בלאט 1 פון 1

"שושנים" שטים בודקע נומער 3 איז אפען!

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:12 am
דורך כוכב
ברוכים הבאים צום "שושנים שטים בודקע".

די דריטע שושנים שטים בודקע איז אפן!

די ערשטע שטים בודקע איז נאך אפען ביז מארגן, מיטוואך, נאכמיטאג.

די צווייטע שטים בודקע איז אפען ביז דאנערשטאג אינדערפרי.


פאר מער אנווייזונגען און פרטים, זעט די ערשטע שטים בודקע.


אלע פיר געווינער וועלן זוכה זיין אין א ווערדפולן פרייז צו פייערן זייער זיג און צו אנערקענען זייער טאלאנט.

דער וואס וועט באקומען די מערסטע שטימען וועט געקרוינט ווערן אלס דער געווינער פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט, און ער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $100

דער צווייטער געווינער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $50

די דריטע און פערטע געווינערס וועלן זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $25.


קוקט איבער די לעצטע 12 פאעמעס (פון נומער 25 ביז נומער 36) אין דעם "גן של שושנים", און מאכט אייער באשלוס. וועלכע דריי דארפן לויט אייער מיינונג זיין צווישן די געווינער?


[center]<<קומט דא אריין, און געט אפ אייער שטימע אין דעם דריטען שטים בודקע>>[/center]

געדענקט צו וועלן פאר דריי פאעמעס אויף איינמאל. וועלט מיט ישוב הדעת - מ'קען נישט טוישן נאכ'ן שטימען, און מ'קען נישט צוריקקומען און שטימען נאכאמאל אויב מ'האט נישט געשטימט פאר אלע דריי.