בלאט 1 פון 1

דאונלאודן ווינדאוס וויסטא

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 1:07 pm
דורך מוראדיג
מיין קאמפיוטער מאכט צרות און איך וואלט געקענט באשטיין צו רי-אינסטאלן די גאנצע ווינדאוס. איז דא ערגעץ וואו מ'קען דאונלאודן ווינדאוס וויסטא? (עס איז נישט געקומען מיט א סי-די און די לעפטאפ האט נישט די "ריקאווערי פארטישען")

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 4:59 pm
דורך געפילטע פיש
קענסט פראבירן צו רופן די קאמפיוטער מענופעקטארער זיי זאלן דיר שיקן א אינסטולאציע דיסק, אויך קענסטו פראבירן צו מאכן א סיסטעם ריסטאר צו א דאטום פון פאר ס'האט אנגעהויבן צו מאכן די צרות, אבער אויב גייסטו מאכן א קלין אינסטאל, פארוואס זאלסטו נישט אינסאטלירן ווינדאוס 7 פאר די זעלבע געלט.
טאמער וויל דיין קאמפאני דיר נישט שיקן קיין דיסק, קען איך דיר שאפן א דאונלאוד ווי זאלסט קענען דאונלאודען און איבערניצן דיין רעגיסטראציע לייסענס, און טאמער האסטו דאס אויך נישט איז דא נאך וועגן דאס צו טוהן.

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 5:08 pm
דורך מוראדיג
געפילטע פיש, א דאנק פאר'ן זיך אנרופן.
איך OWN נישט ווינדאוס 7, נאר וויסטא, ממילא וויל איך פשוט דאס איבערלייגן. איך האב נישט געפרעגט די קאמפאני אויב זיי קענען שיקן א נייע, אבער כ'דענק אז זיי בעטן געלט.
אויב וואלסטו מיר געקענט שאפן וואו צו קענען דאונלאודן, קען איך טאקע איבערניצן מיין רעגיסטראציע לייסענס, און כ'וואלט דיר דאנקבאר געווען.

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 6:44 pm
דורך געפילטע פיש
וועלכע ווערסיע האסטו?
Home premium, pro, 32 bit, 64 bit?

און נישט אלע בעטן געלט, אמאל פלעגן זיי אלע מיטגעבן די דיסקס מיט יעדע קאמפיוטער וואס מ'האט געקויפט, היינט שיקן עס געוויסע נאר אויב מ'בעט.

Re: דאונלאודן ווינדאוס וויסטא

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 12:02 am
דורך איחוד פעלד
Look for torrent files.
But don't get lost on the way.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 3:01 pm
דורך מוראדיג
כ'האב Home premium, 32 bit, service pack 2

כ'וויל ענדערש נישט אנהייבן מיט טארענטס.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 5:44 pm
דורך געפילטע פיש
מוראדיג האט געשריבן:כ'וויל ענדערש נישט אנהייבן מיט טארענטס.

אויב אזוי קען איך אייך נישט העלפן, חוץ אויב איר ווילט קומען צו מיין הויז, קען איך טשעקען די ארכיווען אפשר האב איך נאך א דיסק.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 7:02 pm
דורך מוראדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב אזוי קען איך אייך נישט העלפן, חוץ אויב איר ווילט קומען צו מיין הויז, קען איך טשעקען די ארכיווען אפשר האב איך נאך א דיסק.


נו, וואס איז דיין אדרעס?...
כ'וויל נישט אנהייבן זוכן טארענטס, אבער אויב קענסט מיר צואווייזן איינס וואס כ'קען טראסטן, אפשר יא. כ'דאך נישט צופיל ברירות.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 7:34 pm
דורך געפילטע פיש
טאמער איז עס א דעלל קענסטו ריקוועסטען די דיסק פון זיי אין איינע פון דעי לינקס.
די זעלבע איך מיט רוב קאמפאניס.

דא האט איר א לינק צו א טאררענט וואס וואס האט זייער גוטע רעוויאס.
חוצמזה וואלט איך אייך געראטן נאכאמאל צו טשעקען אויב איר האט נישט קייו ריקאווערי פארטישען, ווען די קאנפאני שיקט נישט קיין דיסקס, מאכן זיי געווענליך א ריקאווערי פארטישען.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 7:53 pm
דורך מוראדיג
ניין, כ'האב זיכער נישט קיין ריקאווער פארטישען.
איך האב פרובירט די לינק צו די טארענט אבער ווען איך דרוק די "געט דיס טארענט" ארבעט עס נישט און עס עפנט זיך אויף א פעידזש וואס זאגט סתם "דיס וועבפעידזש קענאט בי דיספלעיד".

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:04 pm
דורך משה רוקח
שטויס פון אונטן טאררענטס האט געווענליך גוטע סחורה.
(kat.ph)
אבער נישט אויף מיין אחריות.

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:18 pm
דורך געפילטע פיש
מוראדיג האט געשריבן:איך האב פרובירט די לינק צו די טארענט אבער ווען איך דרוק די "געט דיס טארענט" ארבעט עס נישט און עס עפנט זיך אויף א פעידזש וואס זאגט סתם "דיס וועבפעידזש קענאט בי דיספלעיד".

דו האסט בכלל א טארענט קלייענט אינסטאלד?

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 11:22 pm
דורך מוראדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:דו האסט בכלל א טארענט קלייענט אינסטאלד?


ניין.