בלאט 1 פון 1

קאפ פארדרייענישן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:45 pm
דורך דריידל
די פורום "א שמייכל" האט א סאב-קעפל וואס ליינט זיך: ווערטלעך, הומאר און סתם קאפ פארדרייענישן. די ערשטער צוויי, ווערטלעך און הומאר איז דא גענוג און נאך אבער לגבי קאפ פארדרייענישן קען מען זאגן ממש ס'נישט בנמצא ווייל אלע אשכולות, איינס ביי איינס זענען דאך מלא תוכן.

וויבאלט די מייסדי השטיבל האבן געפינען פאר וויכטיג צו שרייבן "קאפ פארדרייענישן", שפיר איך א חוב קדוש ממלא צו זיין דעם חלל. איך עפען דעם אשכול כדי אז ס'זאל זיין א פלאץ ווי אויסצוגעבן די בויך קרעמפן (סברות כרסיות) להגדיל הפורום ולהאדירה)

על איך טאקע אנהייבן מעניני דיומא. ס'איז ידוע די בית יוספ'ס קשיא אויף די צוויי ר' תנחומ'ס אז פארוואס פונקט ביי חנוכה טרעפט מען אז ס'איז דא דאס ענין פון מהדרין מן המהדרין? איז שוין באקאנט די תירוץ לויטן מדרש הדודאים נתנו ריח זה ראובן ועל פתחינו כל מגדים זה חנוכה. ממילא איז אלעס מיושב כמין חומר כפתור ופרח.

מ'דארף אבער מקדים זיין וואס באדערט מיר פארוואס דער יונגערמאן וואס איז צוגעגאנגן צום עמוד פארשטייט נישט אז דער עולם יאגט זיך צו דער ארבעט?! כ'האב פרובירט מרמז זיין ווען ער האט אנגעהויבן ישתבח און איך האב גלייך געשישקעט אז ער האט געדארפט שטילערהייט אפחיפערן ישתבח.

נאך א זאך. איך טרעף איינער וואס זיין היט איז אריינגעקוועטשט ווי א ריכטיגע פארצייטישע טשולענט טאפ אזש אז ער דארף זיך נישט שעמן פאר שלמה שמש. איך האב מיך אויסגע'משל'ט אז ארכעלאגן האבן דארט אריינגעגראבן און די מוחים שטייען ארום אויף די שפיצן גרייט זיך צו ווארפן אינטער די טראקטארן. פרעג איך דיר, איז דער א פרומער פארן גיין מיט אז היט אדער ווייזט עס וויפול קאפ ער לייגט אריין און זיין חיצוניותדיגע אויסזעהן?

פאר דערווייל עמיר מסיים זיין מעין הפתיחה, ווייל ווי-נישט-ווי, אזוי נישט-מיר-נישט-דיר איז בלעקבערי אין דער ערד און דיבלאזיא האט בלוט אויף זיינע הענט לויט די פאליס יוניאן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:51 pm
דורך ישראל קאפקע
@דריידל קען נישט שלום מאכן מיטן פאקט אז זיין אושפיזא איז פאריבער!
אדער אפשר איז עס א נקמה פארן אונזער פארדרייען זיין קאפ פאר אכט טעג? :P :נישטמסכים: :lol:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:53 pm
דורך יין שרף
דריידל האט געשריבן:זיין היט איז אריינגעקוועטשט ווי א ריכטיגע פארצייטישע טשולענט טאפ אזש אז ער דארף זיך נישט שעמן פאר שלמה שמש. איך האב מיך אויסגע'משל'ט אז ארכעלאגן האבן דארט אריינגעגראבן און די מוחים שטייען ארום אויף די שפיצן גרייט זיך צו ווארפן אינטער די טראקטארן

ניטאמאל קיין איין מח איז געשטאנען אין גאנצן אומגעגענט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 9:05 pm
דורך רויטע וואנצעס
איז אזוי, דריידל איך בין שרעקליך בייז אויף דיר פאר'ן באראבעווען מיין טאש דעם חנוכה. גאנצע 96 פעניס האב איך נעכטן דערלייגט צו מיין פיהר יעריגע. למעשה אבער האט די מעקאניק געזאגט אז נאר איין ווייפער דארף מען טוישן, נאר אויף מיין זייט ווייל געווענדליך זיצט מיין ווייב אינדערבעק מיט די קינדער. די סעקונדע איך צינד אן די סעלל לעשט זיך עס אויס, געפילטע? דרא דייסה ודירה איז נאר אויב ס'איז ערב פסח שחל להיות בשבת, דוקא ווען ס'מוקף חומה. עניוועיס מ'האט מיר אפגעהאקט עקסעס צו מאחורי און כ'האב פארגעסן הלכות נדה צוליב וואס מיין ווייב וויל נישט נעמען ב"ק, און די גבאים לאזן מיך נישט צוריק אריין.

א פרייליכן זאת חליפתי,
ווינטשט אייער שפייז פריינט, רויטע בהמה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:25 pm
דורך שמעון וואלף
דריידל האט געשריבן:
נאך א זאך. איך טרעף איינער וואס זיין היט איז אריינגעקוועטשט ווי א ריכטיגע פארצייטישע טשולענט טאפ אזש אז ער דארף זיך נישט שעמן פאר שלמה שמש. איך האב מיך אויסגע'משל'ט אז ארכעלאגן האבן דארט אריינגעגראבן און די מוחים שטייען ארום אויף די שפיצן גרייט זיך צו ווארפן אינטער די טראקטארן. פרעג איך דיר, איז דער א פרומער פארן גיין מיט אז היט אדער ווייזט עס וויפול קאפ ער לייגט אריין און זיין חיצוניותדיגע אויסזעהן?



דערמאנסט מיך א מעשה מיט א שארפע גור'ער יונגערמאן וואס איז אריין אין ספרים געשעפט מיט די בויך אויף ארויף און די הענט פון אונטן, און פאר לאנג א דינעם גארטל. דער געשעפטסמאן דערלאנגט עס אים און מיט א שארפקייט ווארפט ער עס צוריק זאגענדיג: צו ברייט! נאך א לענגערע צייט זיכן טרעפט ער א גאר דינעם גארטל, אבער ער איז נאכאלץ נישט צופרידן. בלית ברירה זאגט דער געשעפטסמאן אז ער קען באשטעלן א קאסטום מעיד גארטל אזוי ברייט ווי א שיך בענדל. דער קונה האט אפגעזיפעצט און מיט א שמייכל דערלאנגט דאס געלט.
אא צוקוקער האט געפרעגט דעם יונגערמאן וואס ער מאכט זיך אזוי משוגע און וואס שטערט אים אויב די גארטל איז אביסול ברייטער? אויף וואס ער האט שנעל אפגענטפערט: אין גור מאכט מען נישט קיין עסק פון קיין גארטל...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 11:25 pm
דורך שמעון וואלף
טעות

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:36 am
דורך שמעקעדיג
דריידל קוק אין דיין חתימה און פארטיג.