מ'האלט שוין ביי 22 מעסיוו שושנים שטיקלעך און כ'האב נישט קיין מושג ווי אזוי איך גיי וואטען.
קודם כל, איך נעם אהן אז ס' גייט זיין אזוי ווי צוויי יאהר צוריק ווען מ'האט געקענט וואוטען פאר 4 פאעזיע'ס. אבער באמת איז יעצט דא א שיינע צאל מער שטיקלעך ווי דעמאלטס, וואלט איך געזאגט אז מ'זאל וואוטען פאר פינעף אבער זעקס שטיקלעך.
עניוועי, כ'ווייס נישט ווי אזוי עס צו הענדלען. אלעס איז באמת מעסיוו, עולם פליז געטס איידיעס ווי אזוי מ'קען אויסקלויבן געווינערס
שושנים פאעזיע העלפ!!
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
די ריכטיגע וועג צו קלויבן איז ענדליך ווי פישעלע האט געטוהן. מ'דארף רעיטין ביי זיך יעדע פאעם אויף פארשידענע אספעקטס און שפעטער זעהן וועלכע איינס אדער אפאר פאעמס זענעו ארויסגעקומען די שטערקסטע. יעדער קען רעיטין וועלכע אספעקטס ער וויל. איך קוק אויף די פאלגענדע זאכן: די געפיהל ס'האט מיר געברענגט, די מחשבה ס'האט מיר געברענגט, די אינטערטעימענט ס'האט מיר געברענגט. ווי אויך אויב איז עס גראמען אויב עס קלאפט פיין און אויב ס'איז אוטסייד די באקס קריעטיוועטי.
טיפע פאעזיס איז גראדע אביסל שווער צו רעיטין אויף אלע אספעקטס, ווייל אויב מ'פארשטייט עס נישט אינגאנצן איז שווער סיי צו זאגן מבינות און סיי אוועקצוגיין מיט א געוויסע געפיל. ס'איז ענדירש מחשבה בעיסט. אבער קריעטוויטי קען מען שטארק אנזעהן, אפילו מ'פארשטייט נישט יעדע ווארט.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.