בלאט 1 פון 1

דעקלאראציעס, דעפיניציעס און דיסקלעימערס...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:25 pm
דורך berlbalaguleh
שמעו נא רבותיי דיינים מומחים... היות איך האב לעצטנס אויפגעמאכט עטליכע, זייער אינטרעסאנטע אשכולות. (At least, in my opinion.)...אבער זיי זענען ליידער איינגעשלאפן אדער פארחלש'ט געווארן. פאר איין סיבה אדער א צווייטע. און ווען איך קוק אויפ'ן סקרין און זעה אז מיינע חידושים און בויך קוועטשענישן רוקן זיך אראפ מטה, מטה. און ווייטער צו שרייבן איבער א נושא וואס דער עולם ווייזט נישט ארויס קיין אינטערעס, האט נישט קיין פשט. אשר על כן בין איך דא מוסר מודעה בפני כל הקהל הקודש הזה. הם ונשיהם וכו'. חוץ די גרושים, צווישן אונז,ל"ע...אז אין סיי וועלכע צייט , אויסער שבת ויו"ט, ווען דער עולם וועט ארויסווייזן באנייטע אינטערעסע, נעם איך מיר די רעכט, נאכאמאל צו שרייבן און דעבאטירן די אלע אויבנדערמאנטע סובדזשעקטס. און איך זאלל נישט קענען אנגעשריגן ווערן אז איך בין מיך מטפל מיט אלטע סובדזשעקטס....
ולהשומעים יונעם ותבוא עליהם ברכת טוב. (קרעדיט: איצא שייגעץ, בשם התאחדות הרבנים דארה"ב, קאנאדא וטשיינע...!(.

הק' בערל בעל עגלה. בן אחר בן מצד אמו מ'בערל בעל עגלה הראשון מ'שאראש פאטאק יצ"ו...!

נ.ב.: ווער ס'האט סיי וועלכע דעקלאראציע, מסירת מודעה אדער דעפיניציע, קען עס דא שרייבן אין דעם אשכול...הנ"ל... :lol:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:30 pm
דורך מאטי
וועלקאם טו דעה קלאב אף אשכולות עפענער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 5:33 pm
דורך לית דין בר נש
קודם דארפסטו נישט קיין דעקלאראיע ווייל אויב ווילסטו עפעס צולייגן אינטערסאנט כל הכבוד אונז ווארטען צו הערן!
והשנית והוא העיקר ביידע נעכטיגע אשכולות איז געשטאנען סוף ערשטע תגובה המשך יבא.... האב איך פארשטאנען אז די בעל עגלה דארף מסתמא אפפירן איינעם און ער קומט גלייך צריק איז פארוואס זאל איך מגיב זיין און מען זאל זיך מוטשענען מיט די המשך? איז מפני דרך ארץ האב איך געוואלט לאזן די בעל עגלה אויסרעדן און נאכדעם וועל איך צו לייגן מיינע צוויי צענט.
אבער אויב איז די בעל עגלה פארטיג פאר דערווייל ביז א קומענדיגע מעלדונג גיימיר שוין שרייבן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:13 pm
דורך כוכב
חמש בעי''לית בע''ל אותו בערל בע''ל.
# דרא דייסא דירה אלערט.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:07 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:וועלקאם טו דעה קלאב אף אשכולות עפענער.

מאטי: שקויעך. אבי נישט אשכולות אויפוועקער.... :lol:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:חמש בעי''לית בע''ל אותו בערל בע''ל.
# דרא דייסא דירה אלערט.

כוכב: רחמנא ליצלן. לאמיך שנעל לויפן אין מקוה...אוי...ס'איז א פראבלעם. כ'וועל מוזן ווארטן ביז נאך חצות... :roll:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:15 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:קודם דארפסטו נישט קיין דעקלאראיע ווייל אויב ווילסטו עפעס צולייגן אינטערסאנט כל הכבוד אונז ווארטען צו הערן!
והשנית והוא העיקר ביידע נעכטיגע אשכולות איז געשטאנען סוף ערשטע תגובה המשך יבא.... האב איך פארשטאנען אז די בעל עגלה דארף מסתמא אפפירן איינעם און ער קומט גלייך צריק איז פארוואס זאל איך מגיב זיין און מען זאל זיך מוטשענען מיט די המשך? איז מפני דרך ארץ האב איך געוואלט לאזן די בעל עגלה אויסרעדן און נאכדעם וועל איך צו לייגן מיינע צוויי צענט.
אבער אויב איז די בעל עגלה פארטיג פאר דערווייל ביז א קומענדיגע מעלדונג גיימיר שוין שרייבן.

ר' לית דין בר נש: איך וואלט געזאגט אז דו האסט כמעט די מדרגה פון רוח הקודש. ווייל דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך האב מפסיק געווען. ווייל איך האב געדארפט אהיימפיהרן די צאן קדשים פון זייער חעידער...(ניין. איך דרייוו נישט דעם וויזשניצער באס.(.
איך האב שוין א דרעפט פון א המשך אויף יענעם אשכול, וואס איך האב געסעיווט. און איך גיי בלי"נ ממשיך זיין. ייש"כ פאר דערמאנען...!