בלאט 1 פון 1
שושנים #29: אלו ואלו נשרפין
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:12 pm
דורך [NAMELESS]
לאמיך מיטטיילן מיינע שמערצן
פון אידיש לעבן אין צוויי טויזנט אין פערצן
ווען אידישקייט איז ליידער א געלעכטער און שפאט
און מ'פארגעסט פון אונזער איינציגן ג-ט
ס'איז ממש הארץ דרוק
ווען מ'זעט די וואך און דער בליק
אלע זייטן ברייט באשמירט
רבי'ס גאלד און זילבער קאלירט
אלעס נאר דעם אייגענעם כבוד אזוי פרעך
טראכטן ווידער און ווידער נאר פון זעך
גרויסע סיינס פארענטשעס הויכע שטאקן
טויזנטער חסידים קיען און באקן
מיט מיליאנען דאלארן באגאסן
קיינער האט פון דעם נישט גענאסן
הייליג און פארקאכט ווען יעדער זעט
שלאגט און רייסט פאר ריעל עסטעיט
ברידער און קרובים איין שטיק שנאה
מ'גייט נישט צו יענעם'ס שמחה ורנה
אויף יענעם'ס כבוד פול מיט קנאה
מ'וואונטשט אים א סענדי און קאטרינא
יענעם צו צעברעכן און צעשלאגן
ער זאל חלילה גארנישט פארמאגן
מ'קלאפט מיט הענט און פיס
מ'ניצט אלע קשרים מיט פאליס
צעווילדעוועטע פראים
קליינע קעפ און רשעים
גייטס פרעסן און פאפן
אלו ואלו נשרפין
דער מיט ספרי תורה'ס א צענאמי
דער אנדערער שיקט א זיידן קיין מיאמי
ווען מ'געווינט איז מען א געווינער
און ווען מ'פארלירט איז מען א געווינער
ווער האט שוין געהערט אזעלכע זאכן
פון דעם אייגענעם רבי'ן די חסידים לאכן
ניטאמאל א רבי, אלעס א געלעכטער
דער עיקר אז דעם ברודער ברעכט ער
וואס ביי יענעם א מנורה ביי מיר א קענדעלאברע
וואס ביי זיי הייליג ביי אונז אברעקעדאברע
זיי שוין א מענטש, א גברא
נישט אלעס דארף זיין איפכא מסתברא
פון דער תורה רייסט מען שטיקער
רבי ז"ל איז דער עיקר
מיט שקרים יעדע מינוט
און פאר'ן יחיד מ'געט נישט קיין --
שיטה קדושה און מ'פארגיסט בלוט
פארטיס גארנישט אינטערעסאנטע
פילן אן בנינים גיגאנטע
רבי'ס מיט פרעכע שפראכן
נאר ביזי יענעם צו צעקראכן
ביי מיר, ביי אונז, אלעס אמת און גוט
ביי יענעם איז שלעכט אלעס וואס ער טוט
נאר יענעם פארשרייען, פארשעמען
קיינמאל נישט מודה אויף אייגענע פראבלעמען
ציונות, שגיונות, שוטה איינער
טו עפעס מיט די צובראכענע ביינער
דיינע מענטשן פוסט אן חיות
פארגעס פונעם הר הבית
ער גלייבט אז ער געט א שאס
ווען ער שטאלפערט מיט פאטאס
פארגעסט פון די אייגענע סרחה
ער ווערט א פעטער, א רבי, זכרונו לברכה
א הארץ פון שטיין א מח פון האלץ
דער עיקר אז מיינע חסידים זענען שטאלץ
ס'נאר וויכטיג די היימישע חן, זיסע לאקן
אזוי ווי אינדערהיים די שווארצע זאקן
פארלוירן אלעס, געבליבן קוים א הייזל
נאך צען יאר פון ריין שלימזל
אבער אבי ס'איז פאר יענעם שמערציג
וועל איך ווערן פינף און פערציג
און די חסידים ביזי מיט די אלע טומאות
די גאנצע קאפ ליגט אין צימעס
