בלאט 1 פון 6
מאראל אהן רעליגיע
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 2:04 pm
דורך ידען
מאראל איז וואס דער מענטש פארשטייט אליין אזוי דארף מען זיך פירן אדער מאראל איז וואס א רעליגיע האט אויסגעטרעטן פארן מענטש?
וואס זאל באמת מאכן א מענטש זיך אויפירן ערליך מאראליש אויב נישט עפעס א העכערע באפעל?
פארוואס זאל איך נישט טוהן מיאוסע זאכן אויפן גאס אדער פאר מענטשן אויב נישט א גייסטליכע באפעל (טאקע בושה, אבער ווער האט עס אריינגעלייגט אויב נישט די געטליכקייט?)
למשל גנבענען. פארוואס זאל איך נישט בארויבן א צווייטן ווען נישט רעליגיע? פארשטייט זיך איך רעד ווען מע איז זיכער אז קיינער זעהט נישט.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 3:38 pm
דורך משה געציל
פונקט אזוי ווי דער מענטש איז מער פונעם בהמה מיט דעם וואס ער האט שכל צו טוהן פארשידענע פונקציעס וואס א בהמה קען נישט א שטייגער ווי רעדען וכו', ה"ה בנוגע מאראל, יעדער מענטש וואס ווערט אויפגעוואקסען געהריג און געזונט האט אין זיך נאטירלעך א ציל צו ארויפגעקוקט צו ווערען דורך אנדערע מענטשן און זיינע ארומיגע, וואס דאס אטאמאטיש טרייבט אים נישט צו טוהן געוויסע זאכען וואס ווערט אראפ געקוקט דורך די מענטשהייט, נאטירלעך זענען מענטשן וואס באלאנגען צו א רעליגיע מער אראפגעבונדען צו דעם, ווייל עס פעלט אים אויס א סאך העכערע סטאנדארטען וואס זיין רעליגיע און סביבה פארלאנגט ארויפגעקוקט צו ווערען, פון מענטשן וואס באלאנגען נישט צו א רעליגיע און זייער עיקר געזעלשאפט איז נישט רעליגיעזע מענטשען.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 4:28 pm
דורך קרעמער1
דא האט איר א פייערדיגע דרשה פון עלען דערשאוויץ וואו ער רופט אויס מיט פאטאס: דשארדזש וואשינגטאן וואז ראנג!
פארשטייט זיך אז מיר טארן נישט אננעמען זיין כפירה, אבער ער ברענגט פארט ארויס עטליכע גאר גוטע נקודות
http://www.youtube.com/watch?v=Y0bGFiKN ... e=youtu.beאון נעמט אינאכט: איינער וואס איז מאראליש "בלויז" צוליב זיין רעליגע, איז "סעלפיש". זיין ריכטיגע אויפפירונג האט נישט מיט קיין מאראל און ליבע צו טוהן
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 4:36 pm
דורך נולד מאוחר
יאנקל האט געשריבן:דער רמב"ם שרייבט אז אז די סיבה פארוואס א מענטש גנב'עט נישט טאר נישט זיין ווייל עס שטייט אין דער תורה לא תגנוב, נאר וויבאלד דאס איז אוניווערסאל אנגענומען אלץ א זאך וואס איז נישט ריכטיג.
איז וואס טוט אז איינער זאגט "איך האב מיט אוניווערסל אנגענומען נישט קיין שייכות "
וואס ענטפערט מען עם?
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 11:14 pm
דורך קול גדול
נולד מאוחר האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:דער רמב"ם שרייבט אז אז די סיבה פארוואס א מענטש גנב'עט נישט טאר נישט זיין ווייל עס שטייט אין דער תורה לא תגנוב, נאר וויבאלד דאס איז אוניווערסאל אנגענומען אלץ א זאך וואס איז נישט ריכטיג.
איז וואס טוט אז איינער זאגט "איך האב מיט אוניווערסל אנגענומען נישט קיין שייכות "
וואס ענטפערט מען עם?
דאך דארף ער אנעמען די מאראלישע געזעצן וואס באשוצן די מענטשהייט ווייל אז נישט וועט דאך זיין אנארכיע און איש את רעהו חיים בלעו. און אז ער נעמט נישט אן דארף מען אוועקנומען זיינע רעכטן זיך צו דרייען פרייערהיט צו באשוצן די מענטשהייט.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 1:02 am
דורך נולד מאוחר
האסט פארגעסן מ'רעדט דא צו טון אן עוולה וואס קיינער גייט נישט וויסן ווער ס'האט עס געטון, ממילא איז נישט שייך "אוועקנעמען זיינע רעכטן זיך צו דרייען פרייערהייט".
