בלאט 1 פון 3

לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 4:32 pm
דורך shem-tov
פארגאנגענעם שב"ק האב איך געהערט אינטערסאנטע נייעס אז לקראת שנת תשע"ו ווערט געפלאנט נייע מוסדות התורה והחינוך בגלילות קרית יואל מיטן נאמן "מוסדות תולדות רבינו יואל מסאטמאר"

עס גייען ארום עטלעכע פארביטערטע יונגעלייטלעך און פרובירן צו שאפן א גרעס-רוט קאמפעין אויפצובויען א נייטראלע סאטמארע מוסד על טהרת הקודש בכל פרטיה ודוקדוקיה, די חברה ארבעטן אריין, זיי ארבעטן אויף שטיצע פון חשובע רבנים תלמידי רביה"ק, זיי שפאנען איין ערפארענע מחנכים מיט ברייטע עקספיריענס בשדה החינוך, אויך ארבעטן זיי אויף נגידים, איך הער אז זיי האבן עפעס שטיצע פון ערענסטע נגידים יונגעלייט וואס פארשטייען דאס נחוצות הענין, זיי האבן געלייגט א יד אויף עפעס א בנין בגלילות קרית יואל וואס זיי האפן אפצוקויפן און גרייט מאכן צום נייעם יאר, זיי ארבעטן מיט איינעם וואס ארלעדיגט פראגראמ'ס פאר מוסדות, בקיצור די חברה זענען עפעס מוראדיג אנטשלאסן פארצוזעצן זייערע פלענער.

וואס גייט פאר? וואס פעלט אויס נאך א מוסד, ווער איך שאקירט פון די תשובה אז כעת דרייען זיך ארום עטליכע קינדער-געבענטשטע משפחות אין קרית יואל וואס מען האט סוכות-צייט איינגעמאלדן דעם טאטען אז זיין פלאץ איז מער נישט אין קרית יואל. טראגט אייך אפ פון דא. איי ווי זאל איך גיין. איז דער ענטפער, ציט אייך קיין מאנסי, קיין קאנארסי, איבעראל אבער נישט דא, דיינע קינדער ווערן נישט צוריקגענומען און אונזערע מוסדות. די עלטערן פרובירן מיט גוטן און מיט בייזן אבער גארנישט, ס'נישטא מיט וועם צו רעדן. חוץ פון דעם זענען דא אן א שעור היימישע סאטמערע יונגעלייטלעך שומרי תורה ומצות, שומרי שבת וקוראי עונג, ערליכע סאטמערע תלמידים פון אונזער סיסטעם וואס מען מאכט זיי דעם טויט ווען זיי ווילן איינשרייבן די קינדער אין די מוסדות. בקיצור זאגן זיי גענוג איז גענוג נמנו וגמרו, עת לעשות לה' מען גייט מאכן מוסדות פאר אונזערע קינדערלעך.

פרעג איך זיי פארוואס שיקן זיי נישט אין איינע פון די אנדערע מוסדות, איז די תשובה אז בשו"א וועט די צווייטע מוסד אנעמען א משפחה מיט קינדער אויב איז ער אנטזאגט געווארן פון איין מוסד, מיטן סלאגען אז עפעס אמת מוז דאך זיין אין די עבירות וואס מען זאגט אויפן "טאטען" טא באלאנגט ער נישט אין אונזער מוסד. (נאך אלעם איז דאך דער טאטע נישט קיין ספרדישער אדער תימנ'ער נאר מבשרינו ממילא איז ער גאר פארפוילט). נאך מער גייט די רשעות, די מוסד פון ווי ער קומט וועט נאך צוזאמרעדן כל דבר אסור זיכער צו מאכן אז דער טאטע פאלט אויף די קניען און כאפט זיין הארץ אטאקע ה"י. למען ישמעו ויראו. והשנית איז עס זייער שווער פאר א גרעסערע קינד צו טוישן קלאס אין א שפעטערע עלטער, והשלישית באלאנגט ער דאך נישט פונקטלעך דארטן ווי ער איז יעצט געצווינגען צו שיקן.

