בלאט 1 פון 1

סוד הצום בט' בטבת וגילויו, והמסתעף

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:55 am
דורך [NAMELESS]
הסוד והגילו

דער מחבר אין סימן תק''פ רעכענט אויס א לאנגע ליסטע פין טעג וואס איז ראוי צי פאסטן אין זיי, ביי אלע געט ער אן דער סיבה דערפאר אחוץ איינע, וז''ל
בח' בטבת נכתבה התורה יונית וכו בו בט' בו לא נודע איזהו הצרה שאירע בו וכו'

דער טורי זהב איז מתמיה אויפן מחבר היתכן אז ער ווייסט נישט דער סיבה ''הא איתא בסליחה שאומרין בי' בטבת שבט' בו מת עזרא'' וכוונתו איז צי דער סליחה וואס הייבט זיך אן אזכרה מצוק וואס דארט שטייט
זועמתי בתשעה בו בכלימה וחפר, חשך מעלי מעיל הוד וצפר, טרף טרף בו הנותן אמרי שפר, הוא עזרא הסופר,

איז דא וואס ווילן זאגן אז היות דער מחבר איז דאך געווען א ספרדי אין דער סליחה מקורו ביי די אשכנזים פארדעם האט ער עס נישט געזען, אבער דאס איז נישט מספיק, א ווייל עס איז דא אין ספרדיש'ע סליחות אויך דערמאנט מיתת עזרא, אין אויך ווערט דאס דערמאנט אין די ספרי הראשונים וואס דער ב''י האט געזען ווי דער בה''ג וכל בו,
אבער אז מען קיקט אין די ספרי הראשוים זעט מען אז מיתת עזרא איז נישט דער סיבה אדער עכ''פ נישט דער איינציגסטע סיבה צי פאסטן בט' בטבת, אין אזוי טענ'ט דער חיד''א אין ברכי יוסףף, וז''ל
ואשר תמה הרב הט''ז אין כאן תימה שהרי כתבו בה''ג וכלבו בט' בו לא כתבו רבותינו למה הוא ובו ביום מת עזרא, והדבר פשוט דהגם דידעו שבו מת עזרא ממה שלא נכתב על מה מתענין יש סוד בדבר דאי התענית משום עזרא ליכתבו להדיא בט' בו על שמת בו עזרא וכדרך שכתבו בכל שאר ימים, אלא מתוך שסתם סוד יש בדבר, וכן משמע מדברי ארחות חיים סי כ''ג שכתב וז''ל בט' בו לא כתבו רבותינו על מה ונסתר הסוד, ובו ביום מתו עזרא ונהמיה עכ''ל

זעט מען אז אחוץ פין מיתת עזרא איז דא נאך א סודות'פולע סיבה צו פאסטן, וואס איז דער גרויסער סוד?

דער ברוך טעם איז זיך מתחסד מיט אונז אין איז מגלה דעם סוד, וז''ל מצאתי בכת''י שבט' בטבת נפטר שמעון הקלפוס שהושיע את ישראל בצרה גדולה בזמן הפריצים נקבע יום מיתתו לתענית עולם בירושלים ע''כ, ווער איז דער שמעון וואס לזכרו האט מען קובע געוווען אזא מיסריעזע תענית? דער איז נישט קיין אנדערער ווי שמעון כיפא אדער בלע''ז saint Peter וואס ווערט פאררעכנט ביי די קריסטן צי זיין דער ערשטער פויבסט אין דער גרעסטער פין ישו'ס 12 שלוחים אין זאגאר דער ערשטער צי אנער קענען ישו אלץ משיח אין זין פון גאט כמבואר בברית החדשה
שָׁאַל אוֹתָם: "וְאַתֶּם מָה אוֹמְרִים, מִי אֲנִי?"

16 עָנָה שִׁמְעוֹן כֵּיפָא וְאָמַר: "אַתָּה הַמָּשִׁיחַ, בֶּן־אֱלֹהִים חַיִּים!"