דיינע ווערטער שמעקן פין די מהלך וואס די אחרונים האבן אנגענימען social contract.
איז דאס פשט אינעם רמב"ם? האבן די דעלמאטסטיגע פיליסופן שוין געהאלטן די מהלך?
בכלל כ'האב אמאל געטראכט, רוב מענטשן וואלטן געווען פונקט אזוי מאראליש אן רעליגיע ווי מיט.
לאמיר טראכטן א מינוט, ווען אונזער טאטע זאגט אונז פון אלץ קליין קינד משה'לע ס'איז נישט שיין צו גנבנען ,שלאגן,שרייען. וואלטן מיר אויפגעוואקסן אזוי.
רוב מענטשן וואלטען נישט איין טאג זיך אפגעשטעלט טראכטן און פרעגן ווער זאגט אז ס'איז נישט ריכטיג.
מענטשן רעדן זיך איין זיי זענען מאראליש ווייל ס'שטייט אין די עשרת הדברות.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 1:47 pm
דורך דבילה
'ך מיין אז די שאלה דא האט זיך אביסל פארקירעוועט. ווען מיר זענען דן אויף די קובע פון מאראלישקייט, רעדן מיר פון די מענטשן וואס בדר"כ פירט ער זיך מאראליש וואס די סיבה דערפאר איז. דאס קען זיכער זיין א סאציאלע קאנטראקט. דאס איז גענוק סיבה אויך פאר מענטשן זיך אויפצופירן אזוי אפילו אויב קיינער זעט נישט מחמת כמה סיבות. צו אלץ הרגל, צו ווייל ער וויל האבן דעם הרגל, אדער ווייל ער האלט באמת אז אזוי איז ריכטיג און די וועלט זאל זיך פירן בשלום וביושר.
אויב זאגט א מענטש "איך האב מיט אוניווערסאל נישט קיין שייכות"... אטו ב
סאציאפאטן עסקינן? און אז קיינער ווייסט נישט? איז ער א באהאלטענע סאציאפאט! עונש? זיין עונש איז אז דער וועלט פירט זיך אויף א שוואכערן דרגא וואס סוכ"ס 'עט יעדער דערפין ליידן. ס'איז נאר צו האפן אז אויף עפעס א וועג גיבט ארויס זיינע באהאלטענע סאציאפאטישע נויגינגען אזש כל הקהל הקודש 'עט וויסן פון עם זיך צו היטן.
עס לויפט אין משפחות
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 2:51 pm
דורך משכיל
מאראלישקייט איז א זאך אין די דשינס, מען זעהט משפחות וואס כמעט אלע קינדער זיינען איידעל,און אנדערע משפחות וואס כמעט יעדער איינציגער פון זיי איז ....י
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 8:50 pm
דורך שמואל שלום שלמה
קרעמער1 האט געשריבן:דא האט איר א פייערדיגע דרשה פון עלען דערשאוויץ וואו ער רופט אויס מיט פאטאס: דשארדזש וואשינגטאן וואז ראנג!
פארשטייט זיך אז מיר טארן נישט אננעמען זיין כפירה, אבער ער ברענגט פארט ארויס עטליכע גאר גוטע נקודות
http://www.youtube.com/watch?v=Y0bGFiKN ... e=youtu.beאון נעמט אינאכט: איינער וואס איז מאראליש "בלויז" צוליב זיין רעליגע, איז "סעלפיש". זיין ריכטיגע אויפפירונג האט נישט מיט קיין מאראל און ליבע צו טוהן
די גאנצע זאך איז איין שטיק כפירה!
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:20 pm
דורך נולד מאוחר
דבילה כ'מיין אז די שאלה דא איז 'פארוואס א מענטש זאל זיך בכלל אויפפירען מאראליש אן די סיבה פין רעליגיע?'
די סיבה פארוואס מ'רעדט באהאלטן איז, ווייל ווען מ'זעט גייט מען אין תפיסה.
מיט דיין תמיה פין "אטו בסייקאפעט עסקינן?", דערמאנסטו מיך די פין די סייקאפעט וואס טאנץ מיט מיידלעך און עסט חזר.
