בלאט 1 פון 1
קאמפענסעיטען @כוכב'ס לייק'ס
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:47 am
דורך [NAMELESS]
עס איז נישט קיין סוד וואס כוכב ארבייט דא אריין בכלל, און יעצט אין די פאעזיע פארמעסט בפרט. אין מיין ווילדסטע חלום האב איך נישט גע'חלום'ט אז ער וועט באווייזן ארויסצוריקען אזויפיל הערליכע שטיקלעך
פארשטייט זיך אז די עולם לייק'ט די אלא שטיקלעך און כוכב באקימט זיינע פארדינטע לייק'ס. די פראבלעם איז נאר אז מ'גייט טוישן די אלע שטיקלעך צו די נאמען פון די שרייבער'ס און כוכב גייט פארלירן אפאר הונדרעט לייקס!
היה לא תהיה!!
איך פאדער אויף אז די רגע וואס כוכב פארלירט די אלע לייקס זאל מען אנפאנגען א קאמפעין אים צוריקצוגעבן די אלע לייקס, אז ביז א וואך זאל ער צוריקהאבן אלעס וואס ער האט פארלוירן.
מי לכוכב אלי!!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:03 am
דורך רויטע וואנצעס
מיר שטערט בכלל נישט אז ס'בלייבט אזוי ווי ס'איז. מ'קען ראדעגירן די אשכול און שרייבן די נאמען פונעם מחבר.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:06 am
דורך ישראל קאפקע
@רויטע
פארן מחבר קומט זיך דאך אויך עטליכע לייקס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:23 am
דורך כוכב
איך האלט נישט פון דעם קאמפיין, לייקס איז נישט קיין סטאקס, אבער שכויעח עניוועיס ראשעקאל פאר דיין גוד וויל, איטס אפרישיעטעד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:36 am
דורך [NAMELESS]
נישט דא קיין ברירה. כוכב גייט באלט היטן 3000 לייק'ס. שטייציך יעדער גייט פייערן די גרויסע שמחה, נאך אפאר טעג גייט ער צוריקפליען צו 2600 לייקס. מ'טאר דאס נישט צולאזן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:43 am
דורך [NAMELESS]
מען דארף מאכן א קאמפיין ביי די מנהלים אז כוכב'ס לייקס ציפער זאל בלייבן די זעלבע, נאכן ציריקגעבן פאר די מחברים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:01 am
דורך אפטעמיסט
KochovesLikesMatter #ShutDown5thAve#
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:20 am
דורך לא להנאת גופי
כוכב האט געשריבן:איך האלט נישט פון דעם קאמפיין, לייקס איז נישט קיין סטאקס, אבער שכויעח עניוועיס ראשעקאל פאר דיין גוד וויל, איטס אפרישיעטעד.
דאס איז דאך א איר-אלטע מחלוקת, מ'זאגט נאך דאכטצעך פון די בריסקע רב, אז ''ווען מענטשען וואלטען געוויסט ווי מ'לאכט אויבן אין הימעל פון די גרויסע גדולה וואס מ'האט געמאכט פון די לייק'ס שיכור'ריי וואלטען זיי פארברענט זייערע לייקס ביי הבדלה''. אבער אזוי ווי אלעס אין תורה, זענען אסאך גדולי עולם געווען מחולק מוט עם. [למשל רב שך איז געווען א גרויסע חסיד פון לייק'ס....].
עכ''פ, איך האלט שוין לאנג אז כוכב איז א בריסקע..
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:33 am
דורך רויטע וואנצעס
כוכב איז א קאצקער. קען זיין ער האט געלערנט אין בריסק ווי טייל חסידישע עילוים. די שאלה איז נאר ווי אזוי ער גייט אנגעטוהן. א קאצקער גייט מיט צושויבעטע פיאות און א שיפע היט, ד"ה פון פארענט שטארק ארויף צום הימל און פון אינטן שטארק אראפ. א בריסקער גייט אבער טאקע מיט אן אויסגעבויגענע היט אבער עס שטייט זייער גראד.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:41 pm
דורך [NAMELESS]
אזוי נישט מיר נישט דיר האט כוכב אריבערגעטאנצען צו 3,077 לייק'ס!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 5:00 pm
דורך שעפטל
קיין יוסטיץ, קיין פרידן! יעדע לייק דארף ווערן געגעבן פאר [tag]כוכב[/tag]'ן אויך