בלאט 1 פון 1

שושנים #31: לא נתקבל

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:07 pm
דורך הערשי
געב
מיין תכשיט
א חינוך
אין תוך
כ'וויל איר
סקול'ן אידיש
א נעב
פארחשכ'ט
בין איך
דאך
ביל מיר
כ'על צאלן נגידיש

דערציילט מיר
גארנישט
וועגן
דאס קינד
פארוויילסט דיר
אין פאליש
העמיר פגע'ן
אצינד

קומסט נישט
אין שול
צום טיש
אדער אפיעל
שאלות פרעגסטו
די דיינים
קיינמאל נישט
אלעס מעגסטו
טון הפנים
עס יו וויש
מאכסט דיר גרילס
אויף די קעטסקילס
מיט די ווייבער
ברענגסט א מבול
לאז דער שרייבער
שרייבן לא נתקבל

ס'הייסט
דו גייסט
אין שוויץ
אן א קאפל
מ'העצט
דו רעדסט
פון היץ
נאך המפיל
טינקסט כלים
אין מקוה
אן א קארטל
זינגסט צום צלם
התקוה
אן א גארטל

נישט פרום
דיין גיטל
שטייט איר קרום
דאס היטל
זי גייט
די מענער זייט
יונגעלייט קוקן
א תיקון
זי דארף
דאס ווייבל
ער פסק'נט שארף
לא נתקבל

זאגן די שטוב
זאל טון צוליב
אראפציען
איבער די קניען
זי מעג
א סקארף
אויף די קראגן
אירע
פערציג טעג
זי דארף
זאגן
פרק שירה
כארכלען אן איי
גיסן בליי
כולי האי
ואולי

די מאמע
איז אין כעס
מסתמא
ער טרייבט
שפאס
ס'איז קשה
כח הסבל
דער רשע
ער שרייבט
מיט קאנטעמפט אבער
און סטעמפט ראבער
לא נתקבל

זיי בודק'ן
די טאטעס
ווי מראה
שמאטעס
זיי חוזק'ן
פון מאמעס
ווי פרעה
אין פאזשאמעס

מי יתן
א מוסד
א גוטן
וואו מ'גרויס'ט
נישט איבער
דעם ציבור
מ'פרעגט קיין
שאלה
מ'נעמט אריין
אלע
אידן צוגלייך
איין זאך

שכר לימוד
ווייניג
א משומד
אייניג
מיט א גר
מהודר
אחוץ פארשטייצעך
אז מ'דרייעט זיך
ביי דער
רבי'ס ברודער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:16 pm
דורך אפטעמיסט
חברה, די פאעזיע'ס ווערן נאר אלס בעסער און בעסער! כ'מיין מ'זאל אפשטיפן די דעדליין.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:17 pm
דורך ישראל קאפקע
דער אינהאלט איז גאר גוט, איך כאפ אבער נישט דעם 'ריים און ריטהעם'.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:20 pm
דורך כוכב
אפטעמיסט האט געשריבן:חברה, די פאעזיע'ס ווערן נאר אלס בעסער און בעסער! כ'מיין מ'זאל אפשטיפן די דעדליין.


די דעדליין איז געווען 3 אזייגער. איך נעם מער נישט אן קיין פאעזיעס. די אלע פאעזיעס וואס זענען אריינגעקומען פאר די דעדליין וועלן צוביסלעך ארויסגעשטעלט ווערן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:04 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געמוזט אנצינדן רעפ מוסיק צי קענען ליינען דעם שטיקל, מתוק

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:12 pm
דורך פישלע העררינג
געב
מיין תכשיט
א חינוך
אין תוך
כ'וויל איר
סקול'ן אידיש
א נעב
פארחשכ'ט
בין איך
דאך
ביל מיר
כ'על צאלן נגידיש



זיינע גראמען האבן א שיינע מהלך און ריטהעם. קוק די קאלירען, די זעלבע קאלירן זענען די גראמען. סיסטעמאטיש.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:14 pm
דורך בן תמליון
לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון [tag]הערשי[/tag] צו מיר.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:55 pm
דורך הערשי
ווילאנג דער מחבר איז בעילום וועל איך נעמען די קרעדיט...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:44 pm
דורך פישלע העררינג
הערשי האט געשריבן:ווילאנג דער מחבר איז בעילום וועל איך נעמען די קרעדיט...