ליידער האבן אסאך כופרישע פיליסופן געהאלטן אז סאיז נישט דא קיין סיבה פארוואס צי זיין מאראליש
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:25 pm
דורך נולד מאוחר
משכיל האט געשריבן:מאראלישקייט איז א זאך אין די דשינס, מען זעהט משפחות וואס כמעט אלע קינדער זיינען איידעל,און אנדערע משפחות וואס כמעט יעדער איינציגער פון זיי איז ....י
וןאס מיינסטי צי זאגן ? עסשטייט ובחרתה בחיים.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 11:21 am
דורך בן תמליון
באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.
מאראל אן רעליגיע איז בלאף.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 12:43 pm
דורך יידל
נולד מאוחר האט געשריבן:משכיל האט געשריבן:מאראלישקייט איז א זאך אין די דשינס, מען זעהט משפחות וואס כמעט אלע קינדער זיינען איידעל,און אנדערע משפחות וואס כמעט יעדער איינציגער פון זיי איז ....י
וןאס מיינסטי צי זאגן ? עסשטייט ובחרתה בחיים.
ער מיינט ביי דיפאלט. אודאי קען זיך יעדער נעמען אין די הענט.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 1:11 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.
מאראל אן רעליגיע איז בלאף.
רעליגיע אן מאראל איז א סכנה!צו זאגן אז אומרעליגיעזע מענטשן זענען אוטומאטיש אומארליש איז אויך א בלאף (וואס מיר האבן זיך ליעב צו זאגן). א בלאף וואס די מציאות זאגט אז ס'איז נישט אמת. גיי ארויס און רעדט מיט מענטשן און וועסט זיין שאקירט: ס'זענען דא געניג און נאך פיינע איידעלע און געטרייע מענטשן וועלכע האבן גארנישט מיט רעליגיע. און דריי זיך ביי אונז און כ'וועל דיר צייגן געניג און נאך אומאראל (פארשטייט זיך ווייל ער איז נישט
באמת רעליגיעז, וועלכע איז א סורקולער לאגיק).
פונקט אזוי ווי ווען רעליגיעזע מענטשן פירן זיך אויף אומארליש איז עס נישט
ווייל ער איז רעליגיעז, אזוי אויך ווען א אומרעליגיעזע מענטש פירט זיך אויף אומאראליש איז עס נישט
צוליב זיין אומרעליגיעזע אפיליעשאן. דאס זעלבע, פונקט אזוי ווי ווען א מתנחל אדער אן אראבער וועט באגיין א פארברעך אין עס תולה זיין אין זיין רעליגיע איז עס נישט אן ענדייטמענט אויף רעליגיע אין אלגעמיין, די זעלבע זאך ווען אן אומרעליגיעזע מאן באגייט אן עוולה און טוט עס בארעכטיגן מיט א ניהיליסטישע פיליזאפיע עס עס נישט קיין ענדייטמענט אויף זיין אומרעליגיעז.
צו וועלכע רעליגיע געהערן
אלטוריסטישע חיות און בהמות?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 1:35 pm
דורך בן תמליון
יאנקל האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.
מאראל אן רעליגיע איז בלאף.
וויאזוי איז דאס א ״טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח״?
די טענה איז אז ער איז וויכטיק צו עקזיסטירן פשוט פאר אונזער זיכערהייט, אז נישט זענען מיר הפקר כעפרא דארעא פאר יעדן רעפיסט און מערדער. פארוואס נישט פטור ווערן פון אלטע אומנוצלאזע מענטשן אדער קראנקע אינוואלידן וואס ליידן נאר האב רחמנות באפריי זיי פון יסורים. ווען נישט רעליגעזע מאראל וואלט די סייענטיפישע וועלט שוין געמאכט אייגענע מאראל געזעצן לא תרצח צו לא תנאף וואלט נישט געווען הייליק אבסאלוט נאר רעלאטיווע קאנסעפטן.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 1:58 pm
דורך בן תמליון
יואליש האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.
מאראל אן רעליגיע איז בלאף.
רעליגיע אן מאראל איז א סכנה!צו זאגן אז אומרעליגיעזע מענטשן זענען אוטומאטיש אומארליש איז אויך א בלאף (וואס מיר האבן זיך ליעב צו זאגן). א בלאף וואס די מציאות זאגט אז ס'איז נישט אמת. גיי ארויס און רעדט מיט מענטשן און וועסט זיין שאקירט: ס'זענען דא געניג און נאך פיינע איידעלע און געטרייע מענטשן וועלכע האבן גארנישט מיט רעליגיע. און דריי זיך ביי אונז און כ'וועל דיר צייגן געניג און נאך אומאראל (פארשטייט זיך ווייל ער איז נישט
באמת רעליגיעז, וועלכע איז א סורקולער לאגיק).