17 אָמַר לוֹ יֵשׁוּעַ: "אַשְׁרֶיךָ שִׁמְעוֹן בַּר־יוֹנָה, כִּי לֹא בָּשָׁר וָדָם גִּלָּה לְךָ, אֶלָּא אָבִי שֶׁבַּשָּׁמַיִם. 18 וְגַם אֲנִי אוֹמֵר לְךָ כִּי אַתָּה כֵּיפָא וְעַל הַצּוּר הַזֶּה אֶבְנֶה אֶת קְהִלָּתִי וְשַׁעֲרֵי שְׁאוֹל לֹא יִגְבְּרוּ עָלֶיהָ. 19 אֶתֵּן לְךָ אֶת מַפְתְּחוֹת מַלְכוּת הַשָּׁמַיִם וְכָל מַה שֶּׁתֶּאֱסֹר עַל הָאָרֶץ יִהְיֶה אָסוּר בַּשָּׁמַיִם, וְכָל מַה שֶּׁתַּתִּיר עַל הָאָרֶץ יִהְיֶה מֻתָּר בַּשָּׁמַיִם
אין דער גאנצער וואטיקאן איז א ישיבה על קברו ממש וואס די קריסטן געבן אן אז זיין גוף ליגט באהאלטן אינטער דער בנין, (דאס ווייסט מען אז דער וואטיקאן איז געבויעט אויף א בית הקברות, להדיל פין אונזער הייליגע מקומות ווי אםי' א טמא מת מעג נישט אריין קימן), נא פרעגט זיך די קשיא ווי קימט דאס אז חכמינו זאלן קובע זיין א תענית ביום מיתתו עס וואלט מער געפאסט מקיים צי זיין דעם באבוד רשעים רינה,

דער פתרון דערצו ליגט אין א איטערעסאנט שטיקל היסוריע אנדער וועלן דאס ריפן א שיינע לעגענדע, דער מקור אי זפין א ' מדרש' אין אוצר המדרשים פין אייזנשטאט אין פין דעם פאלעמיק ביכל תולדות ישו, עס איז פארבינדען מיט דער התיסדות פין דער כת הנוצרים נאך ישו'ס טויט וואס ווי באקאנט האט זיך דאס אנגעהויבן אלץ א אינעווענדיגסטער אידישע כת אין אין יענע תקופה האבן זיי שטארק מצליח געווען צי שלעפן א גרויס ציבור פין אידן אויך האבן זיי אויסגעטיילט גרויסע צרות פאר די אידן, האבן זיך די זקני ישראל דערזען אי א שעת צרה זיי מאכן אן א שרעקליכע חורבן, האבן זיי געמאכט א אסיפה מטכת עצה זיין וואס טוט מען דא,
לשון המדרש
ויהי ככלותם לדבר ויקם זקן אחד מן הזקנים ושמו שמעון כיפא והיה משתמש בבת קול, ויאמר להם:
שמעוני אחי ועמי, אם טוב בעיניכם דברי אבדיל את האנשים האלה מעדת בני ישראל
ולא יהיה להם חלק ונחלה בקרב ישראל, אך אם תקבלו עליכם את העוון.
ויענו כלם ויאמרו:
נקבל עלינו העוון אך כאשר דברת עשה.
שמעון איז אויפגעקימן מיט א פלאן ריינציגיין אינעווייניג אין די כת הנוצרים אין אזוי זיי אפשאקלען פין כלל ישראל, ער האט זיך דערלערנט דעם שם המפורש אין באוויזן פאר די נוצרים אותות ומופתים ביז עס איז געלונגען זיי צו איבערצייגן אז ער איז גאר אשליח פון ישו זיי צו לערנען זיין תורה,
ויאמר להם שמעון כיפא:
דעו כי ישו היה שונא לישראל ותורתם כמו שניבא ישעיה חודשיכם ומועדיכם שנאה נפשי, ועוד דעו לכם, שאינו חפץ בישראל כמו שניבא הושע כי אתם לא עמי, ואף שיש בידו לעקור אותם מן העולם ברגע אחד מכל מקום אינו רוצה לכלותם, אך הוא רוצה להניח אותם כדי שיהיה תלייתו וסקילתו לזיכרון לדורי דורות. ורוב עינוי הגדול שהיה סובל כל הייסורים כדי לפדות אתכם מן הגיהינום.