מיין רבי האט געזאגט בלא בלא בלא
דיין רבי - הא הא הא
א ביטער געלעכטער
זיין אייגענע לעבן צעברעכט ער
אלעס פאר א רבי וואס קימערט נישט
אז דיין לעבן, דיין אמונה, איז אינגאנצן צעמישט
טראכט פון דיינע אייגענע צרות
לאז אפ די עבודה זרות
נעם קעיר פון דיין לעבן
ליבשאפט פאר דיין ווייב און קינדער געבן
לאז אפ דעם רבי'ס טומל
געדענק אונזער טאטן אין הימל
געדענק אים צו דינען אין יעדער צייט
פארגעס פון דער איד און דער בלאט
מאך א נחת רוח לבורא
כי טוב סחרה מכל סחורה
נאר די תורה זאל אונז קאנטראלירן
און קעגן משיח אין גיכן אונז פירן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:21 pm
דורך רויטע וואנצעס
די גראמען זענען הערליך, די נושא אלט אבער זייער פריש באשריבן. ס'איז אויך די מערסטע סאושעל פון אלע פאעזיע'ס ביז אהער, מ'שפירט ווי איינער רעדט צו דיר בשעת'ן ליינען. איך האלט דאס זאל זיין די נעשנאל ענטעם פאר שמעקעדיגסוויל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:45 pm
דורך פישלע העררינג
Wow!
כרויטע וואנצעס ועוד.
ריינקייט (שיטה הקדושה יוכיח): 5 כוכבים
קונסט (שיטה הקדושה יוכיח): 5 כוכבים
פראפעסיאנעל: 5 כוכבים
טאקטפול, טעיסטפול, און טאלאנטפול: 5 כוכבים
עס רעדט צו די היינטיגע מענטשהייט: 5 כוכבים
בעפארציגט נישט איין צד פון א מחלוקה מער ווי דאס אנדערע. שמייסט זיי ביידע...:5 כוכבים
אוועראל: 5+ כוכבים פאר די "פאלקס'ישע גראמען" genre.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:48 pm
דורך סאשי פיש
די אמת ציפט!
נאך א פאזיע וואס מען קען פארשטיין,
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:50 pm
דורך פישלע העררינג

נ.ב. מיין רעיטינגסן אויף א יצירה איז נישט א
הסכמה אויף דער תוכן. דער רעיטינג ריפלעקט נישט די פערזענליכע מיינונג פון דער רעיטאר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:30 pm
דורך יואב
א שיין בייסיג שטיקל.
קנאה/קאטרינא
הממ, שעפעריש
א הארץ פון שטיין א מח פון האלץ
ברויך מען נאר האבן אביסל וואסער אין די לונגען מיט זאמד און די אויגן, און מ'קען ארויפציען נאך א בנין על טהרת הקודש.
שוין, יעצט וועלן אלע רבנים ווארטן ביז אונזער בעל מחבר לאזט אויס דעם אלו ואלו נשרפין, און דאן וועלן זיי אנהייבן חטאת הציבור בקול רם.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 1:35 pm
דורך מאטי
זייער אינטערסאנט שעפעריש און צום פוינט. הגם ס'פעלט אביסל מיסטעריעזקייט וואס דאס נעמט אוועק דעם פאעטישען זיגל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:02 pm
דורך קינד_אן_קייט
מאטי האט געשריבן:זייער אינטערסאנט שעפעריש און צום פוינט. הגם ס'פעלט אביסל מיסטעריעזקייט וואס דאס נעמט אוועק דעם פאעטישען זיגל.
