בלאט 1 פון 2
שושנים #16: ראדני
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:27 pm
דורך מאראנצןזאפט
טייערער ברודער
קומט מיט מיר ליבער
כאפט אן מיין האנט געגאנגען
אויף א שפאציר א לאנגען
באטראכטן מיט נייגער
מיין רוטין מיין שטייגער
אויב קיין פאראיבל
א בליק טון אין שפיגל
ווייזן שטארק כ'וויל עס
מיין יקום מיין מציאות
צייגן דא כ'וועל אייך
מיין רימע מיין קעניגרייך
*
הייזער און טעראסן
שפאצירער מאסן
געשעפטן פון די זייטן
געביידעס און קלייטן
שמייכלען אינאיינעם
אזעלכע פיינע שכנים
צעהלים און כונת הלב
באנדא'ס און וויי-עף
ביים ווינקל דער בוטשער
די שטריימל סענטער
חרדים און חבורה
צוועלף שולן אין א שורה
*
קיין שטאלצער קיין שטייפער
ואנוכי עפר ואפר
כ'טרייב נישט קיין שפאס
איך בין בלויז א גאס
אויף מיר מעג יעדער טרעטן
רשות מ'דארף נישט בעטן
עס איז וואר
איך בין בלויז טראטואר
אויף טאוולען דערקענט מען
"ראדני" איז מיין נאמען
קיין סוד ווער איך בין
א גאס אין ברוקלין
*
מיין ביכל א גלעטל
א מיש דעם בלעטל
הער'זשע ליבער
די געשיכטע ווייט פון פאריבער
טוב שם משמן
ס'טראגט ווייט גוטע נעמען
דער גרויסער שול
מיין אידענטיטעט ער וויל
גרינג פארדייען
קיין צרות עין
הארצן גערן
שותפים ווערן
*
קיין ליגן
א שותף געקריגן
ברוינפן און לקח
געשלאסן מקח
אין 'ראדני' א מנחה
גארגלען ממקומך
אין 'ראדני' א שנאר
קאלטע און הייסע בור
ברכו און קדושה
תיקון פרישע
א שמועס א טבילה
יארצייט און שלישי למילה
*
אין מיין קאנטע כ'וויל עס
די גאלדענע פעולות
וועמען ארט דעם שפיל
נישטא קיין השגת גבול
אין מיין לוין
צו טיילן מיין קרוין
דאס הארץ קוועלט
גוט דערוועלט
א מחי' קלאפט עס
ווייל בזכר זאת
אויף מיר רייטן
די פרעכטיגע טאטן
*
ביז יענעם אינדערפרי דעם ביטערן
אוי הענט און פוס ציטערן
א רעש א טומל
ס'איז ערד און הימל
אנשטאט מיט די תורה זיך פרייען
אזעלכע ווייען
אויף מיין נאמען ס'פאררופט זיך
ווען באו גוים נחלתך
אין 'ראדני' גייט מכות
ווער גלייבן קען עס
ערגער פון מינוט צו מינוט ס'ווערט
אין 'ראדני' שלעפט מען בערד
*
ס'פאלט פון מיר שטיקער
א סוף אזוי ביטער
עק וועלט ס'איז דאך
לאבל מחולינו נהפך
וויי ס'שטעכט
א מקום קדוש פארשוועכט
ס'איז א ביטער עסק זעסט דאך
לא מעוקצך ולא מדבשך
מיין זעל קאכט און זידט
קלאג איז מיין ליד
אויב שלאגן א צווייטן איד
דאן פונעם שפיל איך בין מיד
*
טובים האחד
בקהלם אל תחד
בעסער שווארצע פעך
ווי פאליטיק, פעך
ליבערשט בלייבן טראטואר
ווי פארטרערטע מארמויער
כוויל בלייבן עפר ואפר
ווי וויי טון א צווייטער
וואס פעלט מיר אויס די כנופיא
טרעפט אייך א צווייטער אכסניא
אולי שוין געקומען צייטן
צו די ביעמס זיך בייטן!
טייערע געסט
מיין אדרעס פארגעסט
מחני נא כ'בעט אייך
לטב ולחיין גייט אייך!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 2:32 pm
דורך פישלע העררינג
נורא נוראות!