פונקט אזוי ווי ווען רעליגיעזע מענטשן פירן זיך אויף אומארליש איז עס נישט
ווייל ער איז רעליגיעז, אזוי אויך ווען א אומרעליגיעזע מענטש פירט זיך אויף אומאראליש איז עס נישט
צוליב זיין אומרעליגיעזע אפיליעשאן. דאס זעלבע, פונקט אזוי ווי ווען א מתנחל אדער אן אראבער וועט באגיין א פארברעך אין עס תולה זיין אין זיין רעליגיע איז עס נישט אן ענדייטמענט אויף רעליגיע אין אלגעמיין, די זעלבע זאך ווען אן אומרעליגיעזע מאן באגייט אן עוולה און טוט עס בארעכטיגן מיט א ניהיליסטישע פיליזאפיע עס עס נישט קיין ענדייטמענט אויף זיין אומרעליגיעז.
צו וועלכע רעליגיע געהערן
אלטוריסטישע חיות און בהמות?
קיינער זאגט נישט אז רעליגעזע זענען אויטאמאטיש רעליגעז אין אומרעליגעז זענען אוממארליש. די שאלה איז עקזיסטירט אזא בן אדם גערופן מאראל אן רעליגיע צו נישט.
גייט א הונגעריקער ארימאן אין וואלד זעט א עושר פארט אריבער מיט פערד און וואגן פיל מיט גאלד און זילבער, טראכט דער ארימאן וואס גלייבט נישט אין גארנישט פארוואס הרגע'ך איך נישט דעם עושר נעם זיין געלט און א סוף צו מיינע ליידן. אדרבה זאגט איהם א סיבה, מאראל שמאראל איך בין הינגעריק זאגט דער ארימאן נאר איך קען מיר אליין העלפן אחת ולתמיד דער עושר האט שוין גענוק הנאה געהאט פון זיין לעבן יעצט איז מיין רייע.
און צו וועלכע רעליגיע געהערט דער טיגער וואס צופליקט דעם אומשילדיקן שעפעלע לעבעדיקערהייט? דוכט זיך דער בן אדם וועט זיך אפט פירן ווי דעם טיגער פונקט ווי ער פארמאגט אלטרואיסטישע שטריכן אויך.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:04 pm
דורך יואליש
און זיי זענען רעלאוועטיווע קאנספעטן. זאל מען הרג'ן איינער וואס זינדיגט מיט אן אשת איש? זאל מען לאזן א קינדערלאזע פארפאלק ערירי ווען די נאטור פאלט דורך? זאל מען לאזן אן אלטער איד, למשל אלישב, אויף א רעספערעטאר מיט יסורים זיך מוטשען פאר חדשים? זאל מען צווינגען מענטשן מיט אנדערע אריענטעשאנס צו בלייבן וואוינען מיט א פרוי? זאל מען א סעריאל רעפיסט לאזן אויף די פריי אדער זאל מען אים איינשפארן? זאל מען מחנך זיין די קינדער איבער נייע טעכנאלאגיע און וויאזוי צו מאכן פרנסה אין א וועלט וואס טוישט זיך ראדיקאל? זאל מען לאזן יענעם'ס הויז אפברענען אים שבת? זאל מען צוברעכען א משפחה און מאכן די קינדער לעבעדיגע יתומים אויב די מאמע ווערט ווייניגער פרום אדער אויס רעליגיעז? אנדערע מענטשן מיט אנדערע מאראל קאמפעס וועלן געבן אנדערע ענטפערס פאר יעדע פראגע, און רעליגע וועט לאו דוקא אלעמאל געבן די ענטפער וואס מיר וואלטן היינט גערופן מאראל.
די סעקולארע וועלט האט זיך אפגעגעבן מיט אינוואלידן נאך ווען מיר האבן זיי געהאלטן אין די קלאזעט. היינט זענען זיי פון די מובחרי הבריאה א דאנק די סעקולארע פאנדן עוועליבעל.
