בלאט 1 פון 1

יודישע שפראכן

נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 2:53 pm
דורך קרעמער1
ס'איז א פשוטע זאך אז דער איד - סיי וואו ער האט זיך נאר געפינען - האט גערעדט עטוואס אן אנדערן אויסשפראך ווי זיין שכן דער גוי אפי' אפיציעל האט ער גערעדט דעם לאנדס-שפראך
ווייל אז ער האט באזונדערע קולטורן און רעגולאציעס איז נישט מעגליך אז ער זאל זיך באנוצן מיט גענוי די זעלבע ווערטער.

מיינט דאס דען אז דער איד האט אן אנדערע שפראך? און מער ספעציפיש: דער איד פון פלעטבוש רעדט "ענגליש" אדער אן אנדערע שפראך וואס האט נאכנישט קיין נאמען?

און אינ'אמת'ן איז דאס נישט נאר ביי אידן. דער שווארצער-אמעריקאנער (אפריקן-אמעריקן) האט אנדערע אויסדרוקן כאטש יעדער אמעריקאנער וועט אים פארשטיין, און דאס זעלבע דער ספאנישער און כינעזער

נאך א זאך וואס איז אייביג אנדערש אין יעדע מדינה איז דער "אקצענט".
איז מיינט דאס צום ביישפיל אז "בריטיש-ענגליש" איז אן אנדערע שפראך ווי א"מעריקאנער-ענגליש"?

און אויב יא, קען מען אנרופן דער "גאליציאנער-אידיש" א באזונדערע "שפראך" ווי "אונגארישע-אידיש"? און אזוי אויך דער "ליטווישער-אידיש" און "ירושלימער-אידיש"?

און מ'קען גיין נאך ווייטער. היינט-צו-טאג האט יעדע קהילה א באזונדערע אויסשפראך און געוויסע ווערטער וואס אנדערע נוצן נישט. אלעס צוליב די באזונדערע קולטורן און די איבערלעבענישן אינעם מקום און געזעלשאפט וואו מען געפינט זיך.
אפי' דער בארא-פארקער איד, וואס רעדט ענגליש מבטן ומלידה, וועט נישט רעדן דעם זעלבן ענגליש ווי דעם פלעטבושן וואס רעדט עס אויך פון געבורט. ווערט עס דערפאר א באזונדערע שפראך?
(שוין אפגערעדט דעם לעיקוואדן-ענגליש)

און אין תוך גענומען, אז מען וויל זיך משוגע מאכן קען יעדע משפחה זאגן אז זיי האבן א באזונדערע שפראך מיט געוויסע ווערטער וואס נאר זיי נוצן און פארשטייען.

(פאר עקזעמפל, ביי מיין שווער נוצן מען "הארי פלארי" אנשטאט "הוידל בוידל"...)

יעדנפאלס, איז עס א זאך וואס האט נישט קיין קלארער ענטפער און ס'איז היינט א גאנצער פארשונג ביי די לינגוויסטן אין די אוניווערזיטעטן.

http://huc.edu/faculty/faculty/benor.shtml

http://www.jewish-languages.org/

נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:00 pm
דורך מאמע לשון
די סייט איז ניי, אבער גוטע אינהאלטסרייכע ארטיקלען בנוגע "יידיש".

http://mamalushen.blogspot.com/

ליינט דעם ערשטן ארטיקל - בראשית ברא.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:51 am
דורך מורינו הרב
איז אונזער שפראך אזוי פארארעמט אז קיינער קען נישט מגיב זיין דא?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 11:07 pm
דורך מאמע לשון
דאס איז נאר א קליינער אנדייטונג פונעם אומ-אונטערעסע צו יידיש. איי וואספארא ווייטאג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:04 am
דורך מאמע לשון
קודם כל, מען דארף נישט ליינען דעם בלאג און שפרינגען אהער צו קאמענטירן, מען קען קאמענטירן אויפן בלאג אליין.

