דער רוף פון ארץ ישראל!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

דער רוף פון ארץ ישראל!

שליחה דורך זורח »

כ'האב אפגעשטאט פאראיאר א באזוך אין ארץ-ישראל. כ'וועל אייך דערוועגן נאך מער דערציילן שפעטער, נאר פריער לאזט מיך אויסדרוקן דעם רושם וואס דאס האט אויף מיר געמאכט.

פרעכטיגע בערג הייבן זיך מיט שטאלץ אין צענטער פונעם אידישן לאנד, און איבער דעם גרינעם גראז וואס באדעקן די פעלזן לויפן ארום בארוועסע קינדער – קינדער וואס געהערן צום אידישן פאלק, מיט פיסלעך וואס געהערן צום אידישן פאלק. די סאנדאלן האבן זיי ערגעצוואו איבערגעלאזט אויפ'ן גראז, זייענדיג פארנומען מיטן שפילן, און די בארוועסע פיס פאראייניגן דאס קינד מיטן לאנד אויף אן אופן וואס מיר קענען גארנישט באגרייפן. דא דארט וועט א שטיינדל א קריץ טון אין די בארוועסע פיס, אבער דאס קינד, וועמענס קאפ ס'איז איבערגעדעקט מיט א גרויסן געשטריקטן קאפל, וועט זיך נישט צוטון מאכן דערפון.

די פרייע ווינט שאקלט זיינע צעלאשעטע פיאות'לעך אהין און צוריק, און דער וואס קוקט זיך צו צו זיין נאטירליכן געלויף וואלט געמעגט באמערקן אז עפעס גאר גרויס קומט דא פאר. אט די פיסלעך זענען עדות אויף דער פארווירקליכונג פון די אידישע האפענונגען במשך טויזנטער יארן, זיך אומצוקערן צום לאנד פון אונזערע אבות און פילן ווידעראמאל דעם נאטירליכן בונד וואס א מענטש פילט צו זיין היימלאנד. אט די פיסלעך און דאס שטופערישע געלעכטער ארום פירן פאקטיש אויס די נבואות פון ישעיה, ירמיה און זכריה, וואס דאס אידישע פאלק האט געטראגן מיט זיך אויפ'ן הארצן אזויפיל יארן, אויסווארטנדיג דעם גרויסן מאמענט פון זיך צוריקערן קיין ארץ ישראל.

די קריגערייען וואס ברעכן אמאל אויס צווישן קליינע קינדער, פונקט ווי די פרייליכע שפילערייען אין שויס פון נאטור, שפילן למעשה אויס די פארווירקליכונג פון אט דעם אלעמען וואס די פסוקים האבן אונז צוגעזאגט. די וואכעדיגע גאסן, די שטיינערנע הייזער און די אויסגעלייגטע באלאטעס, אפילו די שילדן אויף דער גאס מיט די אידישע אויפשריפטן דערויף, דערציילן אלע דאס זעלבע. זיי דערציילן א וואונדערליכע געשיכטע וואס האט זיך געטראפן מיטן אידישן פאלק: דער נס פון אומקער נאך צוויי טויזנט יאר!

שטייענדיג פאר'ן טראפיק ליכט אין ירושלים, ווארטנדיג געדולדיג אויף די אויטאמאבילן וואס יאגן זיך פארביי, איז מיר דורכגעלאפן די מחשבה, ווי וואונדערליך ס'איז דאס געפיל צו שטיין ביי רויט אינעם לאנד פון אונזערע אבות, און פילן דערביי די גרויסע רחמנות פון הקב"ה, וועלכער האט געברענגט אונזער פאלק צו דעם יעצטיגן פונקט אין געשיכטע. וויפיל געלט וואלטן געצאלט מיינע עלטערן, וועלכע זענען געווען פארכאפט אין א ברענענדיגער אייראפע מיט פינף און זיבעציג יאר צוריק, צו קענען שטיין אויף דעם פלאץ?...

צו קלערן אז דוקא איך האב זוכה געווען צו לעבן אין איינעם פון די בעסטע פונקטן אין דער אידישער געשיכטע, און אז דוקא איך האב זוכה געווען צו באטרעטן די הייליגע ערד, אין א צייט ווען מיין פאלק איז אהין צוריק, נאך א צייט אפשניט פון צוויי טויזנט יאר וואס דאס פאלק האט געשפייט בלוט אויף יעדן פלאץ, איז באמת אן אומרעאליסטישער געדאנק. נאר ווען דער טראפיק-ליכט איז געווארן גרין און כ'האב געקענט אריבערגיין די גאס, האב איך דערזען אז ס'איז פארט א מציאות. דא האט שוין מיין בלוטדרוק גענומען ווילד זעצן. וואס'זשע טוט אזא איד ווי איך צו וואוינען אין גלות ווען דאס אומקער צו אונזער היים גייט שוין אן אין פולסטן קראפט? כאטש נעם און ווער משוגע.

צוריקקומענדיג קיין ניו יארק, האט מיך די פראגע נישט געלאזט מנוחה: פארוואס דארפן מיינע אויגן זען געלע סקול-באסעס און נישט למשל ארץ-ישראל'דיגע טייטלביימער? פארוואס דארף מיין מויל פילן דעם טעם פון אמעריקאנער פוטער, ווען איך קען פילן דעם טעם פון "תנובה" פוטער? פארוואס זאלן מיינע קינדער אויפוואקסן אפגעריסן פונעם אידישן לאנד, צווישן פרעמדע מענטשן און געדאנקען, ווען דאס אידישע לאנד בליט מיט אידישקייט פון יעדן ווינקל? אויב ארץ-ישראל איז שוין היינט צוטאגס באזעצט מיט מיליאנען אידן, ווי קומט דאס אז איך זיץ נאך ווי א וואנזיניגער אויף א פרעמדער ערד, צווישן פרעמדע מענטשן, פרעמדע לעבנס-וועגן, רעדנדיג וועגן ציון ווי אן אומדערגרייכבארע זאך? קען מען דאך טאקע גערירט ווערן פון זינען.

ציון מיין טייערע, דו פלאקערסט אויף א פייער אין מיין הארץ. ס'איז גענוג איין באזוך אין דיינע "וואכעדיגע" גאסן, צו פילן ווי דער סאמע "שבת" ווערט ערוועקט אין מיר. איך בין מזלזל אין אלעמען וואס איך זע אין ניו יארק, קיין שום זאך מאכט נישט מער קיין איינדרוק אויף מיר, ווייל ס'איז א פארהייליגונג פון צייטווייליגקייט בשעת די אייביגע היים פונעם אידישן פאלק שטייט און ווארט אויף אונז. ציון מיין טייערע, דעם פלאם פון בענקשאפט וואס דו האסט אין מיר ערוועקט וועט נישט פארלאשן ווערן אזוי לאנג, ביז איך וועל מיין לעבנס-ווינטש ערפילן, זיך אומצוקערן צו דיינע גרעניצן אינאיינעם מיט מיין משפחה, כדי זיך צו פאראייניגן מיט דעם אידישן פאלק!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר