בלאט 1 פון 1

שושנים #35: ביני ובינך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 12:08 pm
דורך קינד_אן_קייט

ביני ובינך
וועט מען זיך אן עצה געבן
אבער: ביני ובינך
ביז צו דער קרעטשמע, דארף מען דאך אויך לעבן...

ביני ובינך
איז עס נישט קיין שבת׳דיגער שמועס
אבער: ביני ובינך
דארף מען זיך נעמען צו דער מלאכה, גארנישט קומט נישט צופוס...

ביני ובינך
קען מיר זיך באלד זעצן צו די גמרות
אבער: ביני ובינך
אויב מ׳כאפט, איז צרות...

ביני ובינך
לאמיר רעדן צווישן פיר אויגן
אבער: ביני ובינך
כ׳ווייס נישט וואס דו ווילסט, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן...

ביני ובינך
ער איז דאך למעשה גערעכט
אבער: ביני ובינך
ס׳איז גארנישט מיט גארנישט, א שאד מאכן דערפון א גאנץ געפעכט...

ביני ובינך
וועלמיר זיך שוין דורכקומען
אבער: ביני ובינך
רוף מיר שפעטער, כ׳בין יעצט צו פארנומען...

ר׳ איד, אויב כ׳מעג
א קשיא כ׳פרעג
צווישן מיר און דיר
״ביני ובינך״, מה היא?