בלאט 1 פון 1

פירוש המבי"ם (מאטי בן יאיר משלתו) על משלי יאיר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 2:20 am
דורך מאטי
אמר המחבר: ווער בין איך בכלל צו באגרייפן אפילו אפס קצהו פון דעם גרויסקייט און טיפקייט פונעם כותב, אבער וויבאלד כ'האב געזען אנשי צל קורתי וואס מוטשען זיך צו פארשטיין די טיפקייט פון די דיבורים, לכן אמרתי לעצמי דאס ביסל וואס מיין מוח האט יא אויפגעכאפט וועל איך מיטיילן מיט מיין חבורה, ואולי וועל איך האבן צוגעטראפן אפילו בלויז א טייל צום אמת'ן מחשבת הכותב, ובזה החלי:

די געדאנקען פון יאיר בן ק"ש, א שרייבער פאר אידן.


דאס שיינקייט פון אמת איז איר פשוט'ער קליידונג.

די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן.


מבי"ם

וויבאלד דער כותב זאגט אז מ'טרעפט דעם אמת אין איר "פשוט'ע קליידונג," טוט ער דערפאר צולייגן אז די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן ווי צו זאגן "יא, דאס וואס דו זעסט אין די וועלט די אלע חי'שע געפירעכטס האט אין זיך בעצם די שיינקייט פון אמת/נאאיוויטעט, וואס איז בעצם די זיסקייט פשוט'קייט פון א בעבי.

זוך דאס פארשטענדליכקייט אין דאס אומפארשטענדליכע;

אנערקען דאס אומפארשטענדליכקייט פון דאס פארשטענדליכע;

און פארמייד דיך נישט פון אנטדעקן דאס זעלבסטפארשטענדליכע.


מבי"ם

זוך/אנערקען/אנטדעק. דריי ענדליכע אויסדריקן און די חילוקים צווישן זיי, ווי פאלגענד:

"זוך דאס פארשטענדליכע אין דאס אומפארשטענדליכע"

"זוך"
פאסט זיך צוזאגן ווען מ'זוכט אפילו מ'ווייסט בכלל נישט צו מ'גייט בכלל עפעס טרעפן, דערפאר איז פאסיג דאס לשון "זוכן" ווען ס'איז נאך אינגאנצן אומפארשטענדליך.

"אנערקען דאס אומפארשטענדליכקייט פון דאס פארשטענדליכע"

"אנערקען"
פאסט זיך ווען מ'האט שוין א געוויסע פארשטאנד אז ס'איז עפעס פארהאן אונטער דאס באהאלטענע אין מ'דארף בלויז זיך האלטן נישט צו ווערן פארבלענדעט פון די שטרויכלינגן וואס ברענגן צו די זאך. דערפאר זאגט דער כותב דעם לשון "אנערקען" ווען ס'הייבט דיר אן צו ווערן פארשטענדליך,

"און פארמייד דיך נישט פון אנטדעקן דאס זעלבסטפארשטענדליכע."

"אנטדעק"
דאס זאגט אז די זאך אז שוין ידוע לכל, "זעלבסטפארשטענדליך" מ'דארף אבער אויפדעקן דעם שיכט און איר מגלה זיין, דערפאר זאגט ער דאס לשון "אנטדעק" ביי דאס זעלבסטפארשטענדליכע.


א פעסימיסט כאפט זיך אן אויף די גרעניצן פון דער וועלט און בלייבט דארט שטיין.

אפטימיזם איז א פאלשע גלויבן וואס ברענגט אמת'ע רעזולטאטן.


מבי"ם
דאס איז א באלערנדע דבר והפיכו. די גרעניצן אויף וואס דער פעסעמיסט כאפט זיך אן זענען טאקע אמת'ע, קיינער קען אים טאקע גארנישט זאגן אדער אפווענדן, דא קומט אבער אריין דער אפטעמיסט וואס טענה'ט זיך נישט אויף די ווארהייט פונעם פעסעמיסט, ער בויעט זיך אויף זיינע אייגענע, אפשר פאלשע אילוזיעס, אבער וואס דערהאלט אים "באמת" דורכצוגיין זיינע שוועריקייטן.

א הייליגער ליגן איז מטמא די וואס רירן עס אן.

רעספעקטיר מענטשן; נישט זייערע באפעלן.

האב ליב גאט; נישט זיין באשאף.

אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס.