ועתה הוא מזהירכם ומצווה לכם:
- שלא תעשו עוד רעה לשום יהודי
- ואם יאמר יהודי לנוצרי לך עמי פרסה ילך עמו שתי פרסאות,
אין אפי' דער באקאנטער אימרה וואס די קריסטן זענען מיחס צי ישו 'אז איינער פאטשט דיר אין דער רעכטע באק געב עם די לינקע אויך' איז דער מדרש מיחס צי שמעון
ואם יכנו יהודי על הלחי השמאל יטה לו גם הלחי הימין כדי שיאכלו שכרם בעוה"ז ובעולם הבא יהיו נדונים בגיהינום,
- ואם תעשו כך תזכו לשבת עמו במחיצת

דאס איז געווען דער ערשטער ציל פין שמעון אז זיי זאלן נישט רודפ'ן די אידן נאכדעם האט ער געוואלט טוישן זייערע מצות אז עס זאל נישט אויסזען מער ווי א אידישע כת
והנה הוא מצווה עליכם:
שלא תחוגו את חג המצות אך תחוגו את יום מיתתו,
ובמקום חג השבועות תחוגו ארבעים יום משנסקל ועלה לרקיע אח"כ,
ובמקום חג הסוכות תחוגו יום לידתו וביום השמיני ללידתו תחוגו היום אשר נמול בו.

ויענו כולם ויאמרו: כל אשר דברת נעשה אך אם תישאר אצלנו,
ויאמר: אנכי יושב ביניכם אם תעשו לי כאשר ציווה עלי לבלתי לאכול שום מאכל רק לחם צר ומים לחץ, ועליכם לבנות לי מגדל בתוך העיר ואשב בו עד יום מותי.
ויאמרו: כדבריך כן נעשה.
אין אנדערע מקורות ווערט אויך געברענגט אז ער האט געטוישט דעם רו טאג פון שבת צי זונטאג אין ער האט זיי מתיר געווען מאכלות אסורות,

אין נאכדעם ווי עס איז עם געלונגען זיין פלאן האט ער זיך פורש געווען ין א מגדל כדי ער זאל נישט דארפן עובר זיין עבירות אין דארט געווען עד יום מותו,
ויבנו לו מגדל ויהי לו המגדל לדירה ויתנו לו חוק דבר יום ביומו עד יום מותו לחם ומים וישב בתוכו, ויעבוד את אלוהי אבותינו אברהם יצחק ויעקב ויעש פיוטים לרוב מאד וישלחם בכל גבול ישראל למען יהיה לו לזיכרון בכל דור ודור, וכל פיוטיו אשר עשה שלח לרבותיו.

וישב שמעון בתוך המגדל שש שנים וימת ויצו לקבור אותו במגדל ויעשו כן. אחר כך בנו עליו בנין מפואר ועדיין מגדל זה ברומי וקורין אותו פיטר והוא שם של אבן, שישב שם על האבן עד יום מותו.
אינטערעסאנט צו באמערקן אז אין דער ברית החדשה שטעלט זיך אפ דער שילדערונג פיטער אימיטן זיין לעבן אין עס ווערט נישט אויסגעפירט וואס ער האט געטון עד יום מותו
אין אין דער תולדות ישו ווערט אויסגעפירט ''וימת שמעון ויתאבלו בנ''י את שמעון וקבעו יום מותו להתענות בכל שנה ושנה והוא ט' בטבת', לכאורה דאס איז דער כונה פונעם ברוך טעם מצאתי בכת''י אין מען פארשטייט די סיבה פון קובע זיין א תענית לזכרו צוליב זיינע גרויסע אויפטוען,
די גאנצע לעגענדע האט א מקור אין רש''י על הש''ס די גמרא אין ע''ז י. זאגט אויף די רומים 'אין להם כתב ולשון' איז דא דארט א רש''י וואס די צענזור האט ארויסגענימן אין דער דקדוקי סופרים ברענגט עס וז''ל ''"כל ספרי טעותם יוחנן פאולוס פטרוס והם יהודים היו... הם שנו ועמקו הלשון ועשו להם הבל לחשבה בפני עצמם ולסלקם מעל ישראל, ולא שכפרו כי לטובתן של ישראל נתכוונו, אלא מפני שראו ישראל בצער ובדוחק מתרמיסי ישו עשו עצמם כאלו הם עמו בקדישות וצוו עליהם, הכל כמפורש בסיפור תליית ישו".

