן זיי ווארפן פאשקעווילן
ביי מיר אבער קומען זיי דאס שטילן

בקיצור, איך בין ווי אן ערי מקלט לכל
בחורים און אינגעלייט ווייסן דאס וואויל.
פארוואס טו איך ענק דאס אלעס זאגן?
פשוט ווייל ס'האט מיך אין הארצן געטון נאגן

כ'האב בעצם גאר א סך צו פארציילן
כ'וועל אבער אייך דאס נישט קענען מיטיילן
כ'הער שוין אויף מיין טירל זעצן
"נו, תקנות המקום צו וואס פארלעצן?"

שוין, איך גאפל אפ פון דאנען געשווינד
א גוטן חנוכה, זייטס מיר אלע געזונט.
מאכטס נאר מיט כוונה דעם שלא עשנו גוי
סינסערלי, דער בית כסא וואס איר ליבט אזוי.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #5: הארץ צווייפלענישן

שליחה דורך כוכב »

שושנים #5: הארץ צווייפלענישן

מיין הארץ פארקלעמט פון זיך ספק'ן.
איראניש, ספק'ט זי אויך איר עקזיסטענץ זעלבסט.
קאלטע סייענטיסטן זיי לאכן פון איר.
ווארימע פילאזאפן זיי פלעגן איר.

ווער דען איז פארקלעמט, איך פרעג דעם סייענטיסט.
מיט קאלטע אויגן זיי קוקן מיר אן.
דיינע נירן יא דען א מיינונג זיי האבן ?

דיין מסורה טראך אוועק, זיי זאגן.
אלעס אלעגאריש, געשריבן פון אמאל.

צו געוועלטיגן איבער קלענערע, חזיונות פארעהרט.

אבער ...
א הארץ איז פארט א הארץ.

ס'גלוסט מיר א ווארימע מאמע'שע גלעט.
א בריווכלע זי שרייבט א מאמע.
ווארימע סטרונעס זי ברענגט ארויף
מעבר לים ווייט ווייט איך וויל זי שפירן.
ווייל א הארץ איז פארט א הארץ.

שכינה מה אומרת קלני מראשי.
א פארטרערטע די מאמע, פון דער אנדערער זייט וואסער.
וואו געפינסטו זיך מיין קינד, איך שפיר א ווייטקייט
בנים אתם לה' אלקיכם איך ענטפער.
דאס בין איך דיין קינד מאמע'שע.
א טוליע אין הארצן ערוועקט.

דאס עקספערימענטירט זיך נישט אין קיין מעבדה.
דאס גייט איבער אפשר נאך שנעלער ווי ליכט אליין.
דו הערסט דאוקינס.

א הארץ איז פארט א הארץ.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #6: אוי חנוכה אוי חנוכה

שליחה דורך כוכב »

שושנים #6: אוי חנוכה אוי חנוכה

געמיינט איך האב חנוכה ליב,
ווייל מ'גייט יעדע נאכט ארויס פון שטוב.
איך דארף באלד אויפנעמען א סעקרעטאר,
צו האלטן חשבון פון מיין פארטי-קאלענדאר.

צום סוף בין איך אזוי פיסט-אף,
די גאנצע צייט ביזי קויפן נאך א סקרעטש אוף.
מיין ווייב קויפט פאר איר מאמע אלעמאל די מתנה,
איך בין אבער שעמעדיג, און איך טו קיינעם נישט מאנען.

מיין כולל שוואגער זאגט קוויטלעך טאר מען נישט שפילן,
וישכחהו – וועלכער איד שפילט קוויטלעך וועט היסן און זיך פארקילן.
די לעדיס מאכן מאדנע סעלעדס מיט עגפלענט-פאמאזשאן,
איך בלייב הונגעריג, נישטא וואס אין מויל צו נעמען אריין.

אביסל דאס הארץ צו דערקוויקן,
אויף מיין אייפאון איך נעם זיך טוויטן.
מיין זון איז מוחה, ער האט א געברעינוואשט קעפל,
זיין רבי האט געזאגט, די היינטיגע יוונים זענען עפל.
מיין שווער'ס פליפ-פאון איז די פך השמן,
ווייל מען קען אויף דעם נישט "קענדי-קראש" געימען.
פארוואס שפילן די הייליגע רבי'ס דריידלעך,
און איך טאר נישט ווארפן ברויגז'דיגע פייגלעך.
גיי זיי מסביר אז די מכבי"ם זענען געווען ווי צה"ל,
נישט ווי די קליינע הייפעלע אידן אשר לא כרעו לבעל.