גיי איך אזוי שטילערהייט און איך פרעג די חכמים אפאר קשיות, קודם פארוואס ווייס מען נישט פון די ארויסגעווארפענע משפחות? צווייטענס וויל איך וויסן ווער וועט אנפירן אזא מוסד, וועלעכע סארט סאטמאר גייט עס זיין, און וואס וועלן זיין די גדרים וסייגים. בקיצור אויף אלעם האבן זיי אנגעגרייטע תשובות. קודם זאגן זיי אז די משפחות זענען אונטער געפערליכע בושות און צער אז די קינדער זיצן אינדערהיים א גאנצן טאג, ממילא איז עס א גרויסער סוד זיי עסען זיך אויף שטילערהייט, און לגבי די עצם מוסד טענהן זיי דאס ווועט באשטיין פון יעדען חסידי מהר"א, מהרז"ל, בני יואל, אבער בעיקר פון אזעלעכע וואס האבן די גאנצע מעשה אין בוידעם, זייער איינציגע זארג איז אז זייערע טייערע קינדערלעך זאלן לערנען תורה און יראה פונקט ווי זיי און זייערע עלטערן האבן געלערנט. און כבר היה בעולמו זעלבסשטענדיגע מוסדות אין מאנסי און בארא פארק, סוועט זיין א וועד ההורים מיט א באורד, און סוועט געפירט ווערן אזוי ווי א מוסד דארף געפירט ווערן מיט די אינטערעסן פונעם אייבערשטען און מיט זיינע תשב"ר אלץ טאפ פרייאריטי. דערנאך קומט ערפארענע מחנחים מיט קרעדענשאלס און א נארמאלער סיסטעם און די פסולת וועט בלייבן דארטן ווי סבאלאנגט.

און לגבי די רולס זאגן זיי אזוי. יש לנו אב זקן, תרתי משמע. ס'דא א באשעפער און א תורה און דאס איז דער וועגווייזער. והשנית. ווער ס'וואוינט אין מאנרא מיינט אז ער איז א סאטמערער חסיד תוכו כברו. א אמתדיגער סאטמארער חסיד איז א בעל חסד א בעל צדקה און א בר שכל. יעדער סאטמאר חסיד האט אן אהבת נפש צו רביה"ק והטהור זי"ע דער מוסד וועט זיין א סאטמארער מוסד מיר ווילן זיין ערליך, מיר ווילן האבן ערליכע נארמאלע קינדער, מיר ווילן זיין נוטראל, מיר ווילן נישט אנפילן די קעפ זייערע מיט ליידיגע שטותים והבלים. מיר ווייסן זייער קלאר וואס אונז ווילמער. בקיצור ער רעדט און רעדט...

גיב איך נאך אזא פרעג דאן פארוואס בגלילות. פארוואס נישט אין קרית יואל זאגט ער אז נאר בגלילות וועט אזא זאך קענען פאסירן בדרך הטבע, און ווייזן אן אויף די פרעכטיגע ויואל משה בנין און אויף בני יואל אין וואדבערי . בדרך אגב זענען די חברה זייער א קעגן אנעקסעישאן. איך ווייס נאכנישט פונקטלעך פארוואס.

ע"כ איז דער באריכט וואס כ'האב אזוי אויפגעכאפט דעם שבת. יעצט וויל איך דא פרעגן דעם עולם קודם איז טאקע אמת אז ס'דא משפחות וואס זענען ממש אויפן וואסער אן א מוסדות בעיר קרית יואל. אויב יא איז דאך עס א הימל געשריי שאין כמוהו. והשנית וואס זאגט איר צו דעם פלאן פון מוסדות תולדות יואל. איז עס בכלל א מעגליכקייט דורכצופירן נייטראלע מוסדות וועט זיך דער סיסטעם טוישן.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 4:33 pm
דורך איש את רעהו
כ'גלייב נישט ס'וועט זיך טוישען.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 4:57 pm
דורך שמעקעדיג
מען מוז עס טון, אפגעזעהן ווי שווער. עס איז א געוואלדיגע זכות, און זענען ריכטיג מקיים תקנת ר"י בן גמלא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:22 am
דורך שמן זית
פון איין זייט טראכט איך צו מיר איז עס דאך א געוואלדיגע זאך, א מוסדות ווי מ'וועט יעדעם ארייננעמען, ס'וועט נישט זיין קיין אויסנאמען.

