שושנים #32: תוקד בקרבי

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
[NAMELESS]

שושנים #32: תוקד בקרבי

שליחה דורך [NAMELESS] »

א הערליך געשטאלט
עיני ראו מיט געוואלד
תאוות לויפן גאר הויך
אוי! לעצור אין בי כח

געפילן זאגן לאז נישט גיין
שכל זאגט בלייב נישט שטיין
מארגן בלייבט נישט דאס נעכטיגע שיין

א בילד גאר גאר שרעקליך
יונגע קינדער מיט פעקלך
אראפ אין אוישוויץ פון באנען
אויפ'ן לעצטן וועג שפאנען

געפילן זאגן א טרער לאז גיין
שכל זאגט בלייב נישט שטיין
אויף געגאסענע מילך נישט וויין

אין זאל די מוזיק האקט
א מעניו! דער עולם פאקט
זיך אויסגעבן מ'גייט
בשמחה! אלעס שרייט

געפילן זאגן לאז דיר וואוילגיין
שכל זאגט בלייב נישט שטיין
עס בלייבט נאר די שמעק פון וויין

אין מח עס טוט בליצן
א קשיא טוט זיך היצן
עפעס טוט נישט שטומען
גרייזיגע אינפארמאציע צו מיר געקומען

געפילן זאגן לאז שוין גיין
שכל זאגט ניין בלייב שטיין
וויאזוי דען אויפ'ן לייטער גיין

פארוואס רבון העולמים
אין מיר געלייגט 2 שונאים
מיר צו צערייסן לשני קרעים
בלייבן אן אוחז בשני ראשים
איך האף צום מארגן יבוא יום
אולי דעמאלט דער ענדגילטיגער שלום
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

גאר גוט!
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

קלארע געדאנק: 5 כוכבים

שיין ארויסגעברענגט: 5 כוכבים

טיפקייט: 2.5 כוכבים

פליסיגע גראמען: 5 כוכבים

נישט-טיפישע גראמען: 1 כוכב

אוועראלל: ביוטיפול געדאנק. ער רעגט זיך פארוואס ער מוז זיין דער שלום מאכער צווישען די צוויי שונאים וועלכע וואוינען ביי איהם..
(- - -)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

WOW זייער שטארק
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איז אקעי. האדם חופשי בדמיונו ואסור במושכלו.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מעשי ידי להת...
אנגעצויגן 22 שטימען מער ווי עקספעקטעד
טענקיו @כוכב אין פאר אלע מחברים וואס האבן רייכער געמאכט אינזער שטיבעלע
God bless you all
(דער קעפל איז @כוכב'ס קרעדיט)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

הערליכע פאעם. באקומען איינע פון מיינע שטימען.
האדם לא נברא אלא להתענג
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

לית דין בר נש האט געשריבן:WOW זייער שטארק

געשטימט פאר דעם
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
פארשפארט