צו די רביס לעכט צינדן מוז איך לויפן,
און זיין חדר'ס ראפל מוז איך קויפן.
ווייל ס'איז געווארן א מצב ליידער,
ווער ס'שטעלט זיך נישט צו, פליען זיינע קינדער פון חדר.

ווען איך פאר ארום אין די גאסן, קוק איך אריין אין פענסטער,
צו זען וועמענס דיינונג רום, איז די שענסטער.
איך אבער עפן נישט די פירהאנג, איך האב מורא וואס די שכנים וועלן זאגן,
"זיי זענען זייער יאנטשי! לויט די מאגערע טשענדעלעיר וואס זיי פארמאגן".
אמאל האט די "טעלזע ישיבה" מיט קאלירפולע ליכט אונז באזארגט,
יעצט האמיר נאך רויטע פון די שכן געבארגט.

מיין טאכטער קוקט אויף די ליכט כסדר,
אויסהייליגן אירע אויגן פון בארבי'ס אומ'צניעות'דיגע קליידער.
מיין ווייב ביי די ליכט א גאנצע צייט שטייט,
זי האט די עקסטינגווישער פאר א פייער גרייט.

מיין קליינע ראָצער'טע הערט אויף נישט האקן אין קאפ,
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ.
איך דארף אזוי א האלבע שעה זיצן.
אין די בעקיטשע און שטריימעל שוויצן.

צו נאך א פארטי זיך איילן מ'דארף,
ווייל מ'האט אנגעזאגט די פראגראם פאנגט זיך אן שארף.
די אפגעפארענע קאזינטע איז געקומען פון דערווייטנס צו גאסט,
אוי איז איר קליידל שמאָל און געפאסט.

נאכדעם איז נישט קיין וואונדער,
אז מנשה פילאפ ווארנט מען דארף פראווען מענער און פרויען באזונדער.
איך פריי מיך ווען די פארטי אין ניטל נאכט געפאלט אויס,
אזוי מיין שווער לאזט מיר פון די פלפול אויסגאבע ארויס.

ביינאכט קום איך אהיים אינגאנצען אנגעהוצט,
פון אלע וואס זענען געווען אזוי אויסגעפוצט.
איך הער א "ניין" מיט א פנים א שטרענגען,
זי וויל נישט נאך א יוזל אויף דער וועלט ברענגען.

אזוי גיי איך איינזאם אריין אין בעט,
ווען אין קאפ טראכט איך פון א גט.

אוי חנוכה פארטיס, אוי חנוכה פארטיס, אזויפיל שיינע,
ליסטיגע און פרייליכע זיי זענען נישט דיינע.
אלע נאכט מיט דמיונות שפילן מיר,
הייסע פאנטאזיעס וועבן זיך אין מיר.

אוי חנוכה, א יום טוב א געמיינע,
ווייל אפילו מיין אייגן ווייב איז נישט מיינע.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #7: שובה/השבינו

שליחה דורך כוכב »

שושנים #7: שובה/השבינו

האפט און מאנט
קומט צו מיר נאנט
פלעקן אראפנעמען
גארנישט דערקענען

אנדערע וועגן
ווי שניי נישט פארשווארצטע רעגן
ווען שוין ווען
שוין טויזנטער יארן ער האפט צו זען

מיין ארעם איז גרייט
בענקשאפט אויסגעשפרייט
שובה אלי
דערנאך צו ענק זיין געטריי

מיר אבער זענען פארמאכט
קיין פארבעסערונג אינעם טונקעלע נאכט
אלעס ווי אמאל
אפילו מער אין צאל