נאך א מקור ווי שמעון ווערט געריפן צדיק איז אין ספר חסידים סימן קצ''ג וז''ל
אם נשתמד ישראל קורין לו שם גנאי שנאמר וכו ואפולי צדיק וטועין אחריו כשמעון כיפא אומרים שמעון פטר חמור


אינטערעסאנט צוצילייגן אז אין דעם לוח היום יום וואס האדמו''ר מליבביץ האט מסדר געווען שטייט אויף ט' טבת
ט טבת

נהיגין בנוסח עלינו לומר: שהם משתחוים להבל ולריק, - וגם בתפלת מוסף דר"ה אומרים כן - ומדייקים שלא לומר ומתפללים כו'. הרקיקה היא אחר האמירה. טעם הרקיקה, כי מדבור מתהווה רוק, ואין רוצים ליהנות מרוק זה.
מוטשענען זיך די חסידים וואסערע שייכות האט דאס מיט ט' טבת , [url][url=http://www.haoros.com/Archive/index.asp?kovetz=816&cat=11&haoro=1]איז מען מסביר[/url]איז מען מסביר[/url] אז לויט די טעאריע פארשטייט מען דער שייכות ווייל אין דער טאג איז נפטר געווארן דער וואס האט זיי מדחה געווען מכלל ישראל,

ווי דערמאנט שטייט דער גאנצער דראמאטישע מעשה אויף דער מדרש אין אויף דער תולדות ישו וואס ביידע פין זיי האבן נישט קיין גרויס סמכות אין זעט אויס מער ווי א צוזאמשטעל פין מעשה'לעך אין ליצנות'ער וואס האבן זיך ארומגעדרייט ביי די אידן אפציחוזקן פון די קריסטן,
בכלל דארף מען וויסן לגבי די טעאריע אז פיטער איז געווען דער וואס האט פארגוישט די קריסטן, אז ביי די קריסטן ווערט ער געריפן apostle to the Jews דהיינו שליח צו די אידו ווייל ער האט געפרעדיגט צי די אידן זיי צו שלעפן צי קריסטענדום, אין פאול ווערט געריפן apostle to the Gentiles שליח צו די גוים ווייל ער האט בעיקר געשלעפט גוים, עס איז ידוע במקורות הנוצרים אז די צוויי האבן געהאט א מחלוקת בענין זה צי מען זאל לאזן קריסטענדום אידיש אדער נישט אין פיטער איז געווען דער וואס האט געהאלטן אז עס דארף יא בלייבן אידיש,

אין דער מדרש שטייט אז ווען שמעון איז געזעצן אין דעם מגדל האט ער מחבר געווען פיוטים אין עס געשיקט דורך א שליחח צי זיינע רב'ס אין זיי האבן עס זייער משבח געווען אין אזוי איז טאקע נתיחס געווארן צי עם דער נשמת אין אויך איינע פין די סדרי עבודה, וכבר דיברו בזה איך וויל נאר צי לייגן איין מקור וואס איז נישט געברענגט געווארן דארט איזנשטאט אין אוצר המדרשים אין זיין הקדמה צי דער מדרש שמעון כיפא ברענגט ער פון שד''ל אין כרם חמד וז''ל
והנה אני השתוממתי ונבהלתי זה כ''ד שנים שראיתי בפירוש המחזור כת''י תשובת רבינו תם כתוב בה כי שמעון כיפא יסד סדר עבודת יו''כ אתן תהילה , וסרה תמיהתי אחרי עשרים שנה כשראיתי בפירוש המחזור כת''י שבידי אתן תהיליה, שמעון כיפא שקורין ק' פיירו עשה השבח הזה לאחר שתיקן להם אמונת הנוצרים וישב במגדל רומי כל ימיו בלחם צר ומים לחץ ושלח להם זה השבח להודיע להם כי כלל לא האמין בישו אבל להשקיט הפריצים שהיו פורצים בישראל נתכוין עכ''ל אז הבנתי כי דברי ר''ת מיוסדים על שמועות שוא שנתפשתה בישראל בימי קדם בזמן הצרות והשמדות בכונה לחזק אמונת ההמון כשישמעו כי ראש האפוסטולי כתב פיוטים בשבח האמונה הישראלית ושכוונתו כשיסד האמונה החדשה לא היתה אלא לשם שמיםולטובתם של ישראל