אל תיקח ללב, [tag]הערשי[/tag]. יעדע גוטע זאך וואס מ'האט ארויפגעשטעלט איז געוועהן א מאן דאמר וואס האט קאמענטירט אז ס'דיינס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:34 am
דורך פלאוויוס
הערליך שיין!! ס'געפעלט מיר. וועט מען אמאל געוואויר ווערן ווער די מחברים זענען?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:42 am
דורך כוכב
פלאוויוס האט געשריבן:הערליך שיין!! ס'געפעלט מיר. וועט מען אמאל געוואויר ווערן ווער די מחברים זענען?



אוודאי, באלד נאך די וואלן!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:50 pm
דורך פלאוויוס
גוט, וועל איך מיר איינהאלטן דעם נייגער ביז דעמאלט :)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:21 pm
דורך מאטי
יעצט איבערגעקוקט, דאס איז עפעס לא מעלמא הדין!! כ'וואלט נישט געלייגט קיין רעפ-מוזיק ברקע, ענדערש אזא לייכטע היפ-האפ ריטם, ס'הערט זיך זייער גוט מיט דעם צינישער פליסיגקייט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:58 am
דורך לעיקוואד
און אויב
איך זעה
איך נישט
ביז יאר
אריבער
האסטו גארנישט
פארפאסט
ווינטש איך
שוין יעצט

א גוט
מארגען
און גוטן
מיטאג
אווענט
און נאכט

א פריילעכן
פורים
כשר'ן פסח
לעכטיגן חנוכה
א גוטער אתרוג
א חתן
א תכשיט
אייניקלעך
ברית מילה
חתונה בר מצווה

קענסט אריבער
יארען פופציג
גארנישט אנדערש
נאך
פון די זעלבע
ווערטער
קאמפלעינטס
שבחים
אוועררעיטעד

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:37 pm
דורך הערשי
בן תמליון האט געשריבן:לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון [tag]הערשי[/tag] צו מיר.


הגם בן תמליון בנביאים?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:40 pm
דורך פישלע העררינג
מזל טוב [tag]הערשי[/tag]!

כ'בין געוועהן דער ערשטער מפענח צו זיין דיין מהלך...

הערליכע שטיקל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 2:51 pm
דורך מאטי
הערשי האסט נישט אנטוישט! געשטימט פאר דיר ביידע רונדעס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:08 pm
דורך בן תמליון
הערשי האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:לא נביא אנכי אבער עפעס שמעקט דא פון [tag]הערשי[/tag] צו מיר.


הגם בן תמליון בנביאים?


לא נביא אנכי ולא בן נביא. עס איז געווען די פראזע "אין תוך" וואס האט מיר דערמאנט כ'האב זי געזען אין איינע פון אייערע פריערדיגע מאמרים דא אין שטיבל, (אפשר אבלה הארץ?) עס איז נישט אזוי באניצט. ווי אויך די גאונישע מהלך האט אנגעזאגט א שטארקער בעל כשרון איז דערינטער.

כ'האב געשטימט פאר דיזן פאעמע ביידע מאל.

Re: שושנים #31: לא נתקבל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:42 pm
דורך מי אני
הערשי האט געשריבן:
זיי בודק'ן
די טאטעס
ווי מראה
שמאטעס

דאס קען מרמז זיין צו דעם אז איינע פון די ה׳ דמים טמאים באשה נדה איז ״אדום כדם המכה״ וואס דאס מיינט כדם שור [שחוט] (נדה יט ע״ב). און די גמרא זאגט (ב״ב כא ע״א) ביי די סוגיא ווי ווייט מ׳דארף זעהן להושיב מלמדים און זיי זאלן זיך אפגעבן מיט תשב״ר (היפך דעם ״לא נתקבל״ נגע), מכאן [מבר שית] קביל ואספי ליה [תורה] כתורא.