זענען מיר שלעכט?
אזא אומרעכט?
אוודאי ניין
הער זיך איין

פלאג און מי
ביינאכט ביז צופרי
פארמאטערט ערשעפט
דאגות געשלעפט

צער ויגון
מוט נישט פארמאגן
נישטא די מינוט
צו מאכן דעם שריט

שווימט אין נסיונות
שווארצע חזיונות
דער יצר ברענט
געבינדן מיין הענט

די געשעפט לאמיר פארדרייען
אונז פארצייען
קודם דו שלעפ
ארויף די טרעפ

איינמאל דארט הויך
וועט גיין א רויך
אוודאי זיך אומקערן
נחת דיר באשערן

די טענה אהין און צוריק
קיינער וויל נישט אפלאזן דעם שטריק
יארן גלאפירן אן אויפהער
ווען למעשה זענען מיר נאך בשק ואפר

טאטע גרויסער
שוין די והותר
זע שוין איין
אזוי וועט נישט גיין

זיי מוותר
קל מסתתר
אן ענדע מאך
צום געפעכט שפראך

א נחמה א טרייסט
א נייע גייסט
נאכגעבן געשווינד
פאר דיין זיס קינד
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #8: ימי בינה

שליחה דורך כוכב »

שושנים #8: ימי בינה

בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!

והיה אם בִּין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!

בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!

ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!

הבינה והברכה לח"י
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!

אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #9: גיבורים ביד חלשים

שליחה דורך כוכב »

שושנים #9: גיבורים ביד חלשים

איבער געשרייען פון געווער
באמבעס אן אויפהער,
האב איך געהאלטן אין האנט,
א שטיקל ניגון.

געזינגען אן א מייק,
מיין שטימע וועט מיר טראגן אזוי ווייט,
ביז ווי מענטשן נייגן אן אויער צו הערן.

האב איך געוואלט וויינען הויך,
מיין שופר האט זיך אבער פארברענט,
אינעם גרויסן פייער וואס די קלוגע האבן נישט געקענט פארזען.
געזוכט א פעדער צו שרייבן א בריוו,
עס אז אבער געווען צו שפעט.
געבליבן בין איך מיט מיינע צוויי הענט,
און אן אטעם צווישן זיי.

אחד איינער האט גע'דרשנ'ט דברי חיזוק,
אדער אפשר שיחת התחזקות.
איך געדענק שוין נישט,
איך בין אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט.
עס איז שוין בעסער דברי חלומות,
ווי עס ליגן נעבעך די שוואכע דורות,
בעסער זיין פריי ווי פרייליך, שוואך, נע, שבח.

און ווען די מוזיק איז שטיל געווארן,
האט מען געהערט ברימען מע
קען מען דען האבן אזויפיל קינדער,
און נישט ליב האבן איינס מער.
עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל,
אפילו א טויבער קען דאס זען
ווי עס דרייט זיך אין ראד,
און מיר אינאיינעם בלייבן גלייך לנצח.



(ואמר רבינו, שבזה השיר מרומזים כל כוונות חנוכה, מי יתן ונזכה להשיג אפס קצהו.)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #10: או חברותא

שליחה דורך כוכב »

שושנים #10: או חברותא

פאראומערט דאס הארץ
דערשלאגן די זעל
די וועלט געביטן שווארץ
און צום בונד געל

חלומות בייטאג
דאס קישן נאס
אינערליכע פלאג
ליבשאפט און כעס

געוויסן, צעריסן
שטיין אדער גיין
פרעגן און וויסן
אליין – יא צו ניין.

אין סוף,
ס'זעען נישט מיינע אויגן;
אין שום ייאוש,
שווער צו גלויבן

דער גוטמוטיגער נעכטן
ער שנייד ווי א מעסער
דער טונקעלער מארגן
קען גאר נישט זיין בעסער.

די פיין איך ליב איר
די שמחה איך האס
ווייל הינטער דער טיר
ס'שטייט דער דעת

אמת, זיי זאגן אין דער ערד;
שקר, איך זאג איך שפיר אים אומעטום.
דער אטעם האט באקומען א ווערד
קווענקלענישן האב איך געפינען אין תחום.

מיתה, ביזט גוט פאר מיין עבר
כ'האב א שותף אין מלחמה.
זי וואוינט צווישן די שוטים
אן אומגעהויערע נחמה.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #11: טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו‎

שליחה דורך כוכב »

שושנים #11: טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו‎

אמאל געווען א בחור
צו גאט און צו לייט,
געהאצקעט און געלערנט —
אביסל אויף די זייט.