צווייטענס ביסטו גערעכט אז עס וואלט געווען כדאי צו עפענען א טיף שמועס'ל טאקע דא אין שטיבל, אי"ה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:48 am
דורך גוטזאגער
איין זאך וויל איך פארשטיין וואס איז די גרויסע גדולה מיט אידיש אחוץ אז עס איז מיין מאמע לשון? פ"וו באוויינט דער ידעשיסט די יידישע שפראכע ווען בו בעת וויל ער פון יהודית גארנישט וויסען? און ער אליין קען און רעדט א צווייטע שפראך פ"וו איז ער אזוי אינטערסירט אז די יודישע שפראך זאל נישט אינטערגיין

און אויך בין איך נייגעריג פ"וו טאקע נאכען אזויפיל אינוועסירען, נאך אזויפיל יידישיסטען וואס האבען זיך ,אריינגעלייגט מיט אייפער און שווייס אז יידיש זאל בלייבען א שפראך מיט ליטאטאור, טיאטער, שפילען, צייטונגען ביכער, און ענליכס פ"וו טאקע האלט יידיש ביים אינטערגיין

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:34 pm
דורך מאמע לשון
דאס לעצטער - ערב יום כיפור - ליד.

http://mamalushen.blogspot.com/2012_09_21_archive.html

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:44 pm
דורך מאמע לשון
גוטזאגער האט געשריבן:איין זאך וויל איך פארשטיין וואס איז די גרויסע גדולה מיט אידיש אחוץ אז עס איז מיין מאמע לשון? פ"וו באוויינט דער ידעשיסט די יידישע שפראכע ווען בו בעת וויל ער פון יהודית גארנישט וויסען? און ער אליין קען און רעדט א צווייטע שפראך פ"וו איז ער אזוי אינטערסירט אז די יודישע שפראך זאל נישט אינטערגיין

און אויך בין איך נייגעריג פ"וו טאקע נאכען אזויפיל אינוועסירען, נאך אזויפיל יידישיסטען וואס האבען זיך ,אריינגעלייגט מיט אייפער און שווייס אז יידיש זאל בלייבען א שפראך מיט ליטאטאור, טיאטער, שפילען, צייטונגען ביכער, און ענליכס פ"וו טאקע האלט יידיש ביים אינטערגיין


יידיש רעדן האט גארנישט מיט זיך יידיש פירן. עס איז פונקט ווי דו גייסט פרעגן היתכן ער באשטעלט א הייס שטיקל חזיר אויף עברית..?!
דו וואס פירן זיך יידיש רעדן די יידישע שפראך, אבער נישט אלע וואס רעדן יידיש פירן זיך יידיש, ער לעבט ווי א גוי אבער די שפראך איז איהם פארליבט און טייער אין מויל אלס זיין יוגענט שפראך צו אלס זיין פאקטישער אידענטיטעט וכו'.

און דאס איז דער ענטפער צו דיין נעקסטער פראגע, דאס טאקע אז זיי האבן זיך נישט "געפירט" יידיש, זענען די קינדער זייערע שוין אינגאנצן אפגעטיילט געווארן אפילו פונעם לשון אויכעט.
אין אנדערע ווערטער, א דור צוויי צוריק איז געווען פילע יידישיסטן און דער שפראך האט געשטראלט, אבער האבן נישט איבערגעלאזט קיין יידיש רעדענדע יורשים!

היינט איז יידיש פארבליבן בלויז ביים אלטרע-ארטאדאקסישע קרייז וואס "פירן" זיך צו זיין אפגעטיילט פון טיאטער און שפילערייען און פון עס פארברייטערן אויף א פובליק פארנעם.

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 8:40 pm
דורך אידעלע מיטן פידעלע
א נייע דיאלעקט איז נאכנישט א נייע שפראך. ענגלאד און אמעריקע האבן די זעלבע שפראך. די נענסטע זאך צו א נייע שפראך איז די ענגליש וואס די ישיבה לייט רעדן אין לעיקוואוד

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 9:14 pm
דורך יואליש
קרעמער1 האט געשריבן:
און אין תוך גענומען, אז מען וויל זיך משוגע מאכן קען יעדע משפחה זאגן אז זיי האבן א באזונדערע שפראך מיט געוויסע ווערטער וואס נאר זיי נוצן און פארשטייען.



די גארדיען האט דעם פארגאנגענעם פרייטאג באשריבן דיאלעקט און פאמיליעקט.

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 9:21 pm
דורך יואליש
אפי' די קולות פון חיות ובהמות האבן אנדערע דיאלעקטן אין אנדערע קולטורן...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 5:35 pm
דורך קרעמער1
איין מסתבר'דיגע ענטפער צו די פראגע איז: ווען די מענטשן וואס רעדן דאס, אנערקענען אז זיי רעדן א באזונדערע שפראך.

אבער נישט אלע לינגוויסטן האלטן אזוי.