עוד טעמים להצום
ווי געזען פריער האלטן די נו''כ פונעם שו''ע אז דער סיבת הצום איז דאס וואס עזרא איז נפטר געווארן אין דער טאג אין דאס איז ע''פ די סליחה וואס מען זאגט י' בטבת, אבער אין ספר היוחסין אין אין נאך מקורות איז מבואר אז עזרא איז נפטר געווארן י' בטבת, אויב אזוי איז צ''ע פארוואס זאל מען קובע זיין ט' לזכרו איז דא וואס שרייבן אז היות י' פאסט מען שוין ממילא וואלט נישט ניכר געווען אז מען פאסט לזכר עזרא פארדעם האט מען דאס מקדים געווען מיט א טאג (וכבר העירו דפרעניות לא מקדימים)
ב) לידת ישו
אין ספר העיבור שטייט אז ט טבת איז ישו געבוירן איז דא וואס ווילן זאגן אז דאס איז דער סיבת הצום אלץ אבילות, אין דאס וועט זיין א שטיקל מקור למנהג ליל ניטול,
א אינטערעסאנטע זאך האב איך געזען אין א ספר 'שקיעין' פין פרופ' שאול ליברמן ז''ל ער ברענגט פין א קראי'שע מקור אז עשרה בטבת האבן די אידן זיך געפירט צי זיין מקטיר קטורת אין טיילן מנות ולהדליק נרות, אין פין א נוצרישע מקור ברענגט ער אז א טאג נאך דער יום הולדת פין ישו האבן די אידן זיך געפירט כנ''ל מקטיר זיין קטורת טיילן מנות אין צינדן ליכט וויל ער צוזאמשטעלן ביידע ע''פ הנ''ל אז ט' טבת איז יום הולדת ישו, נאר די סיבה פון די שמחה איז נישט קלאר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:17 am
דורך לעיקוואד
אדער קען מען טייטשען, דער צרה איז אז לא נודע, מען ווייסט נישט.. דאס איז די גרעסטע צרה.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 9:12 am
דורך [NAMELESS]
לעיקוואד האט געשריבן:אדער קען מען טייטשען, דער צרה איז אז לא נודע, מען ווייסט נישט.. דאס איז די גרעסטע צרה.

כן כתב החת''ס שלא הרגישו ישראל בהצרה שאירע בו ולא נתעוררו וזה גרם חורבן הבית

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:36 am
דורך שמערל
עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן דער ערשטער מקור צו דעם תענית ביום ט' טבת, אויב איז עס נאר דער בה"ג וואס דער מחבר צוטירט, דאן איז טאקע אלעס בלויז לעגענדעס, ווייל ביז איבער טויזענט יאר נאכדעם וואס פטר איז געשטארבן איז נאך בכלל נישט געווען דער תענית.
משא"כ אויב האט דער תענית א פריערדיגע מקור מזמן המשנה, איז די עצם התענית א שטארקע מקור צו די לעגענדע, אויף אזויפיל אז די אידן בימי פטר האבן געהאלטן אז ער איז א זייעריגער.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 6:42 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:51 pm
דורך [NAMELESS]
די גאנצע מעשה מיט שמעון כיפא (על צד עס איז אמת) ברענגט אויף א שטארקע שאלה, איז טאקע אויסגעהאלטן אזוי צי טון? א) צי לעבן ווי א גוי כדי צי ראטעווען כלל ישראל אין ב) מעג מען מדחה זיין אידן פין כלל ישראל זיי זאלן זיך נישט פירן ע''פ תורה צוליב זיי פרעזענטירן א געפאר פאר כלל ישראל?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 7:05 am
דורך לעיקוואד
גראדעמעכעלע האט געשריבן:די גאנצע מעשה מיט שמעון כיפא (על צד עס איז אמת) ברענגט אויף א שטארקע שאלה, איז טאקע אויסגעהאלטן אזוי צי טון? א) צי לעבן ווי א גוי כדי צי ראטעווען כלל ישראל אין ב) מעג מען מדחה זיין אידן פין כלל ישראל זיי זאלן זיך נישט פירן ע''פ תורה צוליב זיי פרעזענטירן א געפאר פאר כלל ישראל?

