אויספאסטען והגליל

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

אויספאסטען והגליל

שליחה דורך נתן מנחם »

קודם כל דארפען אונז פארשטיין די מנהג ישן פון גיין אין בעקעריי און קויפען מיט די אויגען צענדליגע מזונות'ן ממינים שונים , קאקאש, ראני קאקאש מיט ברעקלאך אהן ברעקלאך, הויכע, נידריגע, ראגעלעך, רינדעכיגע קלאקווייז, רינדעכיגע קאונטער קלאקווייז. קרעמיש קעיקס, קיפעלעך מיט טארטען, דעניש'ס מיט בעלס, עפל טורנאויווערס מיט די אסארטעד קוקיס וכו'

רבותי! צו דען פעהלט אויס אזוי פיל? גייסטו דען עסן מער ווי א כזית? די גייסט דאך אויספאסטען בחינם אויף די שמש פון ביהמ"ד צוגעגרייטע ספאנדש קעיק מיט ארענדש זשאוס. דערנאך אהיים קומען אוןן זיך מאכען בא'טעם'ט צו בני בית ווי כאילו די פאסט נאך. צוגעגרייט אויפ'ן טיש איז ריזיגע פלעטערס פון קעקי און קוקיס אזוי אס עס זעהט אויס ווי א תנאים צו א בר מצוה. און די פאר'חלש'טערהייט נעמסט קוים א קליין שטיקעלע און ביסט שוין זאט. געספענט $200 אויף אויספאסט און קוים א לעק ביסטו טועם בייזערט זיך די בני בית.

מאנכע רעדן וועגען די פראבלעמען פון אריינפאסטען אבער העיקר חסר מן הספר "אויספאסטען" איז פון די שווערע מלאכות שבמקדש און אונז דארפען די עולם זאל ארויסהעלפען מיט גוטע מאכלים אויסצופאסטען און גוטע עצות וויאזוי דאס צו טוען.

אגב דער יאר פלאן איך אויסצופאסטען אויף הייסע טשולענט און קישקע היות עס איז ליל ששי און תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר