יארן לאנג זײט די צװײטע װעלט מלחמה האט זיך געדרײט א לעגענדע פון א באן פול מיט אוצרות װאס די
נאציס ימ״ש האבן באהאלטן ערגעץ אין פולין. די באן הײסט עס ליגט אין אײנער פון די מײלען פון טונעלס
װאס די נאציס ימ״ש (אידן?) האבן געלאזט גראבן.
פארשטײט זיך עס זענען כסדר אפיר געקומען עדות װאס האבןעס אדער געזעהן אדער געהערט פון משפחה
דערװעגן. דורך אויס די יארן זענען אויך געװעזן מענטשען װאס האבן געזאגט אז זײ האבן עס געטראפן נאר
זײ װילן געלט פאר עס געפינען אבער זײ האבן גארנישט געהאט װאס זו װײזן.
די לעצטע װאכן זענען צװײ מענטשן געקומען זאגן אז זײ װײסן װי עס איז נאר זײ װילן א 10% finders fee.
בקיצור איעדע איז געװען סקעפטיש אבער דער מעיאר פון Walbrzych, Poland האט קאנפירמד אז זײ האבן
טאקע געטראפן א/די באן אבער האט נישט געזאגט צו זײ האבן עס אלײנס געטראפען אדער צו זײ האבן באצאלט
פאר עס געפינען. זײ זאגן אז מען האט נאכנישט באזוכט דעם באן און זײ װײסן נישט װאס עס ליגט דארט אלס.
עס איז זײער מעגליך דא דארט אוצרות אבער װי אויך װאפן און באמבעס און װי אויך האט זיך מעגליך אן
געזאמעלט דארט נאטורליכע שעדליכע גאזן טיף איטער דער ערד.
http://www.popularmechanics.com/adventu ... ain-found/