און יא, מיר זענען הפקר צו יעדן רעפיסט און מערדער. ס'איז א פאקט אינעם לעבן וואס האט עקזעסטירט נאך ווען די גאנצע וועלט איז געווען רעליגיעז.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:06 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:באקאנט א פראזע פון א פראנצויזישן פילאזאף פון 16צנטן יאר הונדרעט "אויב ס'איז נישטא קיין גאט אלעס איז ערלויבט". דאס איז אן אבסאלוטן אמת אויב עס איז נישט דא קיין אלטימאטיווע גערעכטיקייט איז נישטא קיין אומרעכט דאס מיינט אז מענטשן זענען ראבאטישע גענעטישע מאשינען דער אונטערשטער שורה איז דער מענטש א סעלפישער חיה ער'ט טוהן וואס איז איהם גוט אויב האט ער זעט נישט קיין קאנסעקווענץ פון א גאט אדער געזעץ. דאס מיין איך איז דער וויכטיקסטער טענה פארן עקזיסטענץ פון א העכערן כוח.
מאראל אן רעליגיע איז בלאף.
רעליגיע אן מאראל איז א סכנה!צו זאגן אז אומרעליגיעזע מענטשן זענען אוטומאטיש אומארליש איז אויך א בלאף (וואס מיר האבן זיך ליעב צו זאגן). א בלאף וואס די מציאות זאגט אז ס'איז נישט אמת. גיי ארויס און רעדט מיט מענטשן און וועסט זיין שאקירט: ס'זענען דא געניג און נאך פיינע איידעלע און געטרייע מענטשן וועלכע האבן גארנישט מיט רעליגיע. און דריי זיך ביי אונז און כ'וועל דיר צייגן געניג און נאך אומאראל (פארשטייט זיך ווייל ער איז נישט
באמת רעליגיעז, וועלכע איז א סורקולער לאגיק).
פונקט אזוי ווי ווען רעליגיעזע מענטשן פירן זיך אויף אומארליש איז עס נישט
ווייל ער איז רעליגיעז, אזוי אויך ווען א אומרעליגיעזע מענטש פירט זיך אויף אומאראליש איז עס נישט
צוליב זיין אומרעליגיעזע אפיליעשאן. דאס זעלבע, פונקט אזוי ווי ווען א מתנחל אדער אן אראבער וועט באגיין א פארברעך אין עס תולה זיין אין זיין רעליגיע איז עס נישט אן ענדייטמענט אויף רעליגיע אין אלגעמיין, די זעלבע זאך ווען אן אומרעליגיעזע מאן באגייט אן עוולה און טוט עס בארעכטיגן מיט א ניהיליסטישע פיליזאפיע עס עס נישט קיין ענדייטמענט אויף זיין אומרעליגיעז.
צו וועלכע רעליגיע געהערן
אלטוריסטישע חיות און בהמות?
קיינער זאגט נישט אז רעליגעזע זענען אויטאמאטיש רעליגעז אין אומרעליגעז זענען אוממארלישץ די שאלה איז עקזיסטירט אזא בן אדם גערופן מאראל אן רעליגיע צו נישט.
גייט א הונגעריקער ארימאן אין וואלד זעט א עושר פארט אריבער מיט פערד און וואגן פיל מיט גאלד און זילבער, טראכט דער ארימאן וואס גלייבט נישט אין גארנישט פארוואס הרגע'ך איך נישט דעם עושר נעם זיין געלט און א סוף צו מיינע ליידן. אדרבה זאגט איהם א סיבה, מאראל שמאראל איך בין הינגעריק זאגט דער ארימאן נאר איך קען מיר אליין העלפן אחת ולתמיד דער עושר האט שוין גענוק הנאה געהאט פון זיין לעבן יעצט איז מיין רייע.
און די זאגסט אז אומרעליגיעזע מענטשן וואלטן דאס געטוהן? אדער איז דיין פראגע פארוואס זיי טוהן עס נישט?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:11 pm
דורך בן תמליון
יא די שאלה איז פארוואס, דאס איז דער נקודה דא, און אויפדעם האט איר חביבי נישט קיין ענטפער.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:16 pm
דורך בן תמליון
יואליש האט געשריבן:און זיי זענען רעלאוועטיווע קאנספעטן. זאל מען הרג'ן איינער וואס זינדיגט מיט אן אשת איש? זאל מען לאזן א קינדערלאזע פארפאלק ערירי ווען די נאטור פאלט דורך? זאל מען לאזן אן אלטער איד, למשל אלישב, אויף א רעספערעטאר מיט יסורים זיך מוטשען פאר חדשים? זאל מען צווינגען מענטשן מיט אנדערע אריענטעשאנס צו בלייבן וואוינען מיט א פרוי? זאל מען א סעריאל רעפיסט לאזן אויף די פריי אדער זאל מען אים איינשפארן? זאל מען מחנך זיין די קינדער איבער נייע טעכנאלאגיע און וויאזוי צו מאכן פרנסה אין א וועלט וואס טוישט זיך ראדיקאל? זאל מען לאזן יענעם'ס הויז אפברענען אים שבת? זאל מען צוברעכען א משפחה און מאכן די קינדער לעבעדיגע יתומים אויב די מאמע ווערט ווייניגער פרום אדער אויס רעליגיעז? אנדערע מענטשן מיט אנדערע מאראל קאמפעס וועלן געבן אנדערע ענטפערס פאר יעדע פראגע, און רעליגע וועט לאו דוקא אלעמאל געבן די ענטפער וואס מיר וואלטן היינט גערופן מאראל.
די סעקולארע וועלט האט זיך אפגעגעבן מיט אינוואלידן נאך ווען מיר האבן זיי געהאלטן אין די קלאזעט. היינט זענען זיי פון די מובחרי הבריאה א דאנק די סעקולארע פאנדן עוועליבעל.
און יא, מיר זענען הפקר צו יעדן רעפיסט און מערדער. ס'איז א פאקט אינעם לעבן וואס האט עקזעסטירט נאך ווען די גאנצע וועלט איז געווען רעליגיעז.
איר זאגט סעקולארע וועלט וואס איז פארפירענד. למשל דער גאנצער אמעריקאנער סעקולארער סיסטעם איז באזירט אויף יודעא-קריסטליכע פילאזאפיע און פאקט איבער 90% גלייבן. די סייענטיפישע קאמיוניטי וואלט נאך היינט אדוואקירט צו פטור ווערן פון אלטע און אינוואלידן חאטש רוב וועלן עס נישט זאגן הויך טאקע צוליב די רעליגעזע טיף איינגעגעסענע מיינונגען ביים פאלק.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 4:31 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:און די זאגסט אז אומרעליגיעזע מענטשן וואלטן דאס געטוהן? אדער איז דיין פראגע פארוואס זיי טוהן עס נישט?
יא די שאלה איז פארוואס, דאס איז דער נקודה דא און אויפדעם האט איר חביבי נישט קיין ענטפער.
ווער זאגט אז כ'האב נישט קיין ענטפער? ביז יעצט האט מען גערעדט צו ס'איז בכלל די מציאות אז אלע סארטן מענטשן האבן מאראלן. יעצט אז דו ענטפער איז א קלארע יא, גייען מיר צום צווייטן שאלה, פארוואס? דו זאגסט אז ווען נישט דו ביסט רעליגיעז וואלסטו געטוהן מה שלבך חפץ, געמארדעוועט און געפילדעוועט. דיינע ווירדן עקזעסטירן בלויז ווילאנג דו קענסט זיי ליינען פון א ספר. אבער ביסט מודה אז דאס פארענטפערט נישט די אלע אומרעליגיעזע מענטשן מיט מאראלען און ווירדן. ממילא דיין ענטפער איז גאר פעלערהאפטיג, און כ'בין חושד אז דער ענטפער איז געקומען נאך פאר די שאלה. אויב האב איך נישט גיט פארשטאנען גיב איך דער נאך א געלעגנהייט, זיי מסביר וואס דו האלסט איז די סיבה אונטער די אוניווערסל מידה פון רחמנות?
טראכט אריין אויב דיין ענטפער איז מסביר פארוואס אומרעליגיעזע פירן זיך אויך מיט מאראלן? פארוואס חיות ובהמות האבן געפילן און אלטוריסטישע רחמנות? איז עס אויך מסביר פארוואס ביים הייטי ערדציטערנישן האבן
מיליאנען מענטשן, אריינגערעכנט אלע סארטן רעליגיעז ווי אומרעליגיעז, מנדב געוען מתן בסתר פון זייער סעלפאן מילאנען מיליאנען דאלארן פאר די קרבנות, יתומים ואלמנות (בשעת פון 11211 איז נישט אריינגעקומען קיין איין דאלער)?
ווען מיר וועלן פארטיג זיין מיט דיין הסבר און אויב מ'וועלן אלע מודה זיין אז ס'איז פעלערהאפטיג, העמיר ווייטער פרובירן צו טרעפען אנדערע הסברים.
(וואס אן אמת, איך בין מודה אז ע"פ לאגיק קען מען עס כמעט נישט מסביר זיין, חוץ דורך די
גאלדענע רול וואס אפי' דאס איז נישט געניג, ווארום יעדער קען טראכטן, מאן ייאמר אז איך בין מחיוב צו מתקן זיין די וועלט, מאן ייאמר אז מיין קליינע פארלעצונג יעצט ווען קיינער זעהט נישט גייט ברענגן א חורבן העולם פאר אנדערע און פאר מיר. און הערשט, איז עס נישט מסביר פארוואס מ'טרעפט די אויפירונג ביי חיות. ממילא האט איך נישט אז די הסבר ליגט אין לאגיק און אויך נישט אין רעליגיע, וואס איז א סארט לאגיק.)
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 5:00 pm
דורך בן תמליון
יואליש האט געשריבן:בן תמליון האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:און די זאגסט אז אומרעליגיעזע מענטשן וואלטן דאס געטוהן? אדער איז דיין פראגע פארוואס זיי טוהן עס נישט?
יא די שאלה איז פארוואס, דאס איז דער נקודה דא און אויפדעם האט איר חביבי נישט קיין ענטפער.
ווער זאגט אז כ'האב נישט קיין ענטפער? ביז יעצט האט מען גערעדט צו ס'איז בכלל די מציאות אז אלע סארטן מענטשן האבן מאראלן. יעצט אז דו ענטפער איז א קלארע יא, גייען מיר צום צווייטן שאלה, פארוואס? דו זאגסט אז ווען נישט דו ביסט רעליגיעז וואלסטו געטוהן מה שלבך חפץ, געמארדעוועט און געפילדעוועט. דיינע ווירדן עקזעסטירן בלויז ווילאנג דו קענסט זיי ליינען פון א ספר. אבער ביסט מודה אז דאס פארענטפערט נישט די אלע אומרעליגיעזע מענטשן מיט מאראלען און ווירדן. ממילא דיין ענטפער איז גאר פעלערהאפטיג, און כ'בין חושד אז דער ענטפער איז געקומען נאך פאר די שאלה. אויב האב איך נישט גיט פארשטאנען גיב איך דער נאך א געלעגנהייט, זיי מסביר וואס דו האלסט איז די סיבה אונטער די אוניווערסל מידה פון רחמנות?
טראכט אריין אויב דיין ענטפער איז מסביר פארוואס אומרעליגיעזע פירן זיך אויך מיט מאראלן? פארוואס חיות ובהמות האבן געפילן און אלטוריסטישע רחמנות? איז עס אויך מסביר פארוואס ביים הייטי ערדציטערנישן האבן
מיליאנען מענטשן, אריינגערעכנט אלע סארטן רעליגיעז ווי אומרעליגיעז, מנדב געוען מתן בסתר פון זייער סעלפאן מילאנען מיליאנען דאלארן פאר די קרבנות, יתומים ואלמנות (בשעת פון 11211 איז נישט אריינגעקומען קיין איין דאלער)?
ווען מיר וועלן פארטיג זיין מיט דיין הסבר און אויב מ'וועלן אלע מודה זיין אז ס'איז פעלערהאפטיג, העמיר ווייטער פרובירן צו טרעפען אנדערע הסברים.
(וואס אן אמת, איך בין מודה אז ע"פ לאגיק קען מען עס כמעט נישט מסביר זיין, חוץ דורך די
גאלדענע רול וואס אפי' דאס איז נישט געניג, ווארום יעדער קען טראכטן, מאן ייאמר אז איך בין מחיוב צו מתקן זיין די וועלט, מאן ייאמר אז מיין קליינע פארלעצונג יעצט ווען קיינער זעהט נישט גייט ברענגן א חורבן העולם פאר אנדערע און פאר מיר. און הערשט, איז עס נישט מסביר פארוואס מ'טרעפט די אויפירונג ביי חיות. ממילא האט איך נישט אז די הסבר ליגט אין לאגיק און אויך נישט אין רעליגיע, וואס איז א סארט לאגיק.)
