בלאט 1 פון 1

זאכן וואס איך זוך אויפן אינטערנעט

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 2:50 pm
דורך רוסישער
וואו קען איך געפינען אלטע גליונות פון "דער טאג" אויף די אינטערנעט.

אויך, אימעצער ווייס פון א וועבסייט וואו מ'קען דאונלוד'ן הרצאות אין עברית אויפ'ן אקאדעמישען גאנג, בדומה צו YU torah , וואו ס'דא אחוץ תורה, אויך ענינים פון מחקר און היסטור'.

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 11:29 pm
דורך פלאוויוס
[tag]רוסישער[/tag], האסט פרובירט צו ניצן דעם "אוניברסיטה הפתוחה"?

נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 11:32 pm
דורך טאמבל סאס

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:22 pm
דורך רוסישער
טאמבל סאס האט געשריבן:http://web.nli.org.il/sites/JPress/Hebrew/Pages/AllJPressPage.aspx?Field=NLIPress_Languages&Value=%D7%A2%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%AA&p=4


איך האב דארטן ניט געפונען דער צייטונג "דער טאג". איך זוך די גליונות פון 1938, דער וואס קען עפעס העלפן וואלט איך עם שטארק געדאנקט.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 8:06 am
דורך טאמבל סאס
איך זוך א גוטע ארטיקל וואס צעלייגט די אימעיל פרענזי היינט צוטאגס, ספעציעל אין ביוראקראטישע קארפארעיט ביזנעסער, אוואו ארבעטער זענען ביזי שרייבן אהין און צוריק לאנגע דווינדעלדיגע אימעילס. אטעמען און גרעפצן אין יעדן אימעיל.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 10:27 am
דורך Chuchem

Re: זאכן וואס איך זוך אויפן אינטערנעט

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2015 2:18 pm
דורך טאמבל סאס
גוט!! דאנקע

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 6:10 am
דורך שצם_חנכל
איך זוך די פולע אינהאלט פון אלע צארישע רעגולאציעס בנוגע אידישע קליידונג ארויסגעגעבן און די יארן 1844-1851 (תר״ד-תרי״א), און אויב מעגליך די אפיציעלע מאטיוון אונטער דעם (אויב עס איז געשריבען ערגעץ)

Re: זאכן וואס איך זוך אויפן אינטערנעט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 9:05 am
דורך דעת תורה
שצם_חנכל האט געשריבן:איך זוך די פולע אינהאלט פון אלע צארישע רעגולאציעס בנוגע אידישע קליידונג ארויסגעגעבן און די יארן 1844-1851 (תר״ד-תרי״א), און אויב מעגליך די אפיציעלע מאטיוון אונטער דעם (אויב עס איז געשריבען ערגעץ)

סעים העיר.

מער אזוי, און בעיקר זוך איך דאטא וויאזוי, ווי שטארק די גזירות זענען אריין אין קראפט, ווי סאך זיי האבן אויסגעמאכט יארן שפעטער, און דער חילוק - אויב עס איז געווען איינס - צווישן רוסלאנד גופא און קאנגרעס פוילן, ליטא, אוקריינע א.א.וו.

Re: זאכן וואס איך זוך אויפן אינטערנעט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:38 am
דורך [NAMELESS]
עס איז ארויסגעקומען לעצטנעס א ספר פון מוסד הרב קוק אין די נושא,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 3:22 pm
דורך געוואלדיג
די ספר הייסט דאכט זיך מיר "לבוש היהודי במשך הדורות" זייער אינפארמאטיוו.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2015 4:45 pm
דורך יודישע שרייבער
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען לעצטנעס א ספר פון מוסד הרב קוק אין די נושא,
געוואלדיג האט געשריבן:די ספר הייסט דאכט זיך מיר "לבוש היהודי במשך הדורות" זייער אינפארמאטיוו.

זייער שיין צו צוזעהן ווי די גבאי החודש [tag]גראדעמעכעלע[/tag] און [tag]געוואלדיג[/tag] רייסן זיך ארום צו העלפן די אנדערע חברים פון שטיבל.

Re: זאכן וואס איך זוך אויפן אינטערנעט

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:50 am
דורך ירא שמים
ImageUploadedByTapatalk1441947000.801163.jpg
איר מיינט דאס ? דאס איז נישט מוסד רב קוק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 1:32 am
דורך געוואלדיג
איך האב דאס געמיינט, ווייס איך נישט צו גראדע מיינט די זעלבע.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 7:12 am
דורך שצם_חנכל
אין די פארנומענע יעצטיגע טעג איז מיר נישט אויסגעקומען צו באדאנקען זיך פאר [tag]גראדעמעכעלע[/tag] [tag]געוואלדיג[/tag] און [tag]ירא שמים[/tag]

דאנקע שיין אלע, דער בוך וועט אוודאי ארויפגיין אויף מיין ׳צו ליינען׳ ליסטע, אבער איך וואלט נאכאלץ געוואלט וויסן אויב די רעגולאציעס זענען געווען געשריבען בשעתם און אויב יא צו קען מען עס זען ערגעץ היינט צוטאג? נאר אויף רוסיש אדער מעגליך אויך אין ענגליש/העברעאיש?

רעדענדיג פון באשרייבונגען איבער דעם נושא איז אינטערעסאנט אנציווייזן א שיינע אקעדעמישע ווערק איבער דעם תקופה אין וואס עס ווערט אביסל אויסגעשמועסט וויאזוי די געזעצען זענען געווארן אויפגענומען און אויך א זיסע אריינבליק און די טאג טעגליכע הלך ילך פון די קאטשע-לאוונע ווארשעווע חסידים:
http://www.academia.edu/11927481/The_Ga ... erer_Rebbe

מער איבער דעם מחבר און נאך ביכער פון אים איבער חסידים אין פוילן זע דא:
http://www.gdynner.com

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 13, 2015 9:32 am
דורך געוואלדיג
איך ווייס נישט פון וואו ער האט דאס, אבער ער האט דארט קאפי'ס פון ארגינעלע דאקומענטן פון יענע תקופה.

Re: זאכן וואס איך זוך אויפן אינטערנעט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 10:03 pm
דורך ירא שמים
כזוך טעקסט פון פירושי המלבי״ם על התנ״ך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 10:11 pm
דורך געוואלדיג

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 9:38 am
דורך פלעין יודיש
ווי קען מען דאונלאודען בחינם די driver manual handbook אויף יודיש
איך רעד פון די ביך וואס מ'דארף דורכליינען פארן באקימען א דרייווינג לייסענס פערמיט

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 5:42 pm
דורך דבילה