פחדים געוועזן
דער טאטע געציטערט,
קיין נחת געזען
די מאמע ערשיטערט.

טראצדעם געשטויסן
דעם תורת אמך,
גע'טענה'ט מיט רעכט
שמח בחור בילדתך.

ערענסט גערעדט —
נישט געווען געפערליך,
דער בחור געלערנט
אויך געווען ערליך.

מחיה דאס לעבן
אלס מיט א שמייכל,
געריקט אן רחמנות
און געבויט א בייכל.

יובל'ט געהוליעט
קיין קאנסעקווענצן,
איינער אליין
קיין מיינונגס-דיפערענצן.

ס'איז אבער געקומען
א טאג א שיינעם,
דער בחור געוואלט
אין זיין לעבן נאך איינעם.

טלית, רבינו תם
און די אלע צוגעהערן,
אויך פון מאחורי
האט ער אנגעהויבן קלערן.

חס ושלום, ניין!
א בת-קול איז מאיים,
בחור די מאכסטעך
חרוב בידיים!

זע, אבער ווי יעדער
טראכט ער צו זיך,
יעדער הייראט
און וואו בין איך?

קוים געזען
גארנישט געטראכט,
א האלבע בישאו
און טעלער געקראכט.

ווער האט געהייסן
די גלעזל צוטרעטן,
למה ואמאי
ווער האט מיר געבעטן?

נישט קיין לאוו ווי וואסער
ווי געווען איבערגעצייגט,
נישט קיין עזר-כנגדו
און מאחורי זייגט.

תלוש וואס איך בין
געוועזן א גראף,
יעצט ווי א שוטה
געווארן א שקלאף.

חמרמרו מעי
על שבר סתם עמי,
מרו מריתי
והדמעות לא יתמו.

זכרים טייערע
וואס זענען נאך סינגל,
טראכט גוט
פאר איר געט די רינגל.

קען טאקע זיין
ס'וועט זיין צוקער,
קען אבער זיין
זי וועט זיין שיכור.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #12: מיין בקשה, איך בעט

שליחה דורך כוכב »

שושנים #12: מיין בקשה, איך בעט

איך בין ביי אלעמען אין שטוב
יעדער האט מיר זייער ליב
ספעציעל נאך א טאג
וואס איז געווען פול מיט פלאג

בייטאג צי ביינאכט
שטיי איך גרייט
מיט'ן גאנצן פראכט
צו וואונטשן גו"ד ניי"ט

ווייך אדער הארט
ברייט איז די סטאנדארט
אבער צוויי, גאנץ שמאל
נוצט מען ביי כלל ישראל

מצות אויף מיר מ'טוט
צומאל לייגן אויף מיר די היט
די וועש זי לייגט צוזאם
אדער זיצן דערויף סתם

רויבער און בערן
טון זיך מערן
ווען מ'איז אויף מיר
דמיונות אן א שיעור

ווען איך בין קאלט
זיין פנים שטראלט
אבער איך ווער שנעל ווארעם
דאך בלייב איך אנגענעם

די בעסטע עצות
געטראכט אויף מיינע פלייצעס
שווער צו גיין אין מיר
אויסער אויב מ'הערט א שיעור

שווער ארויסצוגיין
ביז די צייט טוט פארגיין
ווען עס גיט א קלינג
ארויס דערפון שפרינג

אירע אויגן פארטרערט
אדער ווען ער קלערט
צו סתם אזוי צעטראגן
צו מיר טוט מען זיך יאגן

איך האב פיסלעך פיר
דאך יעדער ליבט מיר
אסאך וואג איך טאלעריר
שפרינגען אויף מיר פרוביר

פלאץ פאר איינעם אדער צוויי
אדער די מאמע מיט קינדער דריי
מיט תכריכים מיך איינהילן
ווען די קינדער טון שפילן

צו ליינען אויף מיר א בוך
אונטער מיר די שיך
א ביסל וואסער דערנעבן
זיך א וואש קענען געבן

די מאמע טוט שרייען
אבער די קינדער נישט גייען
דער טאטע דארט געשמאק זיך אויפהאלט
די מאמע אן כח אריין פאלט

מ'טוט זיך אין מיר אריינקנעטן
צומאל אפילו אנטרעטן
אין מיר טוט מען אפרעכטן
ווען עס געשעט דאס נעכטן

אויך די פוס געבן א קראץ
ווען איך ליג אויפ'ן מאטראץ
איך זע עס נעמט נישט קיין עק
יא! דאס בין איך דיין בעט...
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #13: נר לכל אחד ואחד...