פון די אנדערע זייט זענען די אויסזיכטען עס זאל מצליח זיין, בעיני, נענטער צו נול.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:35 am
דורך Ben-Shishim
It's a fact, it's happening, and sooner then you think.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 11:45 am
דורך שמן זית
קען זיין עס גייט געשעהן, כ'בין נישט מחולק דערמיט.

אבער קוקנדיג אביעקטיוו זעה איך נישט וויאזוי א מוסדות פון די וואס מ'נעמט נישט אן ערגעץ אנדערש, קען האבן א זכות קיום.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:02 pm
דורך shem-tov
שמן זית האט געשריבן:פון איין זייט טראכט איך צו מיר איז עס דאך א געוואלדיגע זאך, א מוסדות ווי מ'וועט יעדעם ארייננעמען, ס'וועט נישט זיין קיין אויסנאמען.

פון די אנדערע זייט זענען די אויסזיכטען עס זאל מצליח זיין, בעיני, נענטער צו נול.


סתם פאר אינטערסאנטקייט ווער האט דיר געזאגט אז דארט גייט מען אנעמן יעדעם.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:07 pm
דורך שמן זית
ווי איך פארשטיי, איז די ציל פון די מוסדות אנצונעמען די וואס ווערן נישט אנגענומען דורך די אנדערע מוסדות.

עכ"פ אזוי האסטו געשריבן אינעם ערשטען תגובה פונעם אשכול.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:10 pm
דורך שמן זית
און דעס איז וואס איך זאג: אויב נעמסטו אן יעדעם, איז דא שוואכע אויסזיכטען עס זאל האבן א קיום,
ווידעראום, אויב נישט, מה הועילו חכמים בתקנתם?

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:11 pm
דורך shem-tov
שמן זית האט געשריבן:קען זיין עס גייט געשעהן, כ'בין נישט מחולק דערמיט.

אבער קוקנדיג אביעקטיוו זעה איך נישט וויאזוי א מוסדות פון די וואס מ'נעמט נישט אן ערגעץ אנדערש, קען האבן א זכות קיום.



די חברה האלטן אז די יעצטיגע סיסטעם איז קוראפטירט און זיי ווילן נישט האבן קיין מגע ומשא מיט די מוסדות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:18 pm
דורך shem-tov
שמן זית האט געשריבן:און דעס איז וואס איך זאג: אויב נעמסטו אן יעדעם, איז דא שוואכע אויסזיכטען עס זאל האבן א קיום,
ווידעראום, אויב נישט, מה הועילו חכמים בתקנתם?


לייען עס איבער אביסל מער בעיון און אויב ספעלט אויס לייען עס איבער דריי מאל וועסטו פארשטיין וואס זיי זאגן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:20 pm
דורך שמן זית
ס'איז דא איין פראבלעם, האסט מיר נישט אנגעהויבן צו ענטפערן....

וואס פונקטליך איז א נפק"מ וואס זיי האלטן וועגן די מוסדות??

אויב נעמען זיי אריין יעדעם, גייען זיי זיך מסתם צומאכן גלייך פארן עפענען.. (בעיני)
און אויב נישט, זענען זיי דאך פונקט אזוי קארופטירט??

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:25 pm
דורך שמן זית
shem-tov האט געשריבן:פארגאנגענעם שב"ק האב איך געהערט אינטערסאנטע נייעס אז לקראת שנת תשע"ו ווערט געפלאנט נייע מוסדות התורה והחינוך בגלילות קרית יואל מיטן נאמן "מוסדות תולדות רבינו יואל מסאטמאר"

וואס גייט פאר? וואס פעלט אויס נאך א מוסד, ווער איך שאקירט פון די תשובה אז כעת דרייען זיך ארום עטליכע קינדער-געבענטשטע משפחות אין קרית יואל וואס מען האט סוכות-צייט איינגעמאלדן דעם טאטען אז זיין פלאץ איז מער נישט אין קרית יואל. טראגט אייך אפ פון דא. איי ווי זאל איך גיין. איז דער ענטפער, ציט אייך קיין מאנסי, קיין קאנארסי, איבעראל אבער נישט דא, דיינע קינדער ווערן נישט צוריקגענומען און אונזערע מוסדות. די עלטערן פרובירן מיט גוטן און מיט בייזן אבער גארנישט, ס'נישטא מיט וועם צו רעדן. חוץ פון דעם זענען דא אן א שעור היימישע סאטמערע יונגעלייטלעך שומרי תורה ומצות, שומרי שבת וקוראי עונג, ערליכע סאטמערע תלמידים פון אונזער סיסטעם וואס מען מאכט זיי דעם טויט ווען זיי ווילן איינשרייבן די קינדער אין די מוסדות. בקיצור זאגן זיי גענוג איז גענוג נמנו וגמרו, עת לעשות לה' מען גייט מאכן מוסדות פאר אונזערע קינדערלעך.