די שאלה איז אפילו אויפ'ן צד עס איז נישט אמת, וואס האט דער וואס האט עס אויסגעטראכט/דערציילט/געגלייבט געטראכט? און איז טאקע אפשר מער אן אינטרעסאנטע שאלה צו קלערן ווי די היסטארישע חקירה אויב איז אזוי געשעהן. ווייל דאס קען אונז געבן צו פארשטיין וויאזוי די אידען האבען געטראכט ביחס צו טוהן אזוי אן עבירה לשמה (כמובן אסתר ויעל וכו' זענען גוטע דוגמאות דערצו, זיי האבען געטוהן עבירות און זענען נישט סתם מפארענטפערט זיי נאר זיי זענען נאך הירו'ס אויך), און וויאזוי זיי האבען געטראכט ביחס צו נצרות און דער ביטול המצוות ופירוד מכלל ישראל זייערע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 10:43 am
דורך נאה דורש
איך פארשטיי נישט די בית יוסף האט דאך געזעהן די גמרא?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 11:21 am
דורך שמערל
מען רעדט דא פונעם ניינטן, נישט עשרה בטבת.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 5:29 pm
דורך [NAMELESS]
שמערל האט געשריבן:עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן דער ערשטער מקור צו דעם תענית ביום ט' טבת, אויב איז עס נאר דער בה"ג וואס דער מחבר צוטירט, דאן איז טאקע אלעס בלויז לעגענדעס, ווייל ביז איבער טויזענט יאר נאכדעם וואס פטר איז געשטארבן איז נאך בכלל נישט געווען דער תענית.
משא"כ אויב האט דער תענית א פריערדיגע מקור מזמן המשנה, איז די עצם התענית א שטארקע מקור צו די לעגענדע, אויף אזויפיל אז די אידן בימי פטר האבן געהאלטן אז ער איז א זייעריגער.

דער מחבר אין דער בה''ג ברענגען בייגע א רשימה פין טעג וואס מען זאל פאסטן די רשימה איז ידוע אלץ מגילת תענית בתרא וואס ערשיינט ציזאמען מיט דער מגילת תענית , אבער איז נישט פין איין מחבר עס איז געשריבן איןעברית נישט אין ארמית ווי דער מגילת תענית, ווי אויך איז ער זיך סותר מיטן מגילת תענית ווי למשל, אין מגילת תענית שטייט אז פין ח ביז כ''א בניסן זאל מען נישט פאסטן אין אין דער מגילת תענית בתרא שטייט ח' אין י' ניסן אלץ ימי צום, אין דער מגילת ענית בתרא שטייט אויך אויף ט' בטבת 'לא כתבו רבותינו על מה הוא',
דער פונקטליכע זמן ווען דער מגילה איז געשריבן איז נישט ידוע, אבער עס מוז זיין עלטער ווי דער בה''ג וואס ברענגט עם אין אויך ווערט עס געברענגט אין אסאך פיוטים מזמן הגאונים, די חוקרים זענען משער אויף ארום דער 5'טע יאר הונדערט, (איינע פין די ימי הצום אין בט ווערט דארט אויסגערעכנט וועגן א גרויסע רעש וואס איז געשען אין ארץ ישראל, די חוקרים זענען משער אז דער כונה איז אויף א גרויסע ערד ציטערניש וואס איז געשען במאה השמינית עי' כאן מען דארף זאגן אז דאס איז שפעטער נוסף געווארן ווייל עס איז כמעט ברור אז דער עצם רשימה איז עלטער דערפון)
נאך א מקור וואס מען דארף באטראכטן איז דער תולדות ישו וואס זיין היסטארישער ווערט איז נאכנישט געהעריג קלארגעשטעל געווארן,

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 5:39 pm
דורך [NAMELESS]
גראדעמעכעלע האט געשריבן
נאך א מקור ווי שמעון ווערט געריפן צדיק איז אין ספר חסידים סימן קצ''ג וז''ל

אם נשתמד ישראל קורין לו שם גנאי שנאמר וכו ואפולי צדיק וטועין אחריו כשמעון כיפא אומרים שמעון פטר חמור

ר''י החסיד איז נישט מסביר פארוואס מען דארף עהם מכנה זיין א שם גנאי, עס קען זיין אז ר''י החסיד האט טאקע נישט געקיקט מיט א גוט אויג אויף דאס וואס שמעון כיפא האט געטון,
גראדעמעכעלע האט געשריבן
) לידת ישו
אין ספר העיבור שטייט אז ט טבת איז ישו געבוירן איז דא וואס ווילן זאגן אז דאס איז דער סיבת הצום אלץ אבילות, אין דאס וועט זיין א שטיקל מקור למנהג ליל ניטול,

מען דארף באמערקן אז דער ספר העיבור שרייבט נישט מידיעה אז ישו איז געבוירן בט' טבת נאר ער מאכט א מאטעמאטישער חשבון אויף דער הנחה איז ישו איז געבוירן אינעם 25'סטער פין דעצעמבער אז דאס קימט אויס ט' טבת, אבער ער אליין לאכט אפ פין דער דאטום אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה צי גלייבן אז ער איז טאקע געבוירן אוף דעם טאג