מבי"ם
די אלע פיר עקזעמפלארן זענען אייניג דערמיט וואס מענטשן וועלכע לעבן אויבערפלעכליך, אנע טיפערע מחשבה, מאכן דערביי דעם זעלבן טעות, אין א בחינה פון "אל תסתכל בקנקן אלא מה שיש בו"  אויף ביידע זייטן. דאס הייסט: אמאל איז דער קנקן שיין און דער יש בו מיאוס, און אמאל פארקערט. דארף מען נוצן דעם שכל והרגש צו מאכן דאס ריכטיגע באשלוס הכול לפי ראות עיני השכל,. ווי פאלגענד:

א הייליגער ליגנט איז טאקע דער "יש בו" הייליג אבער איר "קנקן" איז ליגנט. צום ביישפיל; זאמלען געלט דורך נישט אויסגעהאלטענע וועגן פאר א הייליגע צוועק, דאס הייליגער "יש בו" קען אודאי נישט מחפה זיין  אויפן "קנקן," די כלי וואס מ'נוצט צו שאפן דאס געלט.

"רעספעקטיר מענטשן נישט זייערע באפעלן"

באפעלן איז דער "יש בו" וואס קען טאקע אמאל דערהערט ווערן, אדער אויסגעדריקט ווערן, נישט אויפן ריכטיגן וועג, אבער דאס "קנקן"  דער מענטש, טאר נישט גלייך ווערן אפגעשטעמפלט אלס א שלעכטער, מ'דארף וויסן ווי אזוי אפצוטיילן דאס געזאגטע פון דעם זאגער.

"האב ליב גאט; נישט זיין באשאף."

די זעלבע איז מיט "גאט," אמאל זעט דער מענטש געוויסע זאכן אין די בריאה וואס לפי קוצר המשיג קוקט אים אויס ווי א חסרון, זאל ער געדענקן דעם "קנקן," און אים נישט אפלערנן לויט די געוויסע 'כמו' חסרונות אין די בריאה.

"אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס."

מילך פון א מאמע איז במשקל ראשון דאס זיסטע, טייערסטע, לויטערסטע קנקן וואס איז נאר פארהאן. אבער אויב ס'איז ח"ו פארדארבן, דאן קוק אויפן "יש בו" דאס פארדארבנקייט, למרות די געפילן וואס לאזן נישט, און דיקטירן צו מחשיב זיין דעם "קנקן."


אנערקען דיין נישטיגקייט אין די ענדלאזע בריאה;
פארגעס נישט דיין גרויסקייט אז דו קענסט עס אנערקענען.


מבי"ם
דאס איז תלוי הא בהא, אויב דו אנערקענסט דיין נישטיגקייט בלויז א קעגן די ענדלאזע בריאה, און נישט נישטיגקייט לשם נישטיגקייט, דאס וועט איבערלאזן פלאץ פאר עפעס פון דיין גרויסקייט איר צו אנערקענען. ח"ו שפירן א נישטיגקייט ביחס צום מענטש אליינס, דאס פירט צו עצבות און לאזט זיכער נישט פלאץ צו אנערקענען אין די שיינע וועלט.


נעם אן טובות ווייל עס קומט זיך דיר; באדאנק זיך ווייל יענער קומט דיר נישט.


מבי"ם
דאס איז א טיפע חכמה, צו קענען אפטיילן דעם חלק המחשבה וואס זאגט "ס'קומט מיר" אבער נישט אריינפאלן אינעם נעץ פון; "יענער איז מיר שולדיג." כל העולם לא נברא רק בשבילי' איז טאקע געוואלדיג צו קענען שטייגן אויפן לייטער פון שלימות, אבער געדענק! קיינער קומט מיר גארנישט.


דער אטעאיסט רופט אן גאט מיט אנדערע נעמען.


מבי"ם
דער כותב ברענגט ארויס לכאורה, אז אפילו דער אטעאיסטישער נפש דארף אויך צוקומען אינעם טאג טעגליכן לעבן צו געוויסע תכונות, אזעלכע וואס דער מאמין שעפט פון זיין גאט, כגון: האפענונג, טראסט, ליבע, זעלבסט-ווירדע, וכדומה, דער אטעאיסט שעמט זיך אבער דאס אנצולייגן אויף א כח עליון, אדער גאר פארקערט; פאר דעם מאמין איז פשוט גרינגער דאס אנצולייגן אויף גאט, בסך הכל באקומען ביידע די זעלבע רעזולטאט.

מען קען נישט באפרייען אן ארעסטאנט פון א תפיסה וואס ער האט זיך אליין געבויט.


זה פשוט


מאטעמאטיק איז דער שפראך פון די
אוניווערס; ליבשאפט איז דער שפראך פון דעם מענטש.


מבי"ם
ס'איז פארהאן אומצאליגע וויסענשאפטלער וואס האבן זיך געשפילט מיט מאטעמאטיקס אפצולערנען דעם טיפן אוניווערס ווי אויך דעם טיפקייט פון דעם אין סוף. לדוגמאות שונות עין כאן וכאן


ליבשאפט איז א שפראך וואס רעדט צו אלע מענטשן אייניג, ווייל ס'איז פשוט נישטא וואס צו פארשטיין געבן, אדער שפירט איר ליבע דאן איז יעדער הסבר איבריג, אדער שפירט איר נישט ליבע און ס'איז בעצם נישטא וואס מסביר צו זיין.


וויסנשאפט איז צו קלוגשאפט וואס נומערן זענען צו מאטעמאטיק.


מבי"ם
דא רעדט דער כותב דייקא צו קלוגע בטבע, אבער אומוויסענדע לייט, זייט וויסן אז אייער קלוגשאפט גייט לטמיון, פונקט אזוי ווי אנע נומערן, איז מאטעמאטיק ווערדלאז.

דאס גוטס פון דעם שלעכטקייט איז דאס שלעכטקייט פון דעם גוטס.


אלעס איז רעלאטיוו, אריינגערעכנט דאס רעלאטיוויטעט.


לאגיק שטייט אויף פאראדאקסן – וואס איז אליין א פאראדאקס.


מבי"ם
די אלע דריי האבן א שייכות, די לעצטע איז ווי אן אויספיר צום פריערדיגע, און דאס פריערדיגע צום ערשטן, ווי פאלגענד:

"דאס גוטס פון דעם שלעכטקייט" דאס הייסט: רעלאטיוו צום שלעכטן בילד זעט זיך דאס אן ווי גוטס, "איז דאס שלעכטקייט פון דעם גוטס" ווייל רעלאטיוו צום גוטן בילד זעט זיך דאס ווי שלעכטס. אלזא די זעלבע מציאות זעט אויס אמאל גוט און אמאל שלעכט געוואנדן אין דעם בילד ארום איר.

וועסטו געוויס מיינען אז דו וועסט זיין א חכם און פרובירן אפשיידן סיי דאס שלעכטע בילד, און סיי דאס גוטע בילד, כדי צו בלייבן מיטן בלויזער מציאות, און איר דיאגניזירן מיט אביעקטיוויטעט. אויף דעם פירט אויס דער כותב אז "רעלאטיוויטעט איז אויך רעלאטיוו" און דערנאך "לאגיק שטייט אויף פאראדאקסן וואס איז אליין א פאראדאקס."
דאס הייסט; אז ס'איז בעצם נישטא א געוויסע מציאות וואס שטייט פאר זיך, ניטאמאל "רעלאטיוויטעט" שטייט פאר זיך זי איז רעלאטיוו, ווייל בעצם איז זי נישט מער ווי לאגיק. און לאגיק האט אויך פאראדאקסן און די פאראדאקסן האבן פאראדאקסן.

אלזא לאזט דעם מציאות וואו זי איז.




המשך יבא בלי נדר.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:26 pm
דורך יאיר
עס איז מיר א געוואלדיגע כבוד אז ידידי החכם ופילוסוף אלקי ר' מאטל (נישט פארטוישן מיט דעם וויין סוחר) האט זיך גענומען די מיה צו שרייבן א פירוש אויף מיין חיבור.
בעצם וואלט מאטי געקענט שרייבן זיין אייגענעם משלי, נאר משום איזה סיבה האט ער בוחר געווען צו זיין תולה משלתו באחרים, און נאך צוגעלייגט מיט ענוה אז ווער איז ער צו פארשטיין וכו'. אנטשולדיגט ווער ביסטו? מאטי! אפשר איז דא א פסוק אויף די פסיכאלאגיע דערפון אין משלי יאיר, מדארף אויפזוכן.
לעצם הענין האב איך שטארק הנאה פון דעם פירוש. אין טייל פלעצער האט ער טאקע מבאר געווען כוונת הכותב, אין אנדערע האט ער אויסגעברייטערט מיינע אייגענע געדאנקען וואו איך האב נישט געכאפט אז מען קען דאס טון. אין נאך אנדערע ערטער האט ער מחדש געווען פרישע משלים שלא ציויתים ולא עלו על ליבי. דאס ווייזט אז א פסוק אין משלי יאיר איז כפטיש יפוצץ סלע. וואס מער פאלשע פשטים מען קען אריינלערנען אלס א גרעסערע סלע :lol:
איך האף נאכצופאלגן מיט מיינע הערות בתור מפרש, נישט בתור מחבר.