אנקעטע: האט דעבלאזיא דא גוט געהאנדעלט איבער די פאליציי?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר

האט דער מעיאר גוט געהאנדעלט?

הסקר נגמר בתאריך דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm

1) זייער גוט געהאנדעלט!
12
32%
2) נישט גוט געהאנדעלט, אבער דארף נישט רעזעגנירן
18
47%
3) גאר שלעכט געהאנדעלט און זאל שוין רעזעגנירן!
8
21%
 
וויילער בסך הכל: 38

באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

אנקעטע: האט דעבלאזיא דא גוט געהאנדעלט איבער די פאליציי?

שליחה דורך שעפטל »

אין די לעצטע פאר טאג, זינט צוויי ווייסע פאליציי אפיצירן זענען ברוטאל דערשאסן געווארן דורך א שווארצן, הערן זיך מערערע געשרייען פון אסאך קוועלער (על פי רוב געוועזענע קנאקערס...) אז די שיסעריי איז א תוצאה וויאזוי אונזער הויעכגעשעצטע מעיאר ביל דיבלאזיא האט געהאנדעלט די ארויסקום פון די דזשורי אין די עריק גארנער קעיס און אזוי אויך די פריערדיגע פורגעסאן-מייקל בראון קעיס, און דאס לאזן פראטעסטירן.

די עיקר אויף וואס מ'האט געהאט טענות איבער די פראטעסטירן איז געווען אז מ'האט דארט געשריגן What do we want? Dead cops! When do we want it? Now! ווי מ'קען דא הערן אויפן ווידיאו, וואס מ'באשילדיגט מיט דעם אז דאס וואס דער מעיאר האט זיך אויסגעדריקט פאר די פראטעסטן אנהייב אין ברוקלין איבער גארנער, "מיר האנדלן שוין אזוי מיט ראסיזעם שוין פאר יארן, און דאס האט אונז געברענגט צו דעם טאג ווי היינט!" און אויך האט ער צוגעלייגט (אייגענטליך נאכגעזאגט וואס זיין קאמישענאר ברעטאן האט געזאגט ביי א מיטונג מיט די העכסטע אפיצירן) "אז די וואס לעבן נישט די וועג וואס איינער וואס גייט מיט די מונדירן, איינער וואס איז ברוטאל, קארופטירט, אדער ראסיסטיש וועט נישט קענען דינען אין די פאליציי דיפארטמענט!" און אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער האט גערעדט מיט זיין טינקעלע זון וויאזוי זיך אויפצופירן נישט צו ווערן ארעסטירט, וואס האט קלאר געוויזן אז דער מעיאר האלט אז רוב פאליציי אפיצירן זענען פאלנע ראסיסטן! אפגערעדט זיין וויזיע איבער סטאפ-און-פריסק. דאס איז זיכער אז דער מעיאר האט בכלל נישט סופארטעט די פאליציי, און מיט א געוויסע זון געגעבן אסאך רעכט צו פראטעסטירן קעגן זייער ברוטאליטי.

נאך דעמאלטס האט דער פרעזידענט פונעם Patrolmen's Benevolent Association (דאס איז די גרעסטע לעיבאר יוניאן, וואס רעפרעזענט די פאליציי אפעצירן) פעטריק לינטש ביי זיין אפיציעלע פרעסע קאנפרענץ געשריגן אז דער מעיאר האט "געווארפן די פאליציי אונטערן באס!"
חלק א' PBA Press Conference: Cops "thrown under the bus" by Mayor Part 1
חלק ב' PBA Press Conference: Cops "thrown under the bus" by Mayor Part 2

אסאך האבן באשולדיגט דעם מעיאר אז ער האט אן אלטע שנאה קעגן די פאליציי, נאך פון ווען ער איז ארעסטירט געווארן ביי די ליטש שפיטאל פראטעסט....

יעצט נאך די שיסעריי פון צוויי פאליציאנטן גייט עס אזוי ווייט אז דער געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני איז אויך ארויסגעקומען קעגן דעם איצטיגן מעיאר, נישט אזוי ווייט באשילדיגט אין ממש די מארד, נאר האלט אז ער, פרעזידענט באראק כוסעין אבאמא, און אטורני דזשענעראל עריק האלדער זענען שילדיג און אויפרייצן און צוטיילן דאס פאלק צווישן די אלגעמיינער עולם ספעציעל די שווארצע, און די פאליציי.
Fmr. Mayor Rudy Giuliani: Comments by Obama & Holder helps create anti-police hatred

ווידעראום דער פרעזידענט פונעם PBA פעט לינטש האט קלאר געשריגן אז די בלוט פון די פאליציי זענען אויף די הענט פון אפאר מענטשן, אריינגערעכענט די מעיאר!

אזוי אויך האט עד מולין, דער פרעזידענט פון די Sergeants Benevolent Association אויך קלאר געשריגן "מעיאר דיבלאזיא, די בלוט פון די צוויי געשאסענע זענען אויף דיינע הענט!

דער געוועזענער פאליציי קאמישינאר בערני קעריק (געדינט 16 חדשים - פון אוגוסט 21, 2000 ביז דעצעמבער 31 2001) איז געווען אויף די דזשאדזש דזשענין פירא שאו אויף פאקס ניוס צוזאמען מיט א געוועזענעם דיטעקטעוו באו דייטל און זיי האבן נישט מער און נישט ווייניגער גערופן דעם מעיאר צו רעזעגנירן...
דריי קליפס דא:
Bo Dietl ➠ Bill de Blasio Should RESIGN Tomorrow!
קעריק מיט דייטל איינמאל
קעריק מיט דייטל נאכאמאל

געוועזענער גאווערנער דזשאורדזש פאטאקי האט געטוויט: Sickened by these barbaric acts, which sadly are a predictable outcome of divisive anti-cop rhetoric of #ericholder & #mayordeblasio. #NYPD

נאך א קליינע פאקט איז געווען, אז ווען דער מעיאר איז אריינגעקומען צום פרעס קאנפרענץ מיטן פאליציי קאמישינאר ביל ברעטאן, אינעם ברוקלין שפיטאל, האבן זיך אלע (צו כמעט אלע) אפיצירן אויסגעדרייט דעם ריקן צום מעיאר, ווי איינער זאגט, ביזסט נישט וועלקאום
NYPD cops furious with Bill de Blasio turn their backs on the mayor as he enters hospital where officers died

פון די אנדערע זייט, שרייען אנדערע אז דער מעיאר האט געהאנדעלט די בעסטע וואס ער האט נאר געקענט, ער האט פאקטיש צוגעלאזט אז די פארביטערטע זאלן זיך אויסגארגלן זייער וויי געשריי, ווען נישט וואלט ווען געווען שרעקליכע ראיאטן אין די גאסן... יא ס'האט נעבעך געקאסט צוויי נפשות פון די בעסטע (כלשונם..) פון ניו יארק סיטי, אבער ס'איז אבסורד צו זאגן אז דער מערדער האט דען געהערט צו אפילו געזעהן וויאזוי דער מעיאר רעדט און האנדעלט... און דער מעיאר איז גענצליך אומשולדיג! פארקערט ער האט געמאכט א מעכטיגע דזשאב.

דער מעיאר האט נעכטן איבעראשט ריפארטערס מיט גאר זיי באשולדיגן מיטן צוטיילן דאס לאנד... ווי באריכטעט אויף דזשעי פי אפדעיטס האט דער מעיאר זיי געפרעגט "וואס טוהט עטס? גייטס עטס ווייטער אנהאלטן מיטן צוטיילן דעם פאלק??" ארויסברענגענדיג אז מיטן ווייזן נאר די טראבל ווידיאו'ס פון די פראטעסטן, ווי די רופן צו הרג'ענען אפיצירן, צו גאר שלאגן, אבער נישט ארויפלייגן ווי 25 טויזענט פרידליכע מוחים שפאצירן, דאס ווייזט אז די שווארצע זענען ארויס אין א קאמף קעגן די פאליציי...

גראדע דער רעפאבליקאנער קריס קריסטי, דער גאווערנער פון ניו דזשערסי, האט שטארק פארדאמט היינט די גאנצע פינגער געווייזאכטס... קריסטי שרייט אז מ'וויל דא סתם אויסניצן די שיסעריי פאר פאליטישע מאטיוון און אייגענע אינטערעסן... (קוקטס ווער ס'רעדט פליצלינג...)

נא... לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט...
האט דער מעיאר גוט געהאנדעלט? דארף ער רעזעגנירן???


1) זייער גוט געהאנדעלט!
2) נישט גוט געהאנדעלט, אבער דארף נישט רעזעגנירן
3) גאר שלעכט געהאנדעלט און זאל שוין רעזעגנירן!

ווי עס פארשטייט זיך אליינס, וועט די אנקעטע רעזולטאטן וועט געשיקט ווערן איבעראל, ספעציעל צום סיטי האל, נעמט דאס נישט פאר לייכט... און איך בין זיכער אז דער מעיאר וועט זיך רעכענען מיט די רעזולטאטן, אפילו דאס מיינט אז ס'וועט אים קאסטן דעם בענקל....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר