בלאט 1 פון 2
די צווייטע "שושנים" שטים בודקע איז אפען!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:09 am
דורך כוכב
ברוכים הבאים צום "שושנים שטים בודקע".
די צווייטע שושנים שטים בודקע איז אפן!
די ערשטע שטים בודקע איז נאך אפען ביז מיטוואך נאכמיטאג.
מארגן דינסטאג וועט זיך עפענען די דריטע שטים בודקע פאר די פאעמעס פון נומער 25 ביז נומער 36.
פאר מער אנווייזונגען און פרטים, זעט די ערשטע שטים בודקע.
אלע פיר געווינער וועלן זוכה זיין אין א ווערדפולן פרייז צו פייערן זייער זיג און צו אנערקענען זייער טאלאנט.
דער וואס וועט באקומען די מערסטע שטימען וועט געקרוינט ווערן אלס דער געווינער פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט, און ער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $100
דער צווייטער געווינער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $50
די דריטע און פערטע געווינערס וועלן זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $25.
א גרויסן ישר כח פאר דעם נדבן מחשובי חברינו, הרוצה בעילום שמו.
קוקט איבער די צווייטע 12 פאעמעס (פון נומער 13 ביז נומער 24) אין דעם "גן של שושנים", און מאכט אייער באשלוס. וועלכע דריי דארפן לויט אייער מיינונג זיין צווישן די געווינער?
[center]<<קומט דא אריין, און געט אפ אייער שטימע אין דעם צווייטן שטים בודקע>>[/center]
געדענקט צו וועלן פאר דריי פאעמעס אויף איינמאל. וועלט מיט ישוב הדעת - מ'קען נישט טוישן נאכ'ן שטימען, און מ'קען נישט צוריקקומען און שטימען נאכאמאל אויב מ'האט נישט געשטימט פאר אלע דריי.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:31 am
דורך אפטעמיסט
שווערע החלטה געוועזן, צום סוף האב איך געשטימט פאר:
1) העלע געדאנקען >>> איינע פון די שטערקסטע שטיקלעך קונסט זייט די אויפשטייג פון ק"ש. עזרא הסופר אלערט.
2) והמבין יבין >>> א זעלטן געלונגענע, קורץ און שארפע, אמת-ווי-גיהנום שטיקל ארט.
3) דרא דייסא ודירה >>> כישרון. חכמה. סופר מהיר.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:49 am
דורך ונבנתה העיר
שאון השעון
געזעץ פון שילוש
העלע געדאנקען
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:16 pm
דורך פישלע העררינג
המבין יבין, כאפטעמיסט.
שאון השעון, א געהעריגע קאפיטל כתובים, אמת'ע טאלאנט.
סטארבאקס, כ'אידענטיפיציר מיך מיט'עס. פלאס ס'איז ביוטיפול.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:17 pm
דורך יואב
אבטולמוס האט געשריבן:Ouch. דאס איז שווער געווען.
מיט אזויפיל גאר טאלאנטפולע ווערק האב איך נישט געקענט שטימען פאר עטליכע וואס איך בין מיט זיי ממש אין לאוו (צום ביישפיל, רכבת מעצבנת).
גם אני בחלומי. איך ברויך נאך כאטש עטליכע שעה צו קענען שטימען פון דעם דאזיגן אויסוואל. איך שטים נאכנישט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 12:19 pm
דורך אפטעמיסט
איך מוז גראדע מודה זיין על האמת אז כ'האב נישט גרינטליך דורך געלייענט אלע פאעמעס אויפ'ן מארקעט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 1:24 pm
דורך יואב
כ'האב אוועקגעשאנקען מיין מיטאג צייט דורכצולייענען די דאזיגע צוועלף שירים בעיון רב. ס'איז קיין לייכטן באשלוס נישט געווען.
אז כ'האב געמוזט וועלן בלויז דריי דערפון, זעען זיי אראפגעקומען צו רכבת מעצבנת, העלע געדאנקען און שאון השעון.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 2:44 pm
דורך כוכב
עסקנים געבן איבער בשם שמעון ראלניצקי בשם בעני פאלעטשעק בשם אהרן יוסף שפילמאן בשם יוסי געשטעטנער בשם אהרן ווידער אז פון די צד שכנגד איז דא א שטארקע טוירנאוט וכו', עד געספאנדערט ביי די טעלעריפיק קאלינג קארד.
ערנסט גערעדט, כבעט בכל לשון של בקשה, ווער סהאט נאכנישט געשטימט זאל שוין שטימען. כי בנפשינו הדבר.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:23 pm
דורך כוכב
אקעי נאך לענגערע קאפ געבראכאכטס האב איך אפגעגעבן מיין שטימע. די ערשטע צוויי זענען געגאנגען פאר ראדני און שאון השעון, די דריטע האט זיך געוואקלט צווישן העלע געדאנקען און סטאר באקס און האט למעשה געלאנדעט ביי סטארבאקס צוליב די ראמאנטישע קיצל אין די נאז עס שמעקט מיר אריין די קאווע נאך פונעם ליינען די ארטיקל.
אבער וואסזשע קען מען טון, כהאב געוואלט שטימען פאר נאך, אבער די הענט זענען געבינדן. געזעץ פון שילוש איז קריסטאל פאעזיע איך האב אבער נישט געקענט טרעפן א פערזענליכע קאנעקציע דערצו.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 5:32 pm
דורך איך אויך
ס'איז צרות קיינער וויל מיך נישט לייקן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 6:07 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב שוין ב"ה אפגיגעבן מיין שטימע פאר ביידע שטים בודקעס און אויסגיוועלט אלעס צוזאמען 6 געווינערס אדערווייל!
אבער פאר נייגעריגקייט בין איך די איינציגסטע וואס האט באקומען א אישי פון הער קעלנער אז איך זאל אפגעבן מיין שטימע? אדער האט מען דאס ארומגעשיקט צו אלע ניק"ס היושבים בשטיבלינו?
דאס מיינט אידן געבן זיך אוועק לטובת המקום בלי שום תשלום גמול!!! געוואלדיג!!!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 6:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
רבותי דאס אז טייל שרייבן וואס זיי האבן געשטימט פאר איז נישט קראנט פאר עקזיט פאולס. רוב וואטערס זענען שטיל איבער זייער אפציעס. חזק! אן קיין יאוש, און איך מיין מיך אויך..
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 6:59 pm
דורך בן תמליון
וואס איז די דין אז איטליכע וועלן האבן די זעלבע צאל שטימען?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:04 pm
דורך פישלע העררינג
קעלנער האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס די האסט געשריבן, אבער יעדע פאעמע האט שוין מער ווי צוויי שטימעס.
[tag]קעלנער[/tag], קענסט געבן א בערך'דיגע נאמבער פון ניקס וועלכע האבן געשטימט? 10? 50? אין די מאות?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:04 pm
דורך ישמעאל הכהן
געווען ניקס וואס האבן קאמפלעינט אז די שטים בודקעס זענען נישט אפען גענוג לאנג. פאר געוויסע נעמט עס גאנצע פירענצוואנציג שעה אפצו ליינען איין פאעם.. איז געווען א קלער צו פארלענגערען די צייט צו שטימען אין אלע בודקעס ביז אל''ף שמות. אבער דאס איז גלייך אראפ פון טיש כאפענדיג וואס פארא כאאס דאס וועט פאראורזאכן ווען יעדער וועט אפמאכן ביי זיך ווען אלף שמות איז. איז אדערווייל געבליבן אזוי ווי געשמועסט און יעדער זאל זיך צויאגן מיטן שטימען.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:06 pm
דורך פישלע העררינג
עס איז דא א
פרינטיבעל ווערסיע, פאר וועמען עס מאכט גרינגער כשלחן הערוך.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 7:12 pm
דורך כוכב
פישל'ע העררינג האט געשריבן:קעלנער האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס די האסט געשריבן, אבער יעדע פאעמע האט שוין מער ווי צוויי שטימעס.
[tag]קעלנער[/tag], קענסט געבן א בערך'דיגע נאמבער פון ניקס וועלכע האבן געשטימט? 10? 50? אין די מאות?
מיר וועלן זיך האלטן צו די כלל אז מ'ווייזט נישט קיין האלבע ארבעט. ענדגילטיגע נומערן וועלן ערשיינען מיט'ן שלוס פון די וואלן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 8:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
געשטימט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:18 pm
דורך פלאוויוס
רכבת מעצבנת. שאון השעון. ערבוביא.
וואלט געקענט זיין נאך אפאר...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:25 am
דורך שמעקעדיג
פישל'ע העררינג האט געשריבן:עס איז דא א
פרינטיבעל ווערסיע, פאר וועמען עס מאכט גרינגער כשלחן הערוך.
ייש"כ פישעלע.
כ'וואלט ווען הנאה געהאט ווען די PDF וואלט געהאט באצייכענט נומערן אויף יעדן פאעזיע, און אזוי ארום פארגרינגערן דאס שטימען.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:09 am
דורך לעיקוואד
געזעץ פון שילוש
סטארבאקס
ערבוביא
די זענען מיין טעיסט אין פאעזיע. ועל טעם וריח. עס איז דא אנדערע וואס זענען אפשר גרעסערע קונצען, איך האב אבער נישט מקדיש געווען אזויפיל צייט צו לערנען און מפרש זיין אזויווי ביי די ערשטע רונדע, איז בלייבט מען ביי די פשוטע טעיסט.
באלד וועט נתגלה ווערן ווער האט אלץ וואס געשריבען און איך וועל האבען בושות פון מיינע חברים..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 6:08 pm
דורך הערשי
#17 סטארבוקס
קאמפאקט, געוואויגען מעטער און גראם, ערוועקט א געפיל מיט א ברייטער אפיעל
#18 שאון השעון
א שיין מליצות'דיג אדע צו צייט. דער מחבר איז שטארק טאלאנטפול מיט ווערטער. ניקוד איז בבחינת כל המוסיף גורע.
#16 ראדני
שמא קגרים, ירדנו פלאים. שיין ארויסגעברענגט די פלעקן וועלכע מען קען נישט מעקן. ראדני וועט בלייבן פיל לענגער ווי די מחלוקות וועלן געדענקט ווערן, מסתמא.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 7:07 pm
דורך נח געציל
-געזעץ פון שילוש
-ערבוביא
-העלאו געדאנקען
׳פאעזאפיע׳ האט גערעדט צו מיר היינט.