בלאט 1 פון 1
שושנים #17: סטארבאקס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 8:00 pm
דורך הציץ ונפגע
נאר א קאווע
נאך איין מאל
מאי דהווה הווה
פיל מיר אן דעם שאָל
כ'נעם אין דער האנט
צו ליינען
עס איז אינטערעסאנט?
מ'קען שוין מיינען
עבאלע דארט
פערגוסאן דערנעבן
אויף יעדן ארט
ווי זיכער איז דאס לעבן?
כ'טויש כהלכה
די זעלבע ווידער
ראולינג סטאון סומאטוכע
מיט סאָני אנידער
מה כבר ביקשתי
פארוואס די דאגות
להרוות צמאי
אן טענות ומענות
געענדיגט טרינקען, כ'זע
כ'ווארף אין מיסט
"העוו עי נייס דעי"
כ'שאקל פוסט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:47 pm
דורך יואב
איך גלייך די פאעמע פאר איר סטייל, אבער די תוכן הדברים איז אדער זייער טיף ולאו כל מוחא סביל דא, אדער סתם געוואלט אריינשניידן עטליכע פסוקים פון קהלת אין א גלעזל קאווע וואס איז גראדע נישט קיין שלעכטער איינפאל. דאס לעבן זייגט, אלעס איז הבלים ואין כל חדש תחת השמש.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:50 pm
דורך כוכב
סאומהאו כאפט מיך זייער די פאעזיע. סליינט זיך מיט א ריטהם און די שמעק פון א סטארבאקס געשעפט קיצלט אין די נאז.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:10 am
דורך יאיר
זיסע פאעם, אבער גראדע איך ענזשוי יעדע מינוט אין סטארבאקס. אפשר שרייב איך א קאנטער פאעם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 12:33 am
דורך פישלע העררינג
די טיפקייט ליגט אין דעם וואס דער מחבר איז אין התפעלות פון זיין אנטדעקעניש! ער האט אנטדעקט אז... אין כל חדש תחת השמש, ומה שהיה הוא שיהיה, און אז די וועלט איז א ביטערע פלאץ. מ'כאפט?...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:27 am
דורך פישלע העררינג
באטעם'טע נושא: 5 כוכבים
חידוש: אין כל חדש... אקעי, 3 כוכבים
אמת'קייט: 5 כוכבים
הסכמה ביים ליינען: 5 כוכבים
גראמען: 2 כוכבים
טיפקייט: 1 כוכב
אוועראלל: זייער ריכטיג און קלאר ארויסגעברענגט די געפיהל וואס מ'האט נאכ'ן לערנען די נייעס איבער א שאל קאווע.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 1:35 am
דורך רויטע וואנצעס
דער פאום געפעלט מיר זייער. ס'איז געשריבן א רעסיט אויף יעדע מינוט מחשבה אינעם מצב.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:05 am
דורך לעיקוואד
עס ברענגט שיין ארויס די געדאנקען פון א מענטש וואס זיצט אין קאווע הויז (וואס איינע פון די שלעכטע גרויסע קאמפאניס וואס פירען אן אזעלכע קאווע הייזער הייסט פונקט סטארבאקס), זיפענדיג זיין הייסע קאווע און דורכגיין פארשידענע נייעס פון די טאג, וואס איז בעצם סתם פטימי מילין. וואלט ער געלערנט א פרק משניות אדער געליינט א פאעם אין דער צייט וואלט ער מער הנאה געהאט.. דער סטארבאקס קאווע + נייעס איז מסמל א געוויסע וועג פון צוגאנג צום לעבן וואס איז פאפולער היינט, פון קוקען אזוי אויף די וועלט פון דער זייט, דורך די גלאז ביים פענסי קאווע געשעפט אדער אויף זיין טייערע פאון, און נישט דורך זיין א חלק פון דעם. דאס זענען מיינע מחשבות.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 03, 2015 11:30 pm
דורך כוכב
אויך די פאעזיע איז מעשה ידיו להתפאר פון [tag]הציץ ונפגע[/tag]