בלאט 1 פון 2
מיין פעיוואריט ניק
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:15 am
דורך ישמעאל הכהן
מ'קען און אפשר מ'מוז לייקענען דאס נישט האבן א פעיוואריט קינד, מ'דארף אלע ליב האבן. אבער א פעיווארט ניק אויף מיינעם בין איך דאך נישט מחיוב צו באהאלטן, און אויב האב איך אסאך דערפון איז אבער דא איינע לעת עתה וואס איז דזשאסט פלאוליס א כליל המעלות לאפיניענתי און צום זאך, שטארק צום הארץ. זייענדיג אין א גוטע מוד שרייב איך עס ארויס משום אל תמנע. איך וויל עס שרייבן ברמז, הגם איך מיין עס ערנסט איז בעסער אז ס'איז אין קאפ פארדרייעניש פארום וועט עס ענדערש נישט אנדרייען א דזעלעס מלחמה.
דרוילעם איז געלאדענט צו באריכטן זייערע פעיווארייטס. עכ''פ, מיינעם קען מען נישט טעגן אבער מ'קען אים עסן פון אלע זייטן.
מיט אהבה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:19 am
דורך כוכב
דער עולם האט נישט געכאפט דעם רמז העל איך פורש בשמו זיין:
פישל'ע העערינג
#פלאץ פאר קנאה איך וויל זיין שמעאלס בuדי
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 9:54 am
דורך דריידל
ישמעאל, די ביסט דיפעניטלי וואן אף מיי פעיווארעט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:16 am
דורך פישלע העררינג
בלוש בלשתי. (קרעדיט: הערשי)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:31 am
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי נישט פארוואס די אשכול איז פלאצירט אין שמייכל פארום, עכ"פ מיין תגובה דא מיין איך גאנץ ערענסט, נישט לאפוקי אנדערע ניקים, אבער דאך...
איך לייען קאווע שטיבל בקביעות שוין היבש בעפאר איך האב זיך איינגעשריבן, כ'בין אבער בטבע אביסל אן אומגעדילדיגער, ספעציעל ווען ס'קומט צו טייפן, ממילא שרייב איך ווינציג. אבער כ'דריי זיך דא גענוג אויף צו שפירן א קשר מיט א סך חשוב'ע ניקים.
לעצטענס איז דא א ניק וואס איך שפיר אז איך מוז איהם באגריסן און באדאנקן פאר זיינע אינהאלטסרייכע באלערנדע אדער סתם ישרות'דיגע תגובות, קוקט נישט אויס ווי איינער וואס זוכט אטענטשען, ערווארט נישט קיין לייקס, שרייבט אפען וואס ער האט צו זאגן, און ועל כולם איז ער נישט מונע טוב פונעם עולם און שעירט זיינע הערליכע ידיעות און מאמרים מיטן עולם שלא על מנת לקבל פרס, לייקט ערליך דער וואס איז מגיב צום ענין אין זיינע אשכולות, אפילו אויב יענער דינגט זיך מיט איהם.
היות איך מיין עס ערנסט גיי איך נישט שפילן געסס האא און איך זאג שוין: @גראדעמעכעלע א הערצליכן יישר כח פון טיפן הארצן לעצטנס דערקוויקסטו מיר זייער.
כ'בעהט איבער ישמעאל און פישל, ס'קען זיין אז דער אשכול איז מיוחד פאר זיי אבער איך שפיר אז כ'האב עס געמעגט שרייבן, ואתכם הסליחה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:33 am
דורך רויטע וואנצעס
ישמעאל, איז דא א סעקענד פלעיס געווינער? (פליזזזזזזזזזז).
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:40 am
דורך ישמעאל הכהן
ריכטיג האט געשריבן:היות איך מיין עס ערנסט גיי איך נישט שפילן געסס האא
ווי איך האב געשריבן מיין איך עס אויך ערנסט אויף הונדערט פראצענט. דעם געס האא האב איך געמאכט צו פארזיכערן אז דער אשכול בלייבט נישט תגובה-לאז
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:42 am
דורך ישמעאל הכהן
ריכטיג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די אשכול איז פלאצירט אין שמייכל פארום.