א מומחה עצום אין ארויסברענגען א מחשבה'לע פון א שטיין.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:29 pm
דורך אפטעמיסט
כ'בין מסכים מיט דיר
טייערע גאס,
גיי, אבער שנעל —
וואו די שווארצע פעפער וואקסט.
איך ברויך נישט דיין שול
אויך נישט דיין בשר,
גיי דיר קיין בלומינבערג
און דארט שריי'זשע אסור.
וויפיל צרות צרורות
וויפיל קישענעס נאסע,
יאג שוין פון שטח
דו בהמה גסה.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:42 pm
דורך לית דין בר נש
אפטע Whats going on with you? דא שטייט א גאס און וויינט אז ער איז גיוועהן א שיינע איד איינער האט מיט אים געוואלט זיין א שותף און ער האט מסכים גיוועהן ליידער נאך אפאר יאר האט די שותפות אים גיברענגט בזיונות בעהט ער זיך שיין צום שותף לאז מיר אפ און גיי צו די בימ"ס קומסטו אהער און די שרייסט אים אהן בהמה גסה? גיי ווי די שווארצע פעפער וואקסט?
איך פארלאנג אן Apoligy דא ברבים!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:52 pm
דורך שמעקעדיג
אפטע איז כנראה מחולק מיטן גאס בעצם.
דער גאס קלאגט אז אלמלא די מחלוקת וואלט אלעס געווען פיין און וואויל; אפטע קריגט דערמיט, און זעהט אין דעם ראדני גאר אן אנדערן פראבלעם ווי וואס ער וויינט זיך אויס....
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:53 pm
דורך לעיקוואד
כ'האב נישט פארשטאנען קיין ווארט. ווער איז דאס דער ראדני און ווער פירט מיט עם פאליטיק און וואס קומט די תורה דא אריין אין בילד?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 5:59 pm
דורך כוכב
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:06 pm
דורך ישמעאל הכהן
שמעקט פון זלמן זאפיר. נישט שלעכט גראדע, אריין אין צימעס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:46 am
דורך ידען
כוכב האט געשריבן:[tag]לעיקוואד[/tag]
דא
he was sarcastic
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:16 am
דורך פישלע העררינג
דער פאעזיע איז שווער צו בא'כוכב'ען געהעריג. ביז דריי פערטל אריין איז עס פאזעטיוו, און עכט פאעטיש. א שטומע טראטואר מיט א מיינונג איבער זיך! צו וואס האט דער מחבר ממשיך געוועהן מיט דער נעגאטיווע אויספיר?
איך וועל זיך דערפאר מתעלם זיין פון דער סוף פאר א מינוט און נאר רעיטן די ערשטער חלק.
חידוש: 5 כוכבים
אויסשטעל: 5 כוכבים
ווערטער אויסוואל: 4 כוכבים
שיתוף הקורא בהמצב: 5 כוכבים
*
לגבי דער צווייטע חלק, איז אזוי.
צושטעל: 0 כוכבים
איינפאל: 3 כוכבים
מליצות: 4 כוכבים
*
אוועראלל: גאנץ א געשמאקע טשעינדזש אוועק פון די טיפיקעל הארץ סטרונעס בלא בלא בלא, אויף גאנץ א פאעטישע וועג.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:38 pm
דורך כוכב
א מעסעזש פונעם פארפאסער:
די פאעזיע האט נישט געקריגן איר פארדינטע אנערקענונג און געוויס נישט לויט די כוחות עס איז אריינגעגאנגען אין איר. יעצט איידער די וואלן וויל איך אדוואקאטירן פאר איר.
מאנכע האבן עס אויסגעטייטשט כאילו עס האט א פאליטישע מאטיוואציע, וויל איך מוסר ומודעה זיין אז די כוונה פונעם מחבר איז געווען ריין ארט, אן קיין שום תערובות זר ופסולת, ארויסצוברענגען א מחשבה'לע פון אן אומעקזיסטירנדן דענקער, ווי אויך ליגט דערין אן אויטענטישע דעסקריפיציע פון דער פאקטישער ראדני גאס אין וויליאמסבורג, מיט אירע געשעפטן און בתי מדרשים. ליינט עס איבער און האט הנאה.
