בלאט 1 פון 1

שושנים #23: והמבין יבין...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:06 pm
דורך מוזיקאנט
מען רעדט צו דער טאכטער און מ'מיינט די שנור,
אריינגעפליקט כמו שצריך כאילו מ'מיינט נישט איר,
מ'שמייכלט זיך זיס ואין היא והיא יכולין לדור,
והמבין יבין...

פון די פראטעסט בימה אויפ'ן שטאק,
שרייט ער מיט אן איינגעהאלטענעם בת שחוק,
נישט ווארפן די אייער פון יענע געלע טראק,
והמבין יבין...

מוזט נישט באמת מקיים זיין וברכתיך בכל אשר תעשה,
לעב אויף פעטער סעם'ס פעטע קאסע,
אדווערטייז נאר להלכה ולא למעשה,
והמבין יבין...

האלט א לאנגע דרשה,
ואני שלום, דער אנדערער גאר איז דער רשע,
אז מ'עט פאלגן נאר למראית העין איז אויך ניש'קשה,
והמבין יבין...

שלא בפניו אין חבין,
אבער נעם אן פאר תקלין טבין,
אז קיינער איז נישט קיין טערק אדער יוון,
און זיי זיכער אז המבין יבין!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:12 pm
דורך אפטעמיסט
שיין, שיין! זייער שיין!

רב"צ האט א ניק דא?!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:27 pm
דורך פישלע העררינג
אריינשיקן גאנץ "פאעזיא" פארום אין צימעס אריין?...

דער נעמט זיך צו זיין שוויגער, סאטמאר, באבוב, און אנקל סעם אין איין אטעם! :lol:

גאטס: 5+ כוכבים

חידוש: 5 כוכבים

מ'ווייסט נישט וועלכעס איז דער משל און וועלכעס איז דער נמשל: 5 כוכבים

גראם אויסשטעל: 4 כוכבים

עמקות: 1 כוכב

אוועראלל: נעם דיך אויף די ביכער 5 כוכבים, עסט מיך צוריקגעבן אונטער'ן טיש... והמבין יבין!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:35 pm
דורך כוכב
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אוועראלל: נעם דיך אויף די ביכער 5 כוכבים, עסט מיך צוריקגעבן אונטער'ן טיש... והמבין יבין!


:lol:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 6:01 pm
דורך איך אויך
איך גלייך עס אויך אבער איך קען נישט לייקן איינער וואס פארצימעסט דעם פארמעסט.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:03 am
דורך לעיקוואד
כשרון און צאמשטעל, a+. זייער באטעמ'ט אויסגעשטעלט די שורות ממיט'ן פזמון.פאר די דוגמאות גיי איך נישט דווקא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:11 am
דורך פישלע העררינג
המבין יבין,
האסט'עך געטוהן prove'ען,
שוויגער, באבוב, סאטמאר interwoven,
איך זאג פאר you win!

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:50 pm
דורך מוזיקאנט
מיט א טיפע געפיהל פון איבערבעטן צו מיין שוויגער, יא, איך בין זעך מודה. והמבין יבין!