ישמעאל הכהן האט געשריבן:הגם איך מיין עס ערנסט איז בעסער אז ס'איז אין קאפ פארדרייעניש פארום וועט עס ענדערש נישט אנדרייען א דזעלעס מלחמה...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:43 am
דורך רויטע וואנצעס
איך וואלט געוואוט א ניק אין יעדע פון אפאר קאטעגאריעס. ס'דא צופיל אפציעס. (קרעדיט: פישעלע לגבי שושנים)
וואו זענען דיינע ברילן??....
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 10:52 am
דורך ישמעאל הכהן
ריכטיג האט געשריבן:כ'בעהט איבער ישמעאל און פישל, ס'קען זיין אז דער אשכול איז מיוחד פאר זיי אבער איך שפיר אז כ'האב עס געמעגט שרייבן, ואתכם הסליחה.
ישמעאל הכהן האט געשריבן:דרוילעם איז געלאדענט צו באריכטן זייערע פעיווארייטס.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:22 am
דורך [NAMELESS]
I'm sorry.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:31 am
דורך לית דין בר נש
שוין אז די עולם שרייבט שוין על איך אויך שרייבן הגם איך האב נישט געוואלט ווייל איך וויל קיינעם וויי טוהן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן
מיין פעיווארט ניק איז נישט קיין אנדערע ווי @לית דין בר נש הגם דא אין שטובל איז ער נישט פון די שטארקע אבער אין מיין פראזעינלעכע לעבן באישי טוט ער אסאך פאר מיר
איך דאווען שוין יארן מיט אים אין די זעלבע ביהמ"ד און עלף יאר צריק ווען איך האב געטוישט בתי מדרשים איז ער מיט געקומען מיט מיר
איך האב מיט אים פרייוועט טיים יעדן טאג ביי פרישטאג מיטאג און נאכטמאל וואס איך פארברענג מיט אים
98% פונעם יאר נעכטיגט ער ביי מיר אינדערהיים וכו' אסאך נאנטשאפטן וואס איך האב מיט אים וואס איך קען נישט אלץ אראפשרייבן
איך האף קיינער וועט נישט זיין דזשעלעס.
#דער זכר דארף א דאקטער
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:37 am
דורך כוכב
ריכטיג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די אשכול איז פלאצירט אין שמייכל פארום, עכ"פ מיין תגובה דא מיין איך גאנץ ערענסט, נישט לאפוקי אנדערע ניקים, אבער דאך...
איך לייען קאווע שטיבל בקביעות שוין היבש בעפאר איך האב זיך איינגעשריבן, כ'בין אבער בטבע אביסל אן אומגעדילדיגער, ספעציעל ווען ס'קומט צו טייפן, ממילא שרייב איך ווינציג. אבער כ'דריי זיך דא גענוג אויף צו שפירן א קשר מיט א סך חשוב'ע ניקים.
לעצטענס איז דא א ניק וואס איך שפיר אז איך מוז איהם באגריסן און באדאנקן פאר זיינע אינהאלטסרייכע באלערנדע אדער סתם ישרות'דיגע תגובות, קוקט נישט אויס ווי איינער וואס זוכט אטענטשען, ערווארט נישט קיין לייקס, שרייבט אפען וואס ער האט צו זאגן, און ועל כולם איז ער נישט מונע טוב פונעם עולם און שעירט זיינע הערליכע ידיעות און מאמרים מיטן עולם שלא על מנת לקבל פרס, לייקט ערליך דער וואס איז מגיב צום ענין אין זיינע אשכולות, אפילו אויב יענער דינגט זיך מיט איהם.
היות איך מיין עס ערנסט גיי איך נישט שפילן געסס האא און איך זאג שוין: @גראדעמעכעלע א הערצליכן יישר כח פון טיפן הארצן לעצטנס דערקוויקסטו מיר זייער.
כ'בעהט איבער ישמעאל און פישל, ס'קען זיין אז דער אשכול איז מיוחד פאר זיי אבער איך שפיר אז כ'האב עס געמעגט שרייבן, ואתכם הסליחה.
