דער איבערוואגיגער, קאקאש-קעיק קולטור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל

דער איבערוואגיגער, קאקאש-קעיק קולטור

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]די וואס זענען געווען ביים שלום זכר ווייסן, און די וואס נישט — געפונען איצט אויס, אז כ'האב ב"ה זוכה געווען צו מיין דרייצענטע קינד קעניינעהארע. פאריגע וואך איז עס געווען ווען כ'האב געמאכט מיין יערליכע טריפ צום שפיטאל און געזאגט ברוך הבא צו מיין נייע שעפעלע — איינס אין צאל נאך מיין קליין פעסעמיסטל ני"ו (וואס כ'האב אצינד, אז מ'רעדט שוין, שוועריקייטן ביים אריינלייגן אין פלעי-גרופ, אמער, זיין טאטע גייט נישט קיין רבינו תמ'ס -- נו, לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס).

מיין חשוב'ע רעביצין האב איך מיט א שווער הארץ (סאראקאזם) אפגעשיקט צום ערוואקסענע ווערסיע פון בית רחל, בעסער באקאנט אלס "אשת חיל" אינעם עיר ואם בישמעאל קרית יואל — זי זאל דארט קליגער ווערן, שעפן חכמה און נאשן אינפא פון די נשים צדקניות וואס האבן שוין געלייגט צוויי דאזן אייער. מיין באליבטע (סארקאזם) פרוי איז דארט אויפגענומען געווארן דורך איר אחות לדעה בשעת איך בין געבליבן אין שטאט מיט מיינע אחים לצרה. גאר שווער איז געווען די וואך אליינס אן די בעסערע האלב (סארקאזם). גריל אן לי'ס עסן, מוז איך מודה זיין, איז נישט געקומען נאנט צו מיין ווייב'ס רויע בשר

כ'בין געגאנגען שלאפן שפעט און אויפגעשטאנען חצות, און רבותי כ'מוז זאגן כ'האב נישט געהאט קיין שום סיפוק, גארנישט. וואס האט מען פון אזא לעבן? כ'האב מיך געפילט ווי אן ע-כ-ט-ע גוי. פוי. כ'האב געקענט רייכערן אויפן טאראסע, וואס כ'דארף נישט זאגן איז ערענסט נישט געזונט און איז לויט טייל פוסקים בבחינת ביהרג ועל יעבור (ערגער ווי די בחירות לויט טייל, אבער לאמיר נישט מישן). אין אנדערע ווערטער, וואס האב איך געהאט פון מיין לעבן? מער וויניגער גארנישט.

א לעבן אן קיין ווייב איז קיין לעבן. (סארקאזם? טראכט אליינס.)

יעדע פאר שעה האב זיך די פאבליק טלעפאון נעבן מיין זיץ אין כולל (כ'האב ריטייערד לעצטענס) צעקלינגען, ווען אויפ'ן אנדערע זייט טרייבל הער איך דאס זיס (סארקאזם) קול פון מיין אשת חבר כחבר. נישט לייכט איז געווען דאס אויפכאפן איר קאטשקערייען פון צווישן די גרידער פון דאס נאכנאנדע קייען און שלינגען קאקאש און כרעמזלעך, אבער מיט די הילף פון מיינע הערינג-עידס האב איך מער ווייניגער פארשטאנען. כ'וועל נישט אריינגיין אין די פרטים פון די שמועס, נישט ווייל כ'שעם מיך נאר פשוט ווייל מ'וועט דאס אריינפירן אין שמייכל (אן א חלק און מאחורי, אבער נאר א גאר קליין חלק, בכ"א לא תחמוד).

עכ"פ, ווי כ'האב פריער ערווענט, האב איך ביים רעדן מיט מיין פרוי געהערט מאדנע און מיסטעריעזע גערידער, עפעס וואס דייט אן אז ציינער קלאפן זיך צוזאם. א שנעלע גוגל זוך האט מיך צוגעפירט צו א וועבזייטל פון א בארימטער פראפעסאר וואס האט ערקלערט אז די קולות איז א תוצאה פון א פעלה וואס רופט זיך "פרעסען", אדער "בריקעווען" און אנגאריש-אידיש אויסשפראך. "ווייבער אין די חסידי'שער קולטור", טענה'ט דער פראפעסאר, "געבן זיך אויס און געבן זיך נאך, דורך אנפילן זייערע געדערים מיט אכילה שתיה".
"אין דער אלגעמיינער וועלט", איז דער פראפעסאר ממשיך, "זיצט מען אין קאווע הייזער, מ'קוקט פילמען און מ'הוליעט אין ווערץ-הייזער. וואס איז אבער דא צוטון אין דער חסידי'שער קולטור? מער ווייניגער עסן און פרעסען און זיך בויען א בייכל".

וועל איך צוקומען צום פונקט. נישט אומזיסט האבן די פרויען קינדער יעדער שני וחמישי. נישט די אינטערגעקלערקייט אויפ'ן געביט פון מניעת הריון איז די פראבלעם, נישט די קרומע שיטות און דעות כוזבות פון די כלה-טיטשערס איז דער גורם, "אשת חיל" איז שולדיג. די פרויען ווערן פארקויפט פאר נזיד עדשים און וועלן שוואנגערן 9 פיינליכע חדשים צו קענען נהנה זיין פון די סעודות לוויתן וואס די מפתים שטעלן צו. סמארט-פאונס איז מען לוחם מיט מוסדות און מניעת הריון מיט אן "אשת חיל". נו, איז א וואונדער אז מיר הייסן די עם חכם ונבון?!

אי לאו האי קאקאש, כמה פראבלעמען לא איכא בשוקא.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר