ירח בן יומו האט געשריבן:אין סקווירא לייגט מען די בעיבי שלאפן די נאכט פאר די ברית אין א לעדעל (איך מיין אז די לעדל בלייבט אפען א גאנצע נאכט, איך בין נישט 100% זיכער אבער אזוי מיין איך).
ס'נישט אז מ'עפענט א לעדל, נאר מ'נעמט ארויס א לעדל און מ'לייגט עס אויף צוויי בענקלעך [סעקיורד צוגעבינדן] און מ'לייגט אריין די מאטראץ דערין, אין דעם דאס קינד. און נישט נאר ביזן ברית, נאר גאנצע דרייסיג טעג, וואס אגב איז די דרייסיג טעג זייער א הארבע זאך אין סקווער - אז די יולדות זאל נישט ארויסגיין סתם, אלץ סכנה. און די טעם פונעם לעדל, איז ווייל א קינד ביז דרייסיג טעג הייסט נאכנישט קיין בן קיימא, און דערפאר אלעס וואס מ'באנייעט פארן קינד, איז אלעס נאך די דרייסיג טעג. [אלע מנהגים פון סקווירא, זענען נישט באשאפן געווארן לעצטענס, אלעס איז ממקור פון ראשונים כמלאכים וואס איז איבערגאנגען במסורה פון טאטע צו קינד, און דערפאר איז טאקע אלעס דער טאטע.. ווייל בנים מכלל דאיכא אבות.]
איך פארשטיי נישט די טעם וואס די גיבסט אן. פארוואס קען מען נישט לייגן די קינד אין א קריב אנשטאטס א לעדל?
און אפשר ביסטי מסביר די אנדערע מנהגי סקווירא ווי שטיוול, (נישט פארוואס סקווירא רבי ז"ל איז געגאנגען דערמיט נאר פארוואס דארף די המון עם עס נאכטון), זיך שערן נאר אין געוויסע זמנים
איך ווייס נישט 'אלעס', אבער וואס איך ווייס, קען איך דיר זאגן, ואידך זיל גמור, ווייל ס'דא אויף אלעס מקורות. א קריב איז א אפציעלע בעטל פאר א קינד, און א לעדל איז מעין א קעסטעלע. שטיוועל, איז א לבוש, וואס דער פריערדיגע סקווערע רבי זצוק''ל האט געוואלט דערמיט מאכן א ספעציעלע לבוש פאר זיינע חסידים, ווי יעדע חבורה האט זייער יוניפארעם וואס צייגט אוואו זיי געהערן. מיט שטיוול איז נישט לייכט צו גיין און טון וואס מ'וויל, עס פארלאנגט זיך א זהירות, דאס איז איין זאך, און ס'איז געווען א חסידישע טראגע אין חסידישע שטעטלעך אין מזרח אייראפע פארן קריג. וועגן זיך שערן, אין סקווער בכלל איז נישטא אזא זאך, מ'טוט זאכן סתם! יעדע זאך האט א ענין פון עבדות השם, א מצוה א מנהג, און יעדעס מאל וואס מ'שנייד די נעגל איז עס ליבערשט פון מיטוואך און ווייטער ס'זאל זיין לכבוד שבת, און אזוי ווען מ'שערט זיך, איז עס אלץ לכבוד יום טוב, און דאס גלייכן.
מנשה, איך האב מורא אז פון רעדן אזוי סאך וועסטי נאך גלייבן אז ס'איז אמת. פון דיינע ווערטער קען מען מיינען אז יעדעס מאל א סקווירער גייט הכנות, האט ער עפעס ספעציעלע כוונות. איך מיין אז די בעסטע תירוץ איז ווי די אליינס שרייבסט אז סקווירא רבי האט געוואלט מאכן א יוניפארם פאר זיינע חסידים. איך בין נאר מחולק מיט דיר ווייל איך האלט אז סקווירא רבי ז"ל איז געווען מער דערהויבן פון דעם און ער האט נישט געזיכט צו פארטושן מוחות. די מנהגים איז מסתמה איינגעפירט געווארן דורך אפאר שווענץ וועלכע האבן געוואלט אויפציען א דור וואס איז געברעינוואשט און האלט זיך סופיריאר פון די רעסט אוו כלל ישראל. קען אויך זיין אז די רביצין טראנה האט דאס אינטערגעשטיצט, כידוע אז די איידיע פון קפעידות אין סקווירא, האט זי מיטגעברענגט פון בעלז.
יעצט לגבי די לעידל, ביסטי נישט מסביר פארוואס מ'קען נישט לייגן דאס קינד אין א פארטעבעל קריב און נאך דרייסיג טעג לייגן אין א געהעריגע. לגבי שטיוול מוז איך מודה זיין אז ס'שווער צו טון עבירות ווייל ס'פשוט נישט מעגליך צו האבן א פאר שיך ביי די זייט און עס אנטון לעת הצורך. און לגבי זיך שערן, פארוואס זאל מען זיך נישט שערן לכבוד שבת? איז דאס דען נישט אן ענין אין עבדות ה'? מ'זעהט אסאך מאל סקווירא בחורים און יונגעלייט וואס זענען אזוי באוואקסן אז ס'איז אן עקל.
אין געוויסע קהילות קדושות פירט מען זיך ווי די מנהג וואס ווערט געברענגט אים מהרש"ל צו מאכן א קוגל אויף שבת הגדול פון די מעל פון פסח, און מ'איז תולה אז אויב איז געווען א תערובות חמץ האט מען עס שוין אויפגעגעסן פאר פסח.
איך ווייס נישט צו דאס איז מנהגי ישראל אדער מנהגי הונגאריע, אדער מנהגי שגעון. קען מיר איינער ערקלערן די פשט פון רופן די ווייב מיט ניק נעימס? פרעג מיין 'אידענע', איך דארף רעדן צו מיין 'בני בית'.
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
דער מנהג איז אין רוב רובם חסידישע קהילות צו זאגן הלל ערב פסח בשעת'ן באקן מצות, ווייניג ווייסן אבער אז דאס ווערט בכלל נישט דערמאנט אין טור בית יוסף שולחן ערוך ונושאי כלים ! ,
א) די ערשטע מקור אויף דעם זעט מען אין ספר שירי לויים לרבי יצחק מוכיח אב"ד טרעבאלוו וזסלב (נדפס לראשונה בלובלין שנת ת"מ ) פרק ד ניסן - אלול , וזה לשונו : ואנשי המעשה נהגו לקרות הלל המצרי בשעת אפיית מצות מצוהזכר לשחיטת קרבן פסח,
ב) בספר חמדת ימים סדר קרבן פסח, קושטא תצ"ה ,
ג) בעבודת הקודש להחיד"א (וכן היא בסידור האריז"ל לרבי שבתי) נהגו לשורר בעריכת המצות ערב פסח ההלל , זכר להלל שהיו אומרים בעשיית הקרבן פסח ,
ד) דער יסוד ושורש העבודה (שער תשיעי) שרייבט אויך. ראיתי בספרים לומר הלל בעת לישה ועריכה ואפיית המצות של מצוה דוגמת עשיית קרבן פסח ,
מקור אויף זאגן הלל ערב פסח "מיט א ברכה"
מנהג מיוחד זעט מען ביי חסידי טשערנאביל אז זיי זאגן הלל ערב פסח מיט א ברכה , א מנהג וואס זיי טוען עס וויבאלד זיי האבן עס בקבלה פון דער מאור עיניים דער מיסד השלשלת שקיבלו מאליהו הנביא , א סיפור איז געווען ביי הרה"ק ר' איציקעל סקווירער (בן המגיד מטשערנאביל) אז א איד האט אנגעפרעגט הרה"ג ר' נפתלי צבי מאץ אבדק"ק סקווירא , סמך להנהגה זו , ר' נפתלי צבי איז אריין צום רעבין פרעגן דער שאלה , דער רעבי האט אום גארנישט געענטפערט דעמאלדס. פארן ארויס גיין האט ער נאכאמאל געפרעגט וואס ער זאל ענטפערן פאר דעם שואל , האט אום ר' איציקעל געזאגט. אויב וואלסטו געטראפן און שערי תשובה בשם עפעס אן אחרון פון 20 יאר צירוק וואלסטו געווען צופרידן ?! היינט אז איך זאג דיר אז איך האב עס געהערט פון מיין טאטע וואס ער האט עס געהערט פון זיין טאטען וואס ער האט עס בקבלה פון אליהו הנביא , פרעגסטו וואו איז דער מקור ?! , (כאטש. אז אויף דעם אליין דארף מען מברר זיין אויב אליהו הייסט נישט תורה מן השמים , וואס מען קען זיך נישט רעכענן מיט דעם וויבאלד תורה לא בשמיים היא , אבער למעשה נעמען רוב אן אז אליהו נקרא "איש" כן היא בתוס' יו"ט -עדיות, ואכמ"ל)
למעשה איז כדאי צו צו צייכענן א מקור לדבר פון די ספרי הראשונים ,
א) לפי שיטת רש"י וואס האלט אז מען איז נאר יוצא אפילו בדיעבד נאר מיט ערב פסח מצות , וויבאלד עס איז צוגעגליכן א היקש גמור לקרבן פסח , ואין היקש למחצה , במילא קומט די הלל ביי אפיית המצות מיט א ברכה כמו בזמן הבית, ( אינטערעסאנט איז אז ר' חיים פאלאגי שרייבט אז לכאורה דארף מען אויך דעמאלדס בלאזן שופר ! זכר למקדש )
ב) ספר המכתם - וכן לומד המאירי פשט )(מס' פסחים קטז. ב ,) וזה לשונו : ובמסכת סופרים פרק כ הלכה ט , שם בעמצע "מפני שכבר בירכו בבית הכנסת בערב פסח" וכו. תעיין שם,
ולשון המאירי : והוא שהיה מנהגם לקרוא את ההלל בבית הכנסת "מבעוד יום" זכר להלל שבעזרה שהיו אומרים בשעת שחיטת הפסח ,
ג) מהר"י מיגאש (רבו של רש"י הקדוש) בתשובותיו (שו"ת הר"י מיגאש סימן מד,
ד) בשולחן הטהור להרה"ק מקאמארנע , ... וכן אם הוא מהלל את קונו בשירים והודאות או אומר הלל ערב פסח על המצות ומסיים בא"י מלך מהולל בתשבחות , בכל זה מצוה וזכות הוא לו ולא עבירה,
ה) בשבט יהודה ( לר"ש ווירגה הרופא, לעמבערג תר"ז עמוד מב,) אז אזוי האבן זיך געפירט אנשי ירושלים. און עס איז גוט פאר יעדען צו טון אזוי ,
ו) במכתבי הגה"צ מבילגרייא בשם אחיו הרה"ק מהר"א בשם אביו הרה"ק מהרי"ד מבעלז, (א , כמו שמובא בלבוש כי כאשר נמצאים רוב אנשי העיר ביחד יכולים לברך ברכת הלל גם כשהוא מחמת מנהגא ולא מדינא , כמו ראש חודש וכדומה, וה"ה בער"פ שנקבצו כולם יחד, לכן יכול לומר הלל בברכה,
(ב ,כי היות שצדיקי טשערנאביל הרגישו בשעת אפיית המצות קדושה גדולה כזו וכו. וע"ז הוסיף מהר"א מבעלז על טעם שני , א חסידישע טעם ! ( כעין זה מצאתי במכתבי ר' שימעלע דזשעליכאווער זצ"ל , הגדרה נפלאה , אז שבת איז שייך מקדים צו זיין בעפאר זמן כניסת השבת, משא"כ פסח איז הייליגער און עס איז נישט שייך מקדים צו זיין קדושת פסח לפני זמנו, אחוץ איינער בעולם וואס דאס איז דער מגיד מטשערנאביל זצ"ל וואס ער האט געקענט מקדים זיין קדושת פסח שלא בזמנו..)
וויפיל מאל זאגט מען הלל :
אין רוב פלעצער זאגט מען איין מאל , למשל אלעסק , ראפשיץ , ספינקע , בעלז , מונקאטש , נאוואמינסק , וויזניץ , פאפא , ועוד ,
געוויסע זענען זיך נוהג צו זאגן דריי מאל הלל , וואו למשל קודינוב , קאסאן , באבוב , וכן נהג ר' יצחק מסטוטשין ,
עס זענען דא וואס זאגן בכלל נישט הלל ערב פסח , וכן נהג ר' איציקעל מנעשכיז , וכן המנהג בביאלה ,
שבת ערב פסח אם אמרו הלל או לא:
דער מנחת אלעזר שרייבט אז אויף אזא פאל זאל מען נישט זאגן הלל בכלל ! ווייל עס איז נישט קיין טאג וואס חז"ל האבן מחייב געווען, במילא גייט עס אריין אין די כלל פון הקורא הלל בכל יום, שנקרא מחרף ומגדף (שבת קיח) וכן נהג הרה"ק מקלויזנבורג זצ"ל, וכן מנהג הספרדים שלא לומר אז הלל , דער ויחי יוסף האט געמאכט א פשרה בשנת תשמ"א אז ער האט נאר געזאגט האלב הלל , (דלפי החכמת שלמה כשאומרים בדילוג לא נקרא מחרף ומגדף ) דער צבי לצדיק מבלאזוב זצ"ל פלעגט מכבד זיין זיין זון צו זאגן הלל אין אזא יאר כשחל שבת בערב פסח ואפאו בערב שבת ,
למעשה פירן זיך כמעט אלע קהילות יא צו זאגן הלל אפילו אין א יאר שחל שבת בערב פסח ,
[tag]ונבנתה העיר[/tag] און פארוואס ברענגסטו נישט דער המשך הגמ' ולא קריתי לשורי שורי אלא שדי? קענסט איינער וואס רופט זיין קאר שדי? בכלל, קוק אריין אין רש''י דארט אויפ'ן פלאץ וועסטו זעהן אז דער הנהגה איז געווען א וועג ארויסצוברענגען די חשיבות פון יעדער זאך, קיין שייכות צו די היינטיגע התנהגות וואס קומט פון א קראנקע גילט פילינג ווען מ'רעדט וועגן די פרוי. פארקערט די גמרא האט א געזונטער נטורליכער צוגאנג צו פרויען. אויב שוין א גמ' קענסטו ברענגען לישדר לה מר לילתא וואו ר' נחמן רעדט וועגן זיין ווייב רופנדיג איר מיטן נאמען.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
רעדנדיג פון מנהגים - בפרט יעצט בעפאר פסח, איז אוממעגליך נישט צו דערמאנען די מנהג וואס מאנכע גרויסע חסידות'ער פירן זיך, אז מען רעדט נישט אויס דעם גאנצן סדר מתחילתו ועד סופו! איך פארשטיי נישט די כוונה דערין, נישטא קיין סיפור יציאת מצרים, והגדת לבנך... מען זאגט אלעס אפ אין לשה"ק פון קדש ביז נרצה... ווייסט איינער א מקור צו דעם אומפארשטענדליכן מנהג?