ודי בזה
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:44 pm
דורך בר דעת
באמת א וואונדער ווערק. עס האט זיך געשפירט ווי א פאעטישע טור ארום די הר הבית שבוויליאמסבורג, ראדני
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:50 pm
דורך יואב
זעענדיג די מסג פונעם מחבר האב איך דורכגעלייענט דעם שיר. ס'איז באמת טאקע אנדערש פון דעם ערשטן בליק וואס כ'האב געהאט, און כמובן האב איך געשאנקען זערא אויפמערקזאמקייט צו דער דאזיגער פאעמע מתחילה.
די באמערקונג פון אפטעמיסט איז נישט גערעכט און ממש נישט אין פלאץ, וכדברי לית דין בר נש.
דאס איז א שיין שטיקל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:55 pm
דורך ונבנתה העיר
באמת א שטארקע ארבעט, אבער, ווי כ'האב יענעם געשריבן ביי די נעכטיגע וואהלן, קודם גיב איך מיין שטימע פאר די וואס איך 'מוז'.
מן הסתם גיבט אויך צו די פאקט אז כ'בין נישט קיין היימישער אין יענע געגענט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:57 pm
דורך אפטעמיסט
איך ווער יעצט געוואויר אז מען קוקט אן מיין תגובה ווי א שטעך און אראפרייס ווען אין פאקט האב איך געענטפערט דעם מקונן הומאריסטיש אויפ'ן זעלבן סטיל ווי ער האט געשריבן זיין קינה.
די פאעמע איז הערליך שיין, זיס און זויער, און איז זאגאר געווען א פראנט ראנער מבחינתי צו שטימען פאר אים, מה לעשות אז די רבנים האבן גוזר געווען אז מ'קען נאר וועלן פאר דריי שטיק.
איך האלט אזוי שטארק פון מיין תגובה אז כ'האב געוואלט מעתיר זיין אז מ'זאל קענען וועלן פאר דעם אליין.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:59 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'איז ארטפול און פאעזיש. איך וואלט עס קאנסידערט אויב ווייס איך קלאר אז ס'געשריבן געווארן דורך א סאטמאר'ן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 8:39 am
דורך לעיקוואד
כוכב האט געשריבן:א מעסעזש פונעם פארפאסער:
די פאעזיע האט נישט געקריגן איר פארדינטע אנערקענונג און געוויס נישט לויט די כוחות עס איז אריינגעגאנגען אין איר. יעצט איידער די וואלן וויל איך אדוואקאטירן פאר איר.
בלי קשר, איז דאס כמעט א כלל ביי יעדער סארט יצירה. קיינמאל באקומט מען נישט אנערקעונג לויט די כוונה און לפי ערך הכוחות. און אלעמאל וועלן מענטשען אריינלערנען זייערע אייגענע פראבלעמען, בפרט ווען עס רעפערענסט פאליטישע נושאים. אויף דעם אליינס האט מען שוין געשריבען אסאך שירים..
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:18 am
דורך מאראנצןזאפט
איך בין דער כותב פון ''ראדני''.
א ישר כוח פאר די אלע חברים וואס האבן געשטימט פאר מיין פאעזיע.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:26 am
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט געוויסט אז דו ביזט א ראדני יוד...
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:33 am
דורך פישלע העררינג
מאראנצןזאפט? איך וואלט מיך געשוואוירען אז ס'איז אפטעמיסט. ראדני'ס ערשטע האלב איז ריין יום טוב ערליך. די וויליאמסבורגער שטיינער האבן "גערעדט".
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:49 am
דורך פישלע העררינג
איך האב געשטימט פאר ראדני! ראדני איז ארטיסטיש געשריבען מיט אסאך פלעיוואר.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:50 am
דורך לית דין בר נש
פישל'ע העררינג האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר ראדני! ראדני איז ארטיסטיש געשריבען מיט אסאך פלעיוואר.
גם אני
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:59 pm
דורך אפטעמיסט
פישל'ע העררינג האט געשריבן:מאראנצןזאפט? איך וואלט מיך געשוואוירען אז ס'איז אפטעמיסט. ראדני'ס ערשטע האלב איז ריין יום טוב ערליך. די וויליאמסבורגער שטיינער האבן "גערעדט".
א שקרן איינער.
פישל'ע, האסט גוט צו געטראפן. ס'איז מיינס.