שליחה דורך כוכב »

שושנים #13: נר לכל אחד ואחד...

פאזיע איך קענישט
פארוואס זאל איך זיין פאנישט
כאטשיג לאטקעס עס איך און באקום הארצברעניש
ענדערש אייערקוכל געפילטע פיש און קרעמיש
סתם א אויגן פארבלענדעניש
און מאכט די צומישטע מער צומישט
סאו צואואס זאל איך זיך מאכן טעמיש
איך גיי נאך געלט געמיר צוויי רייניש
און דערנאך בינעך פינישט
באט אז דו ווילסט נישט אינישט

אלזא לאמיך דאך טרייען
כ'וועל מיך נישט לאזן שפייען
און א שטיקל בנין בויען
ווי נישט ווי קען איך קרייען
איך וועל אייך נישט דרייען די בייען
ליינטס אלע מענער און פרויען

ביז דא איז מיין הקדמה
והנה קמה נצבה אלומתי וגם קמה
ובני ישראל יוצאים ביד רמ''ה
סתם מיינען אז איך קען נישט אלמה
שלמה שלמה שלמה שלמה שלמה

וועל איך פראבירן פאזיע
אדער כאטשיג שמאזיע
לפחות טאנצן א רקידה'לע
און צובייסן א גלעזל משקה

פרייכט אייך יונג און אלט
ליינטס שושנים מיט שמאלץ
דאס וואס מיר האבן היינט וועט איר נישט האבן אלץ

איי מיין שטעטעלע ק''ש ווי איך האב מיינע יונגע יארן פארבראכט
נעמט אין אכט
זיץ און טראכט
נישט אלעמאל איז עס לייכט
די יארן דאס זייניגע ער מאכט
אמאל ווערן די אויגן אפילו פייכט

אלזא אכלו משמנים וסולת רבוכה
עסטס דאנאטס זה לזה סמוכה
נאר עס זאל זיין קריספי פרוכה

ווי קען איין מאגן אזופיל פארנעמען
הייבן זיך די אויגן ברעמען
טאקע עס טוט אכט טעג ברענען

אינדשויטס די פארטי ביים שוויגער
עס גייט שנעלער ווי מען מיינט פאראיבער


פארענטפערן דעם ב''י קשיא מ'מוז
אז נישט קען דער שווער כאפן א קריז
ער איז א הארטע לוז

פרייט אייך לכבוד דעם נס
רוקטס אריין א פרעס
אבער געדענק צו זאגן גאד בלעס
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #14: רכבת מעצבנת

שליחה דורך כוכב »

שושנים #14: רכבת מעצבנת

אויפ'ן טרעין
געזען
מיט
די אויגן, ס'ציעט
עין חומד
כ'בין נישט עומד

א נסיון
קיין הגיון
הלב שליט
איבערגענומען
קאלירן טומלען
די מחשבה פרירט

וואס
איז שוין
מ'קען שוין
מיינען
יפת אלוקים
ס'קומט זיך אים

נישט תאווה
אהבה
נאר חכמה בגויים
נורא ואיום
אבער אן
תאמין

ער ליינט
ס'שיינט
כל באיה
כ'קוק אנה ואָנה
האלקים אִנה

חכמת יוונית
חיצונית
מערבית
דרומית
ס'איז נפרץ ימה
וקדמה

איך אויך
למה נגרע
שפוך
חמתך על
עצים ואבנים
א ברכה לבטלה

זאגן, שרייבן
ליינען, רעדן
איש הישר בעיניו
הרי טוב
חופש מחשבה
ודיבור והגה

אויפ'ן טרעין
איינגעזען
טוב לו
שלא
דא געבוירן
אפגעשריבן פון אויבן
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #15: הארץ סטרונעס

