בלאט 1 פון 2

עיר אזיא פלייט QZ8501 געקראכט אין וואסער

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:47 pm
דורך לאליפאפ
א עירבאס A320 וועלכע איז ארויסגעפלויגן פון אינדאנעזיע אויפן וועג קיין סינגאפאר איז פארשוואונדן געווארן מיט איבער 160 פאסאזשירן העכער אינדיאנעזישע לופט ספעיס.

קיו זי 8051 איז ארויסגעפלויגן פון שטאט סוראביע אום 5:20 פארטאגס לאקאלע צייט אין אינדאנעזיע און האט פארלוירן קאנטאקט מיט די טרעפיק קאנטראלערס ארום א שעה שפעטער אום 6:17 לאקאלע צייט, די פליגער איז געווען ערווארטעט אין סינגאפאר אויף 8:30.

די אויטאריטעטן געבן יעצט איבער אז די פליגער האט געבעטן א אומגעווענליכע רוט מינוטן פאר זי איז פאשוואונדן געווארן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:48 pm
דורך שמעקעדיג
Shocks !!!!!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:52 pm
דורך לאליפאפ
פארהאן קעגנזייטיגע באריכטן 155 אדער 162 פאסאזשירן.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:15 pm
דורך יתרו
לאלי פאפ וואס מיינט אומגעווענליכע רוט מינוטן?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:26 pm
דורך ישראל קאפקע
ארויסגעפלויגן פון סוראַבאַיאַ אין אינדיאנעזיע, געווען ערווארטעט אין סינגאפאר 8:30 לאקאלע צייט.
לעצטע פארבינדונג אום 6:17 צופרי לאקאלע צייט.

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:29 pm
דורך שמעקעדיג
געענדיגט מיט באואינג, יעצט איז די רייע אויף עירבאס? פחדים נוראים!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 11:32 pm
דורך איך אויך
שמעקי איך לאז דיר נישט פליען אין יענע געגנט! דו הערסט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:03 am
דורך לאליפאפ
לאליפאפ האט געשריבן:פארהאן קעגנזייטיגע באריכטן 155 אדער 162 פאסאזשירן.

מן הסתם 162 מיט די פלייט קרו.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:01 am
דורך [NAMELESS]
בד''ה.
געטראפען די צוקראכטע עראפלעין

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:27 am
דורך שמעקעדיג
איך זעה עס נישט אין די נייעס?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:34 am
דורך [NAMELESS]
@AlwaysActions: BREAKING: #AirAsia plane wreckage found off Belitung Island - reports #QZ8501 @dailyrapid

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:35 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל איז די בעסטע נייעס קוואל! אין בודקין מן המזבח ולמעלה!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:43 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:44 am
דורך אפטעמיסט
די פליגער פעלט נאך. די אלע אויבנדערמאנטע נייעס באריכטן זענען שטותים.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:39 am
דורך elter-zeide
דא איז דע ריכטיגע בילד אין אינפארמעשען פין דע פליגער וואס פעלט, א צוויי מאטארדיגע bus air 320!
דאס בילד פון "ישראל קאפגע" איז א 340 air bus וואס איז א 4 מאטארדיגע פליגער!

http://www.planespotters.net/Aviation_P ... ?id=265890

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:53 pm
דורך שמעקעדיג
נאך אלץ נישט קיין נייעס ?????
געוואלד און געשריגן! כ'קעניש שלאפן רואיג!!!!!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:00 pm
דורך ישמעאל הכהן
דארפסט נישט שלאפן יעצט, ס'איז העל טאג

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:15 pm
דורך גאלד
איך שלאף ווי בעיבי,
איך גלייב די געלע מענטשן אין ווייטן אזיע וואלטן פונקט אזוי גוט געשלאפן ווען ס'וואלט חלילה פאסירט ביי אידן אין אמעריקע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 4:13 pm
דורך שמעקעדיג
גאלד, לו יהא כדבריך, אבער כ'מיין נישט דוקא געלע אדער גרינע מענטשן, כ'מיין בכלליות דער זיכערהייט פון פליען.
אבער סאמהוא טוט מיר וויי אפילו געלע מענטשן (וואטעווער דעט מיענס), ווי האט נאר כוכב געשריבן: רחמנות באשטעלט מען נישט ביי עמעזאן, ודפח"ח

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 4:44 pm
דורך נתן מנחם
שמעקעדיג האט געשריבן:גאלד, לו יהא כדבריך, אבער כ'מיין נישט דוקא געלע אדער גרינע מענטשן, כ'מיין בכלליות דער זיכערהייט פון פליען.
אבער סאמהוא טוט מיר וויי אפילו געלע מענטשן (וואטעווער דעט מיענס), ווי האט נאר כוכב געשריבן: רחמנות באשטעלט מען נישט ביי עמעזאן, ודפח"ח



זיכערהייט פון פליען???? די ווייסט אז מער מענטשען שטארבען טעגליך פון קאר עקסידענטען ווי א יאר עראפלאנען. די פארסט נישט אין א קאר וועגען זיכערהייט? פליז האב נישט קיין שלאפלאזע נעכט וועגען ערעפלאנענן וואס פליען אריין איבער דעם סמבטיון אדער אריין אין די פתח פון גיהנום.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:03 am
דורך קאסטנער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:דארפסט נישט שלאפן יעצט, ס'איז העל טאג


די כולל אינגעלייט כאפן די שינת צהרים עקזעקטלי 2:00 ,
ווי עס שיינט איז שמעקדיג פין דעי,

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 1:00 am
דורך שמעקעדיג
העי גילוי!!
כ'בין מודה, כ'שלאף טאקע א שינת צהרים אין כולל, איין טיש אוועק ווי יאיר לערנט בחברותא מיט ציבעלע קוגל. באט ביטע נישט פארציילן ברבים.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:09 am
דורך לאליפאפ
40 גופות זענען שוין ריקאווערד פון די שטח ווי מ'גלייבט אז דער פליגער האט געקראכט.