בלאט 1 פון 3

"שושנים" שטים בודקע א'

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 3:56 pm
דורך כוכב
ברוכים הבאים צום "שושנים שטים בודקע".

נאך דעם קאלאסאלן סוקסעס פונעם שושנים פאעזיע פארמעסט, ווען עס איז אריינגעקומען 36 הערליכע פאעמעס, זענען ארויפגעקומען עטליכע מהלכים ווי אזוי אפצוהאלטן די וואלן אויסצואוועלן די שענסטע ווערק. למעשה זענען מיר געבליבען ביי די מסקנא אז מ'זאל פשוט צוטיילן די 36 שטיקלעך אין דריי גרופעס, און מ'זאל וועלן פאר יעדע גרופע באזונדער.

עס וועט ארבייטן אזוי:

  • היינט עפענט זיך די שטים בודקע פאר די ערשטע 12 פאעמעס.
  • מארגן מאנטאג וועט זיך עפענען די שטים בודקע פאר די פאעמעס פון נומער 13 ביז נומער 24.
  • דינסטאג וועט זיך עפענען די שטים בודקע פאר די פאעמעס פון נומער 25 ביז נומער 36.
  • אלע מעמבערס וואס האבן שוין געשריבן 20 הודעות אדער מער קענען שטימען.
  • אין יעדע שטים בודקע קענט איר שטימען פאר די דריי פאעמעס וועלכע איר ווילט זעהן צווישן די פיינעליסטן.
  • אויב איר האט עטליכע ניקס, ביטע נאר שטימען מיט איין ניק.
  • אלע שטים בודקעס פארמאכן זיך דריי טעג נאכ'ן עפענען. דאס מיינט אז מיטוואך וועלן מיר האבן די דריי געווינער פון די ערשטע שטים בודקע, דאנערשטאג וועלן מיר האבן די דריי געווינער פון די צווייטע שטים בודקע, און פרייטאג וועלן מיר האבן די געווינער פון די דריטע שטים בודקע. דאס מיינט אז פרייטאג וועלן מיר האבן די 9 פיינעליסטן פאר די שושנים פאעזיע פארמעסט.
  • קומענדיגע וואך וועלן מיר עפענען די שטים בודקע פאר די ענדגילטיגע וואלן, וואו מ'וועט אויסקלויבן די פיר געווינער פון דעם פארמעסט פון צווישן די 9 פיינעליסטן.

אלע פיר געווינער וועלן זוכה זיין אין א ווערדפולן פרייז צו פייערן זייער זיג און צו אנערקענען זייער טאלאנט.

דער וואס וועט באקומען די מערסטע שטימען וועט געקרוינט ווערן אלס דער געווינער פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט, און ער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $100

דער צווייטער געווינער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $50

די דריטע און פערטע געווינערס וועלן זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $25.


א גרויסן ישר כח פאר דעם נדבן מחשובי חברינו, הרוצה בעילום שמו.

קוקט איבער די ערשטע 12 פאעמעס אין דעם "גן של שושנים", און מאכט אייער באשלוס. וועלכע דריי דארפן לויט אייער מיינונג זיין צווישן די געווינער?

[center]<<קומט דא אריין, און געט אפ אייער שטימע אין דעם ערשטן שטים בודקע>>[/center]

געדענקט צו וועלן פאר דריי פאעמעס אויף איינמאל. וועלט מיט ישוב הדעת - מ'קען נישט טוישן נאכ'ן שטימען, און מ'קען נישט צוריקקומען און שטימען נאכאמאל אויב מ'האט נישט געשטימט פאר אלע דריי.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:22 pm
דורך [NAMELESS]
אפגעגעבן מיין שטימע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:26 pm
דורך אפטעמיסט
די עמעזאן גיפט קארדס איז א וויץ אדער ערענסט? מיין סארקאזם דיטעקטאר איז צעבראכן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:32 pm
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי אז ס'א וויץ
לעצטע מאל האבן די געווינערס באקימען א ספעשעל בעננער ביי זייער נאמען

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 4:33 pm
דורך יין שרף
אפגעגעבן מיין שטימע, בטעות נאר פאר איין פאזיע ... :roll: :oops: :evil: :אויוויי:

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:15 pm
דורך כוכב
די ריווארדס זענען בכלל נישט קיין וויץ. נאר א טאקען אוו אפרישיעישאן פאר אונזערע טייערע שרייבער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:22 pm
דורך כוכב
עס איז נישט קיין עוולה צו זאגן פאר וועמען מהאט געוועלט.
עס איז א חוב קדוש פאר יעדן איינציגן ניק מיט 20 תגובות אנטיילצונעמען אין די וואלן גארנישט ווייניגער ווי די חוב קדוש פון אי''ש צו לייגן בלומען ביי די פאליציי שיסעריי סצענע.
יעדער ניק וואס עקזיסטירט נאר, באהאלטענע צי אפענע, ווארט נישט איך זאל אייך טעגן, גיט אפ אייער שטימע ווי אמשנעלסטנס.
#פרייע קאטטאן קענדי ביי די רעכטע אריינגאנג

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:26 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]כוכב[/tag], קיבלתי באישי:
איך האב געשריבן א פאעם פאר די פארמעסט. איך האב נישט געשריבן נאך גענוג תגובות צו וועלען. קענסט פרעגן כוכב?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:26 pm
דורך לעיקוואד
ווי גייט מען שרייבען די טעמי המצוות פארוואס מהאט געוועלט אזוי אדער אזוי?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:37 pm
דורך לעיקוואד
מ'קען וועלן פאר די אייגענע?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:45 pm
דורך ונבנתה העיר
יא.
---
אמרתי

א בריוול פון דעם בית הכבוד

גיבורים ביד חלשים

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 7:51 pm
דורך לעיקוואד
געווען א שווערע טשויס, הרבה ראוים לאותו איצטלא, צו'ם סוף בין איך געגאנגען בדרך השירה און געוועלט פאר די דריי וואס האבען די מערסטע מיר בארירט צו וועלן פאר זיי.. איז סארי איך ווייס נישט פונקט מסביר זיין, אפשר מיט א פיוט וועט איר פארשטיין..

א גוט ווארט
ימי בינה
או חברותא

א גוט ווארט געוואונט פאר'ן האבען די מערסטע אגריעבעל מעסעדזש. ימי בינה פאר די מערסטע קונסטליכע פראזען. או חברותא פאר די בעסטע ארויסגעברענגט קאמפלעקס א הרגש.

קען זיין איך בין בייעסד ווייל נישט אלע האב איך מעיין געווען מיט די זעלבע אריכות ועומק, וואס זאל מען טוהן כבין נאר א מענטש..

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:09 pm
דורך יין שרף
יין שרף האט געשריבן:אפגעגעבן מיין שטימע, בטעות נאר פאר איין פאזיע ... :roll: :oops: :evil: :אויוויי:

עבד שרבו מוסר לו לצבוע לשלשה ובחר רק בחד כלום תקנה יש לו??? [tag]קעלנער[/tag] [tag]כוכב[/tag]

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:12 pm
דורך פישלע העררינג
ימי בינה - פיוט בעומק

א גוט ווארט - שיינע נושא

א בריוול פון דעם בית הכבוד - הומאריסטיש

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:15 pm
דורך לעיקוואד
אפשר איז בעסער נישט שרייבען עס זאל נישט משפיע זיין די פאלס..

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 8:24 pm
דורך כוכב
מקען יא שרייבן ווייל יעדער טוט ממילא וואס ער וויל...
קען זיין מיין וואוט איז די מערסטע בייעסד ווייל איך ווייס ווער סהאט אלעס געשריבן אבער כהאב דאך א רעכט צו שטימען...
איז איך וועל לכאורה שטימען פאר ימי בינה און אמרתי וואס האבן מיר געלערנט א דערהער אין קונסט און א לעקציע בדרכי הכתיבה והסגנון און די דריטע שטימע וועט לכאורה גיין פאר טב למתיב טן דו וועלכע איז בעיני א שלימותדיגע שטיק פאעזיע סיי אין אויסשטעל, קעפל, גראם, תוכן, ווערטער אויסוואל וכו' הגם איך אידענטיפיציר מיך נישט מיט דער טעמע, איך בין ב'ה העפעלי מעריד, אבער סאיז א ווייטאג וואס עקזיסטירט.
אבער כהאב נאכנישט געשטימט...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:58 pm
דורך אפטעמיסט
נו, פאר וועם האט דער עולם געשטימט?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:29 pm
דורך נהורא נפישא
הערה קטנה, איך ווייס נישט צו ס'איז דא בעסערע וועג, אבער לויטן יעצטיגן וועג קען זיין אז ס'איז נישט איינגעטיילט יושרדיג, ווייל ס'קען זיין אז איין דריטל פון די וואל רונדן זאל איבערשטייגן מיט בעסערע דיכטונגן ווי די אנדערע און היות אז ס'איז נאר דא די מעגליכקייט צו וועלן פאר דריי קען אויסקומען אז א פערדע וואס שטייגט איבער א דריטע פון אן אנדערען טייל פון די וואלן ווערט ארויספאלן בעת ווען כאמור ס'שטייגט איבער נאר איר מזל איז צו האבן שטערקער קאמפעטישן.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:30 pm
דורך הערשי
#11 טב למיתב
פארשטענדליך, פליסיג מעטער און גראם, טעמע ערנסט, סטיל לייכט, מעסעדזש קלאר, ליינער מיטגעפיל ברייט.

#4 א בריוול פון דעם בית הכבוד
פארשטענדליך, גאנץ פליסיג, ליינער נאענטקייט ברייט, ארגינאל.

#7 שובה השיבנו
פארשטענדליך, באדייטנדער טייל פליסיג, אלטער טעמע אבער אין ביהמ"ד בלא חידוש.

במחילת כבוד חכמי הרזים, אין אייערע פאעמעס ליגן לכאורה פיל שעפערישקייט, אבער מחמת עומק המושג וקוצר המשיג, קען איך שטימען נאר פאר וואס איך פארשטיי. טאמער וואלט איר ארויסגעריקט א שטיקל ביאור, וואלט איך אפשר אנדערש געשטימט. ואיתכם הסליחה.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:31 pm
דורך כוכב
@נהורא
הדא דכתיב טאף לאק היות סאיז רענדאמלי.
גלייב מיר מיר זענען דורכגעגאנגען אלע אפציעס בכובד ראש במשך עטליכע טעג און דאס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די פראקטישסטע און מערסט עפעקטיוו.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:33 pm
דורך נהורא נפישא
אוי וויי הערשי דו וועלסט נישט פאר דיין אייגענע שחל בחשבוני.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:35 pm
דורך נהורא נפישא
כוכב האט געשריבן:@נהורא
הדא דכתיב טאף לאק היות סאיז רענדאמלי.
גלייב מיר מיר זענען דורכגעגאנגען אלע אפציעס בכובד ראש במשך עטליכע טעג און דאס האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין די פראקטישסטע און מערסט עפעקטיוו.

גוט, אבער ס'איז גוט צו וויסן צו האבן א בעסערן בליק לגבי די אויסגאנג

נשלח: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 10:39 pm
דורך נח געציל
-נהי בכי תמרורים, נהי
דברים היוצאים מן הלב, גערעדט צו מיין הארץ

-הארץ צווייפלענישן
שיין מסדר צומישטע געפילן, און איך פארשטיי זיין הארץ

-אוי חנוכה, אוי חנוכה
הומאריסיטיש געשריבן, און לייגט אראפ א בילד פון א לעבנס מצב

אנדערע פאעמעס זענען זייער שיין מסודר, פול מיט שיינע און טיפע מליצות, אבל לא זכיתי להבין, עט ליעסט נישט דאס גאנצע