שליחה דורך כוכב »

שושנים #15: הארץ סטרונעס
הארץ סטרונעס פילע קאלירן
די הארץ נאטן, דער מענטש טוט שפירן
אזוי רייך און פילבאר, און אין איר געזאנג
אזוי רייך און קלאר, און אין איר קלאנג

ווי א רעגנבויגן'ס פראכט
דאס הארץ באלייכט
געפלאכטן אזוי דין און איידל
עמפינדליך ווי א יונג מיידל

איז זי א שטיק ארט
איז זי פשוט צארט
זענען אירע סטרונעס מוזיקאל
אדער דער וואגשאל פון מאראל

דער מעלער זיין הארץ פונקלט פון טאלאנט
ביז'ן לייוונט גאר רייך עס שיינט
דער מוזיקאנט דאס הארץ ווי זיין קאפיטאן
פירט אים צווישן די כוואליען אין שפאן

דעם חכם'ס טיפן פארשטאנד
פונעם הארץ ער שעפט ראט
מבין דבר גאר טיף און ברייט
עצה ותבונה נאנט און ווייט

אוי הערצעלע ביסט מיין ליבסטער פריינט
אין אלע אומשטענדן האלטסטו מיין האנט
סיי ווען די מרה טוט אונז ביידע אטאקירן
סיי ווען דער דעת מאכט אונז צופרידן

אוי הערצעלע לאמיר ווערן געקניפט נענטער
א שטערקערע קניפ מיט דיינע סטרונעס בענדער
העלף מיר מיט מאראל טאלאנט און געפיל
העלף מיר געווינען דעם לעבן שפיל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #16: ראדני

שליחה דורך כוכב »

שושנים #16: ראדני

טייערער ברודער
קומט מיט מיר ליבער
כאפט אן מיין האנט געגאנגען
אויף א שפאציר א לאנגען

באטראכטן מיט נייגער
מיין רוטין מיין שטייגער
אויב קיין פאראיבל
א בליק טון אין שפיגל

ווייזן שטארק כ'וויל עס
מיין יקום מיין מציאות
צייגן דא כ'וועל אייך
מיין רימע מיין קעניגרייך

*

הייזער און טעראסן
שפאצירער מאסן
געשעפטן פון די זייטן
געביידעס און קלייטן

שמייכלען אינאיינעם
אזעלכע פיינע שכנים
צעהלים און כונת הלב
באנדא'ס און וויי-עף

ביים ווינקל דער בוטשער
די שטריימל סענטער
חרדים און חבורה
צוועלף שולן אין א שורה

*

קיין שטאלצער קיין שטייפער
ואנוכי עפר ואפר
כ'טרייב נישט קיין שפאס
איך בין בלויז א גאס

אויף מיר מעג יעדער טרעטן
רשות מ'דארף נישט בעטן
עס איז וואר
איך בין בלויז טראטואר

אויף טאוולען דערקענט מען
"ראדני" איז מיין נאמען
קיין סוד ווער איך בין
א גאס אין ברוקלין

*

מיין ביכל א גלעטל
א מיש דעם בלעטל
הער'זשע ליבער
די געשיכטע ווייט פון פאריבער

טוב שם משמן
ס'טראגט ווייט גוטע נעמען
דער גרויסער שול
מיין אידענטיטעט ער וויל

גרינג פארדייען
קיין צרות עין
הארצן גערן
שותפים ווערן

*

קיין ליגן
א שותף געקריגן
ברוינפן און לקח
געשלאסן מקח

אין 'ראדני' א מנחה
גארגלען ממקומך
אין 'ראדני' א שנאר
קאלטע און הייסע בור

ברכו און קדושה
תיקון פרישע
א שמועס א טבילה
יארצייט און שלישי למילה

*

אין מיין קאנטע כ'וויל עס
די גאלדענע פעולות
וועמען ארט דעם שפיל
נישטא קיין השגת גבול

אין מיין לוין
צו טיילן מיין קרוין
דאס הארץ קוועלט
גוט דערוועלט

א מחי' קלאפט עס
ווייל בזכר זאת
אויף מיר רייטן
די פרעכטיגע טאטן

*
ביז יענעם אינדערפרי דעם ביטערן
אוי הענט און פוס ציטערן
א רעש א טומל
ס'איז ערד און הימל

אנשטאט מיט די תורה זיך פרייען
אזעלכע ווייען
אויף מיין נאמען ס'פאררופט זיך
ווען באו גוים נחלתך

אין 'ראדני' גייט מכות
ווער גלייבן קען עס
ערגער פון מינוט צו מינוט ס'ווערט
אין 'ראדני' שלעפט מען בערד

*

ס'פאלט פון מיר שטיקער
א סוף אזוי ביטער
עק וועלט ס'איז דאך
לאבל מחולינו נהפך

וויי ס'שטעכט
א מקום קדוש פארשוועכט
ס'איז א ביטער עסק זעסט דאך
לא מעוקצך ולא מדבשך

מיין זעל קאכט און זידט
קלאג איז מיין ליד
אויב שלאגן א צווייטן איד
דאן פונעם שפיל איך בין מיד

*

טובים האחד
בקהלם אל תחד
בעסער שווארצע פעך
ווי פאליטיק, פעך

ליבערשט בלייבן טראטואר
ווי פארטרערטע מארמויער
כוויל בלייבן עפר ואפר
ווי וויי טון א צווייטער

וואס פעלט מיר אויס די כנופיא
טרעפט אייך א צווייטער אכסניא
אולי שוין געקומען צייטן
צו די ביעמס זיך בייטן!

טייערע געסט
מיין אדרעס פארגעסט
מחני נא כ'בעט אייך
לטב ולחיין גייט אייך!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #17: סטארבאקס

שליחה דורך כוכב »

שושנים #17: סטארבאקס

נאר א קאווע
נאך איין מאל
מאי דהווה הווה
פיל מיר אן דעם שאָל

כ'נעם אין דער האנט
צו ליינען
עס איז אינטערעסאנט?
מ'קען שוין מיינען

עבאלע דארט
פערגוסאן דערנעבן
אויף יעדן ארט
ווי זיכער איז דאס לעבן?

כ'טויש כהלכה
די זעלבע ווידער
ראולינג סטאון סומאטוכע
מיט סאָני אנידער

מה כבר ביקשתי
פארוואס די דאגות
להרוות צמאי
אן טענות ומענות

געענדיגט טרינקען, כ'זע
כ'ווארף אין מיסט
"העוו עי נייס דעי"
כ'שאקל פוסט
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #18: שאון השעון!

שליחה דורך כוכב »

שושנים #18: שאון השעון!

שְׁאוֹן הַשָׁעוֹן!

אָ ץ בְּדַרְכּוֹ. לאֹ יוֹדֵעַ נוֹפֶשׁ:

בּ וֹרֵחַ הָלְאָה. לאֹ תַּשִׂיגוֹ עוֹד:

גָ מַר אוֹמֵר. כַּך הִיא מִידָתוֹ:

ד וֹרֵך בִּיְמִינוֹ. בְּחִיצָיִים סוֹבֵב לוֹ:

הַ תָּעִיף וְאֵינֶנוּ. לאֹ יָקוּם פְּעָמַיִים:

וֵ י כְּאָבְדָה. כִּי אָבַד לָנֶצַח:

זָ ז תָּדִיר. לאֹ יִתְנַהֵל לְאִיטָך:

חָ ג בְּמָחוּגוֹ. יַד בְּיָד מוֹרֶה:

טָ ח מֵרְאוֹת. לאֹ יִרְאֵהוּ שׁוּב:

יַ בִּיט אַחֲרָיו. לאֹ יַשִׂיגוֹ רְדוֹף:

כָּ עֵת חַיָה. הַחַיִים מֵעִתִּים הוּסָת :

לְ קָח מוּסָר. מִמֶנוּ לְמוֹד עַשׂהֹ:

מְ הַלֵך וְנָע. אֵינֶנוּ בָּטֵל לָרָגַע:

נִ רְדָף וְרוֹדֵף. אֵינוֹ חוֹזֵר לְאַחוֹרָיו:

ס וֹפוֹ תְּחִילָה. לְעוֹלָם לאֹ מְאוּחָר:

עֵ ת רָצוֹן. זָרִיז בְּעִיתּוֹ יַחִישֶׁנָה:

פָּ קוֹד תִּפְקוֹד. בִּרְכַת אֲסָמֶיךָ תַּפְרֶה:

צְ פֵה בְּלֶכְתּוֹ. חֻס עַל הַנוֹתָר:

קָ דוֹשׁ מוֹנֶה. דַקָה מִן הַדַקָה:

רֶ גַע בְּאַפְסוֹ. לאֹ יִתְקוֹן עוֹד:

שָׁ עוֹת שָׁווֹת. לאֹ יִשְׁווּ בְּעֵרְכִין:

תַּ עֲלִי בְּעִידְנֵיהּ. וְלאֹ עֵת לַחְשׁוֹת:

שְׁעֵה אֶל הַשָׁעָה. וְאַל תִּשְׁעֶה אֶת הַשָׁעָה:
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #19: געזעץ פון שילוש

שליחה דורך כוכב »

שושנים #19: געזעץ פון שילוש

ס'ווילט זיך מיר זינגען
דריי ניגונים
איינס פאר געזאנג
נאך איינס פאר ריטועל
און א דריטער פאר טריץ.

לעאנארד כהן איז נחת
סקולען מיט פארגלייזונג כ'מאך עס
און ליפא סתם אויף להכעיס.

פרעגט יענער בתמיהה
ס'קאפ איז אים געשלאגן מיט וואונדער
כ'האב קיינמאל אין אכט נישט גענומען
דעם שילוש פון נגינה.

זאג איך אים
ס'איז איבעראל אזוי דער כלל
זאג, ווי א געזעץ פון שיקזאל.

כאפן א נאש איז חול ווי א קנעפל
צו דער סעודה זיך וואשן מיט א טעפל
סושי ווי אין קירכע א פרעפל.

סתם הנאה מיט עפל-צו-עפל
דריידל א מצוה ווי קרעפל
קארטן ווי חוה מיט'ן עפל.

דערמאנט מיר נאר נישט פון יענעם
וועלכער לייקנט דעם חול
ס'איז אלץ א מצוה, אדער...
א נ'עבירה.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #20: דאגה בלב

שליחה דורך כוכב »

שושנים #20: דאגה בלב

שווער ווי א ברעט
ווי נאר איך טרעט
וואו אהין
וואס צו טוען

מיין אבידה נישטא
לא נודע כי בא
ביטער ווי זית
וועמענ'ס אחריות

זינט דער רינגל
געשפירט ווי א יונגל
פרעמד אליין
בדד ישב ווי א שטיין

אויך זוכה צו מיתה
נישטא דער חברותא
אויף שווארצע ברעקלעך זיצן
אויערן אויסצושפיצן

בלאזן דעם רויך
אויסקלארן דעם מוח
אויך נישט בנמצא
נאר ווי א מצורע

אן אוידיענץ
קיין דיפרענץ
באישון לילה
ווען אפילה

הינטער דיר
פארשפאר דעם טיר
א ווידער-קול הערן
זאלץ זיך מערן

ליידיג עס אויס
געב ארויס
לאז גארנישט איבער
מיש אריבער

עפעס געהערט?
וואס ווערד
שוין איינמאל א געווינס
נשתנה צורה א קונסט
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שושנים #21: ערבוביא!

שליחה דורך כוכב »

שושנים #21: ערבוביא!

שפאציר
פאנטאזיר
שפעקוליר
דמיונות
חלומות
פתרונות
אה מחיה!

*

פאנאראמע
כוואליע
פאוואליע
ביימער
וועלדער
פעלדער
א רואיגקייט!

*

שטיינער
ביינער
קיינער
הייזקל
בודקל
אינדזל
בררר... וויסטקייט!

*

לופטל
געבעקסל
געוויקסל
פארגעבן
פארברענגען
פארמעגן
הממממ.... געשמאקייט!

*

נעכטן
געפעכטן
פאררעכטן
פארהוילן
פארלוירן
פארפרוירן
חושך!

*

מארגן
פארבארגן
אנע-זארגן
הצלחה
ברכה
הרווחה
אור!

*

היינט
פריינט
פיינט
רעאליטעט
פארקלעבט
פארזעט
ערבוביא!
פארשפארט