בלאט 1 פון 5
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:53 am
דורך רויטע וואנצעס
ביים מודיע זיין די פיינעליסטן וועט מען אויך מודיע זיין ווער די שרייבערס זענען, אדער דאס וועט זיין נאכן גאנצן פארמעסט?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:57 am
דורך לית דין בר נש
זיכער זאל מען ווארטן ביז נאכן פארמעסט אז נישט איז א שאד די גאנצע האלטן פארהוילן ביז יעצט
אבער לכאורה די איבריגע ניין פון יעדע סעט וואס זענען נישט געווינערס קען מען יא מודיע זיין צו וועם עס גיהערט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:58 am
דורך כוכב
לכאורה זאל מען עס האלטן בסוד, אבער אולי זאל מען אנפרעגן נהורא אדער יאיר צי ס'איז יושר. איך בין שוין צעמישט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:59 am
דורך לית דין בר נש
נישט נוגע מער
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:00 am
דורך רויטע וואנצעס
כוכב האט געשריבן:לכאורה, אבער אולי זאל מען אנפרעגן נהורא אדער יאיר צי ס'איז יושר. איך בין שוין צעמישט.
וואס דארפסטו די מיטל מענטש, קענסט דאך גיין גלייך צו לעיקוואד.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:48 pm
דורך ישמעאל הכהן
מיט וויפיל וואוטס מער פון די אנדערע?
אה, מ'קען שוין זען די צאל שטימען
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:56 pm
דורך יואב
א קלאפ פאר פאעזיע! א ניצחון פאר געזעלשאפטליכע טעמעס/פראבלעמען, גראמען און הומאר.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:56 pm
דורך [NAMELESS]
מזל טוב!!
(א שאד כ'ווייס נישט ווען צו ווינטשען אויף געווינען די ערשטע ראונד)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:01 pm
דורך ישמעאל הכהן
נאר איינע פון מיינע געוועלטע האט געווינען. א גוט ווארט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:02 pm
דורך שעפטל

- שושנים 1.png (230.5 KiB) געזען געווארן 2857 מאל
שאלה, די באלד איז אלס געווינער'ס...?
אזוי אויך, מיינט דאס אז אינגאנצן 103 מענטשן האבן געשטימט???
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:03 pm
דורך לעיקוואד
יואב האט געשריבן:א קלאפ פאר פאעזיע! א ניצחון פאר געזעלשאפטליכע טעמעס/פראבלעמען, גראמען און הומאר.
פאעזיע איז זיך מחזק אז ער ווערט נישט נתפעל פון דער עולם גולם. ער ווייסט ביי זיך וואס ער איז און גענוג. עס וועט נאך אמאל זיין רבים ביד מעטים גיבורים ביד חלשים בני בינה אומרים ומתלבטים בחברותא.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:04 pm
דורך רויטע וואנצעס
כ'האב נישט געציילט וויפל שטימעס זענען אריינגעקומען, אבער דער עולם האט שטארק אנטיילגענומען. א מאסיווע סוקסעס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:04 pm
דורך ישמעאל הכהן
ענדערש א קלאפ פאר לשון הקודש, א נצחון פאר מאמע לשון!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:07 pm
דורך שעפטל
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כ'האב נישט געציילט וויפל שטימעס זענען אריינגעקומען, אבער דער עולם האט שטארק אנטיילגענומען. א מאסיווע סוקסעס.
אויב ס'דא 309 שטימעס, מיינט דאס אז 103 בערך האבן געשטימט. כ'שטעל מיך פאר אז יעדער איינער האט געשטימט פאר 3.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:08 pm
דורך רויטע וואנצעס
רוב עולם וואוט פאר וואס זיי פארשטייען, נישט פארוואס מ'דארף זיי מסביר זיין. זיי מעגן זיין פיל טיפער טאלאנטפולער און א שטיק ארט, אבער רוב עולם פארשטייט נישט צו דעם, ס'איז א בחינה פון מאדערן ארט וואס קען זיין גאר טיף, אבער נארמאלע מענטשן פארשטייען עס נישט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:09 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:ענדערש א קלאפ פאר לשון הקודש, א נצחון פאר מאמע לשון!
ישמעאל הכהן: אז מ'איז אין א פאעטישע שטימונג, קענמען דיין מאמר אויכעט פארוואנדלען אין א מיני פאעמע...והנה:
...א נצחון
...פאר מאמע לשון
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:10 pm
דורך מאטי
יואב האט געשריבן:א קלאפ פאר פאעזיע! א ניצחון פאר געזעלשאפטליכע טעמעס/פראבלעמען, גראמען און הומאר.
אין ליכט פון דיין באהויפטונג, בין איך פראוד אז קיין איינע פון מיינע אויסוואלן האבן געווינען. דאס איז געווען איינע פון מיינע גרעסטע נקודות פארוועם נישט צו שטימען.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:12 pm
דורך ישמעאל הכהן
רויטע, ס'גוט וואס דו זאגסט אז ''רוב'' עולם וואוט וואס זיי פארשטייען, ווייל ס'אויך דא א חלק וואס וואוט'ן וואס זיי פארשטייען נישט... זיי ווילן דו זאלסט מיינען אז זיי פארשטייען עס יא... וק''ל.
מ'האקט
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:14 pm
דורך לעיקוואד
רויטע וואנצעס האט געשריבן:רוב עולם וואוט פאר וואס זיי פארשטייען, נישט פארוואס מ'דארף זיי מסביר זיין. זיי מעגן זיין פיל טיפער טאלאנטפולער און א שטיק ארט, אבער רוב עולם פארשטייט נישט צו דעם, ס'איז א בחינה פון מאדערן ארט וואס קען זיין גאר טיף, אבער נארמאלע מענטשן פארשטייען עס נישט.
אבער אויב וועט יעדער איינער בלייבען מיט זיין טעם און הבנות פון פריער ווי ער איז געווען אין חדר מה הועילו חכמים בתקנתם? דא איז עפעס א חתונה ווי מדארף אויסגראמען יעדער פעטער מיט גראמען וואס יעדער פארשטייט ווייל אזוי איז דער מנהג? מען מאכט דא אזא קאנטעסט אז דער עולם זאל זיך טאקע לערנען עפעס ניי, צו קענען הנאה האבען פון עפעס וואס איז א משהו טיפער אדער אנדערש פון די חתונה בדחן גראמען און וויצען. עכ"פ דאס איז דער תועלת וואס וואלט געקענט זיין. אז מוויל דווקא בלייבען קינדעריש און זיך נאך פרייען דערמיט איז דא פאר דעם אנדערע סייטס.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:15 pm
דורך יואב
מ'זעט דא קלאר ווי יעדע שטימע האט געציילט. געוויסע פאעמעס האט בלויז איין שטימע געמאכט א זיכערן חילוק. אויב איז דא א פארלירער מיט 29 און א געווינער מיט 30, טייטש אז ווען עמיצער וואס האט געשטימט פאר דעם געווינער וואלט געשטימט פאר דעם 29'גער, וואלט ער געמאכט א צווייטן געווינען.
איך בין טאקע נייגעריג וואס וואלט געווען ווען למשל בני בינה קלאמערט זיך אויך צו דעם נומער דרייסיג, וואלט געווען פיר געווינער? א ראן-אוף? ס'איז א שאלה הלכה למעשה. אין דעם פאל זענען עטליכע זייער טייט, און יתכן אין די אנדערע צוויי חלקים וועט אזאנס געשען.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:17 pm
דורך יאיר
וואס איך נעם ארויס פון די רעזולטאטן: די אידן אויף קאווע שטיבל גלייכן א גוט ווארט, האבן פיינט זייערע ווייבער, און גייען משוגע איבער דעם טוילעט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:18 pm
דורך מאטי
ס'איז מיר באמת א חידוש אז "גיבורים" האט אנגעצויגן די ווייניגסטע שטימען, דאס איז געווען מיין "נומער איינס." איינער (כ'מיין די אנדערע 12) איז מיט מיר?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 4:18 pm
דורך ישראל קאפקע
שעפטל האט געשריבן:שושנים 1.png
שאלה, די באלד איז אלס געווינער'ס...?
אזוי אויך, מיינט דאס אז אינגאנצן 103 מענטשן האבן געשטימט???
די באלדס זענען די וועלכע דו האסט אויסגעוועלט, זעט זיך אויס אז דו האסט א גוטע נאז.
זיכער מער ווי 103, ווייל איינער האט געשריבן אז ער האט בטעות געשטימט נאר פאר איינס, און עטליכע האבן געשטימט פאר צוויי.