קוקט אהער פאר יעדן דוגמא פון מענטשליך רחמנות ווי הייטי אא"ו וועל איל אייך ברענגען אנדערע ווי דער מענטש איז גארנישט אזוי מאראליש ווי איר שטעלט עס אראפ, גאנצעטע מדינות אין דריטע וועלט לענדער רצחנ'ט מען, מ'רויבט ואין פוצה פה. נעמט נארט קאריע ווי מיליאנען שטארבן פאר הונגער פאר א קליקע דעספאטן. טשיינע באליוויע אא"ו. ווי זענען די הייטי יפי נפש ווען באשאר אסאד שעכט אויס פיצלעך קינדער. און ווינציק האבן זיך צוקראצט ווען היטלער האט אונז געפירט אין אויבן. איך וואלט געזאגט פארקערט דער מענטש איז פארדארבן ביסודו ער מאכט נאר א שיין פנים ביז עפעס פירט איהם אראפ פון די רעלסן. גראדע איז א פאקט אז מאראל איז דאס העכסטע אין די מערב וועלט ווי דער בייבל איז
דער בייבל אבער דאס איז א זייטיקער זאך.
נעמט מיר נישט שלעכט איך ווייס אין פאקט זענען רעליגעזע נישט בעסער האב איך כאטש א ביכל ווי זייער א"ג מאראל שטייט געשריבן מה שאין כן די אנדערע זייער מאראל קענט איר נישט מסביר זיין ווי איר זענט מודה. אלטראיסם ביי חיות טרעפט זיך נאר ביי געציילטע דאס איבעריקע זענען פשוטע חיות איך האב מורא דער מענטש איז נישט קיין סאך אנדערש.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 5:24 pm
דורך יואליש
1) אויב סיי רעליגיעזע מענטשן און סיי אומרעליגיעזע מענטשן זענען אמאל מאראליש און אמאל נישט, טא ווי איז דיין טענה אז נאר רעליגיע קען געבן מאראלן? מיזט בהכרח מודה זיין אז נישט דאס איז עס.
2) אויב אפי' נאר איין חיה האט די מידה פון רחמנות (באמת האבן אלע, נאר טייל האבן אלטוריזים, דאס הייסט אפי' נישט פאר די אייגענע גרופע), מיזטו דאס מסביר זיין. אויב קען דיין הייפאטאסיס דאס נישט עקספלענען, איז עס פעלערהאפטיג.
3) מערב איירופע איז א גאט-לאזע שטח, און זיי האבן די זעלבע, אויב נישט מער, הומען רחמנות פון די אמעריקאנע.
5) וויאזוי ביסטו מסביר ווען א גאט-לאזע גוי פון סאן פראנציסקא איז מנדב זיין לעצטע פינעף דאלער פאר די רעד קראס?
4) א ריזן טייל פון 90% אמעריקאנע וואס גלייבן אין עפעס א סארט גאט, גלייבן נישט אין שכר ועונש, און גלייבן נישט אין די בוך, און גלייבן נישט אז גאט איז א באגריף וואס פאדערט עפעס פונעם מענטש. טא פון ווי נעמען זיי די מאראלן?
5) אויב זאכן וואס שטייען אין דיין בוך וואס דו ריפסט אן מאראלן, ווערן פארעכענט ביי 90% אמעריקאנע אלס אגרעסיווע אכזריות, דאן וויאזוי קענסטו זאגן אז די אמעריקאנע ווירדן קומען פון די בוך. אפשר איז א פערצופאל אז טייל פון זייערע ווירדן, ווי למשל גנב'נען, שטייט פערצופאל אויך אין די בוך?
6) אויב די בוך זאגט א פאל וואס מ'מעג איינעם אויספאפען, למשל א עלענדע גוי'ישע פויער אין וואלד וואס גייט קיינמאל נישט וויסן אז דו ביסט א איד און אז דו האסט אים אפגעפאפט, איז עס מאראליש עס צו טוהן? אויב נישט, וויאזוי קען זיין אז די בוך זאגט אז מ'מעג יא? און איז עס נישט א ראיה אז די בוך איז לאו דוקא עפעס וואס די וואלסט באצייכענט אלס ווירדיג?
7) קענסט נישט טראכטן פון רעליגיעזע מענטשן וואס האבן געניצט רעליגיע צו בא'עוולה'ן אנדערע מענטשן? טראכט קריסטן אין דער מיטל אלטער. סאו מ'קען ניצן רעליגיע פאר גיטס און פאר שלעכטס. וויאזוי שטימט דאס מיט רעליגיע גיבט א מענטש מאראלן?
8) וויאזוי אידענטפיצירט מען געמאכטע מאראלן אדער אמת'ע מאראלן? אויב איז עס א גיטע מדה איז עס גיט, אז נישט, נישט.