יאפ, גראדעמעכעלע איז איינס פון א לאנגע רייע ניקים וואס קריגן נישט זייער ערליך פארדינטן אנערקענונג מאיזה סיבה שהוא.
#נארדערצעדרייטערשורהבורכוכבקריגטאטענשאן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:14 pm
דורך [NAMELESS]
נאך א מזל מיין ניק קען נישט ווערן רויט...
@כוכב איך ווייס נישט וואס די האסט אלץ אריינגעלייגט אין דעם לאנגן ווארט מיט א לייטער ביים אנהייב, אבער אזא דזאב וואס די האסט געמאכט מיטן שטיבל מיט די אראומע אין שושנים אין בכלל מיט יעדע תגובה איז נאך נישט געווען, איך ווייס פשוט נישט וויאזוי אויסצידריקן מיין דאנק,
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:שוין אז די עולם שרייבט שוין על איך אויך שרייבן הגם איך האב נישט געוואלט ווייל איך וויל קיינעם וויי טוהן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן
מיין פעיווארט ניק איז נישט קיין אנדערע ווי @לית דין בר נש הגם דא אין שטובל איז ער נישט פון די שטארקע אבער אין מיין פראזעינלעכע לעבן באישי טוט ער אסאך פאר מיר
איך דאווען שוין יארן מיט אים אין די זעלבע ביהמ"ד און עלף יאר צריק ווען איך האב געטוישט בתי מדרשים איז ער מיט געקומען מיט מיר
איך האב מיט אים פרייוועט טיים יעדן טאג ביי פרישטאג מיטאג און נאכטמאל וואס איך פארברענג מיט אים
98% פונעם יאר נעכטיגט ער ביי מיר אינדערהיים וכו' אסאך נאנטשאפטן וואס איך האב מיט אים וואס איך קען נישט אלץ אראפשרייבן
איך האף קיינער וועט נישט זיין דזשעלעס.
#דער זכר דארף א דאקטער
לית דין בר נש:און ווען דיין רעבעצין שיקט גיין איינקויפן לעקאוועד שבת קוידיש. ווער גייט? דו אדער דיין פעיוואריט ניק....!!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:57 pm
דורך לית דין בר נש
ביידע נישט
זי
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:59 pm
דורך בשבילי!
זי שיקט איר אנדערע איימעמאטער ניק..
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:01 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:ביידע נישט
זי
און פייסעך באנאכט באם סיידער. וויפיל העסע בעטלעך גרייט מען אן...?...!...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:07 pm
דורך יאיר
מיין פעיווארעט ניק איז יענטאאאש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:08 pm
דורך בשבילי!
נאדיר א גרינע יאיר
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 1:49 pm
דורך פליקער
מיין בעסט פרענד ניק, שמעקט מיר כריח שדה אשר ברכו השם.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
ישמעאל הכהן האט געשריבן:כ''פ, מיינעם קען מען נישט טעגן אבער מ'קען אים עסן פון אלע זייטן.
מיט אהבה
דאכט זיך מיר אז @ישמעאל פעיווארט ניק מוז זיין @גאלד
וכמים פנים אל פנים
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 6:47 pm
דורך גאלד
עזריאל האט געשריבן:ישמעאל הכהן האט געשריבן:כ''פ, מיינעם קען מען נישט טעגן אבער מ'קען אים עסן פון אלע זייטן.
מיט אהבה
דאכט זיך מיר אז @ישמעאל פעיווארט ניק מוז זיין @גאלד
וכמים פנים אל פנים
ישמעאל איז דעפיניטלי איינע פון מיינע פעוועריטס, איי לאוו הים,
איבערהויפט אז מיר זענען שוין ביידע אלטע חסידים פון איין רבין זז"ג....
וואס קוקסטו מיך אזוי אן מיט אזאלכע גרויסע אויגן??
יא יא אזוי ווי די הערסט, אונז ביידע ווייקן מיר זיך בחצר רבינו שליט"א שוין פאר לאנגע יארן כולם שווים לטובה
ה"ה ערעב מייקעל סעוועדש יר"ה!
אוי ישמעאל בני, אוי בני אוי בני אוי בנייייי