ביאגראפישע פילמען
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 3:20 am
איך בין נישט קיין גרויסער בקי אין דער וועלט פון פילמען, אבער פון וויפיל איך האב געזען, בין איך א חסיד נלהב פון דעם ביאגראפישע פילמען זשאנרע, המכונה biopic, און רוב מיינע בעסטע פילמען, אויב נישט כמעט אלע, ציילן זיך צווישן די סארט פילמען. ווי דעם מאמר העולם: truth is stranger than fiction, האלט איך אז ווען מען זעט לעבעדיג אראפגעמאלן א כאראקטער וואס עקזיסטירט באמת גיבט דאס די שטארקסטע מעגליכקייט ארויסצוברענגען אין דעם פילם די שטארקייטן און שוואכקייטן פון דעם מענטשליכן נאטור.
איך עפן דעם אשכול מיט'ן ציל צו דורכשמועסן און זיך באקענען איינער דעם צווייטן מיט פילמען אין דעם זשאנרע. אבער איך וויל זיך נישט קאנצענטרירן דוקא איבער די פילמען וואס דערציילן תולדותיהם של צדיקים מבטן ומלידה ועד יום מותם, נאר אויך אזעלכע וואס שילדערן געוויסע פעריאדן אין דעם לעבן פון א כאראקטער, און לייגן א שטארקע דגוש איבער די נסיונות און שוועריקייטן וואס זענען אלס דורך איבער אים אדער איר.
איך וועל אנהייבן מיט דעם פילם וואס איז ממש יעצט ארויסגעקומען:
The Theory of Everything
דאס איז איינע פון די בעסטע פילמען וואס איך האב נאר אמאל געזען. עס שפילט דעם לעבן פון דעם בארימטן סייענטיסט סטיווען האוקינג, וועלכער איז ווי באקאנט צוגעבינדן צום ווילטשעיר, נישט קענענדיג רירן קיין אבר. דער מאווי שילדערט בעיקר זיין רילעישאנשיפ מיט זיין ווייב, וועלכן ער האט שפעטער גע'גט. אויסער דעם וואס די אקטארס שפילן ממש גאוני'ש, טוט די מאווי א געוואלדיגע ארבעט אין אראפלייגן די קאמפליצירטע כאראקטער פון סטיווען און ווי אזוי זיין לעבן האט זיך אויסגעשטעלט. דא קענט איר זען אן אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט די אקטיארין וואס שפילט סטיווענ'ס געוועזענע ווייב, זשעין.
The Pursuit of Happyness
דאס איז די געשיכטע פון קריס גארדנער, א ביטערער ארעמאן וואס איז געווארן א מיליאנער. שוין פארהאן ערגעץ אן אשכול דערוועגן, ויבאו המלנקקים.
Hannah Arendt
די ביאגראפיע פון די קאנטראווערסיאלע פילאזאפין חנה ארענדט, וועלכע האט געדעקט די אייכמאן געריכט פאר די ניו יארקער, און האט אראפגעמאלן אייכמאן אין אירע ארטיקלען און אין א שפעטערדיגער ביך ווי א טראכטלאזער, כאראקטערלאזער פארשוין וועלכער האט געטון זיינע שרעקליכע מעשים נישט מכח רשעות נאר מכח נישט טראכטן. דער פילם איז זייער אינטערעסאנט פאר די וואס גלייכן אביסל פילאזאפיע און היסטאריע, און איז גאר גוט געשפילט.
Temple Grandin. דאס איז די געשיכטע פון די בארימטע אוטיסטישע פרוי טעמפל גרענדין, וועלכע האט באוויזן צו גיין אין קאלעזש און באקומען א דאקטאראט. זי האט א מורא'דיגע געפיל צו חיות, און זי האט רעוואלוציאנעזירט די וועג ווי אזוי מען באהאנדלט בהמות אין שלאכטפעלד. די אקטיארין וואס שפילט איר טוט א מייסטערהאפטיגע ארבעט. דער מאווי, אויסער דעם וואס עס איז אינטערעסאנט און הערליך, איז אינספירירינד ביז גאר.
Lawrence of Arabia
דער אלעמען באקאנטער epic שילדערט ווי אזוי אן ענגלישער גענעראל האט באוויזן צו צוזאמנעמען די אראבישע שבטים אין די ערשטע וועלט מלחמה און זיי פאראייניגן און פירן צו א זעלבסטשטענדיגע זיג. די סצענעס אין דעם פילם זענען געוואלדיג, און דער אקטיאר וואס שפילט דעם הויפט כאראקטער איז גאר כאריזמאטיש און איבערנעמענד.
אגב, דער שטערן באשרייבט די היסטאריע דערפון דעם חודש.
Capote
דאס איז א פילם געשפילט דורך סיימאר האפמאן ע"ה, אין וועלכן ער שפילט דעם כאראקטער פון Truman Capote, אן אמעריקאנער שרייבער וועלכער האט אויסגעפארשט א געוויסע מארד, און איז געווארן נאנט מיט די מערדער און צוגעבינדן צו זיי, און האט שפעטער ארויסגעגעבן א ביכל דערוועגן וועלכע איז געווארן איינע פון די גרעסטע בעסטסעללערס אין דעם פעלד. הגם איך בין נישט אזוי נתפעל פון דעם פילם בכלליות, טוט האפמאן א געוואלדיגע ארבעט אין שפילן דעם מאדנעם כאראקטער פון קאפאוטי, וועלכער איז עטוואס קינדעריש און פרויעריש, און ארום אים דרייט זיך דער גאנצער פילם.
עס זענען דא נאך אסאך אויסגעצייכנטע פילמען אין דעם זשאנרע, זאל דער עולם זיך לאזן הערן.