פראבלעם איז מער אז ער גייט אן צו לאנג און לויפט אויס פון פרישע קוק ווינקלן, אבער ס׳איז א העכסט געלונגענע ארבעט אוועראלל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:38 am
דורך [NAMELESS]
זייער שיינע פאום. ענדליך עפעס וואס פלעינע מענטשן ווי מיך קענען פארשטיין. ס'איז נאר אביסעל צו שארף אבער נישט געפערליך
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 8:47 pm
דורך ישמעאל הכהן
הרה"ג אב"ד וואודריזש שליט"א האט היינט ביים אויספאסטן שטארק משבח געווען דעם שיר, ער האט ארויסגעוויזן א קענטיגע הנאה און הסכמה וואס די חסידים האבן אנגענומען ווי א אינדארסמענט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:02 pm
דורך לית דין בר נש
דא האט זיך נאך אויך קיינער נישט געמאלדן
We are waiting
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:18 pm
דורך [NAMELESS]
א גרויסן דאנק פאר אלע וואס האבן געשטימט פאר מיין פאום. איך האב נישט גע'חלום'ט אז ס'וועט אזוי שטארק אנציען, און ישר כח פאר'ן שטארקען מיין קאנפידענץ.
א ספעציעלע דאנק פאר א חשוב'ן ניק וואס האט מיך געהאלפען מיט'ן צאמשטעלן, און פאר [tag]כוכב[/tag] פאר'ן מגיה זיין.
Love you all!!!
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:36 pm
דורך פישלע העררינג
מתחילה ביזטו געקומען מיט א קול ענות חלושה, כאילו דו ווייסט נישט וויאזוי מען בייסט אריין אין פאעזיא... וועסט פרובירען... מ'זאל צולייגן א פלייצע... און צום סוף התגלה למפרע אז דו ביזט אן אבי אבות הגראמען, כמבואר בהרעיטינג שלי למעלה!
זייער א שטארקע פאעם, [tag]ראשעקאל[/tag]!
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:45 pm
דורך סאשי פיש
געשטימט ביידע מאל דערפאר.
שקויעך ראשעקאל, סא פון וועלכע קהילה ביסטו ראשעקאל אה פון שמעקעסוויל!!
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:44 pm
דורך אפטעמיסט
איך בין אין שאק! כ'האב נישט געוויסט דו טויגסט אזוי! דאס איז געווען איינע פון מיינע שטימעס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:47 pm
דורך שמעקעדיג
אפטעמיסט האט געשריבן:איך בין אין שאק! כ'האב נישט געוויסט דו טויגסט אזוי!!
נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 11:50 pm
דורך אפטעמיסט
שמעקעדיג, די וויכטיגסטע חלק פון מיין הודעה האסטו נישט ציטירט... נאכדעם וואונדערסטאך פארוואס ביסט נישט איינגעקלאפט מיט'ן ראשעקאל. אז וועסט אויך האבן די קאפ אויפ'ן פלייצע וועסטו אויך באקומען שישי. גארנישט איז נישט בחנם.
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 12:42 am
דורך שמעקעדיג
ווי געשריבן ערגעץ אנדערש, בין איך נישט מגלה מיינע שטימעס מחמת טעמים כמוסים. (כ'האב שוין נישט מורא פון קאווע טרינקער, ער האט שוין אפגעפוצט פאר גוד פון דאנעט..)
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 7:02 am
דורך איך אויך
וואסי טאקע געשעהן מיט עם?
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 8:32 am
דורך ישראל קאפקע
איך גלייך גראדע דעם פאעמע גאנץ גוט, נאר די קעפל און די גאנצע סטאנזע וואו דאס קעפל ערשיינט זענען צו שארף.
נשלח: מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:46 am
דורך רוח קדים
כא! דער ראשעקאל האט זיך צעווילדעוועט איבער רבי'ס, מאמא מיאה! דאס איז א סופער גוט שטיקל. די שפייאכץ וועלכע רינט מיר פון מויל ווערט מער געדיכט מיט וואס א פאראגראף מיינע אויגן גייען פארביי. נאט אייך אן אגודל.