די ציל דא איז אז די קינדער וואס מ'נעמט נישט אן מאיזה סיבה שהוא אין די עקזיסטירנדע מוסדות, זאלן האבן וואו צו לערנען, יא?
כ'האב עפעס שלעכט פארשטאנען??

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:35 pm
דורך shem-tov
יא זייער שלעכט פארשטאנען. די קינדער ווערען גערן אנגענומען אין יעדן מוסד ( ווען וועלט וואלט געווען וועלט ) אבער דא ווערן די טאטעס' נישט אנגענומען. אבער ווי איך פארשטיי איז דאס נישט' די עיקר סיבה פארוואס די יונגעלייט גרייטן זיך מייסד צו זיין דעם נייעם מוסד דאס איז בלויז נאך א רינגעלע

נשלח: מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:33 pm
דורך שמן זית
ווען מ'בעט מיר ווען איבערצוטייטשען דיינע ווערטער אויף מאמע לשון, וואלט ארויסגעקומען: קינדער וואס מ'נעמט נישט אן. מאיזה סיבה שהוא.
אויב דעס וואס דו שרייבסט איז נישט די סיבה פון גרינדן פרישע מוסדות, אפשר ביזטו מיר מגלה די ריכטיגע סיבה?

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 8:54 pm
דורך נורמאלי
האם יש דברים בגו?

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 8:41 am
דורך shem-tov
איך הער אז זיי האבן שוין עשרה ראשונים.

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 8:53 am
דורך [NAMELESS]
shem-tov האט געשריבן:איך הער אז זיי האבן שוין עשרה ראשונים.

מיט עשרה ראשונים קען מען דאכצעך גארנישט מאכן?! :?:

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 9:30 am
דורך יואליש
בני יואל חדר האט אנגעהויבן מיט ששה מתפללים.

Re: לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 9:57 am
דורך דעת תורה
מ'רעדט בסך הכל פון איין כיתה א' קלאס לויטן צעטל, סאו מיט 10 קינדער קען מען שוין האבן א קלאס בדוחק (אדער בריוח גדול... ווענדט זיך ווי גרויס די קלאס צימער איז).

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 10:01 am
דורך נורמאלי
איך פארשטיי אז אלעס איז "קאנפידענשאל", אבער אנע דערציילן ווער ס'איז די מנהל/רבי/הנהלה וואס שטייט אונטער דעם, וועט ער אינערגעץ נישט אנקומן, ס'איז דא א ריזיגע ציבור וואס וואלט גרייט געווען, אבער אז יענער באהאלט זיך באהאלט איך מיך אויך.

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 11:06 am
דורך berlbalaguleh
שם טוב: פון דעם תמצית פון דיינע רייד נעם איך ארויס אז ס'איז הא בהא תליא. די שאלה איז נאר וועלכעס איז געקומען פריער. און וועלכעס איז א תוצאה פון די ערשטע.
דאס איז נאטורליך פארשטענדליך אז אויב מ'האט באזייטיגט זייערע קינדער פון די מוסדות וועלן זיי נישט שטיצן א פאליטישע אגענדא פון די עסטאבלישמענט פונ'ם שטעטל. די שאלה איז נאר צו זייער התנגדות צו די פאליסיס און פאליטיק פונ'ם שטעטל האט עפעס געהאט צו טון מיט די באזייטיגונג פון זייערע קינדער.
איך וואוין נישט אין קר"י און איך ווייס נישט די אלע שטרעמונגען וועלכע זענען דער מציאות דארט. אבער איך ווייס פאר א פאקט אז מהר"א שליט"א איז פערזענליך נוטה צו העלפן אין א סאך משפחה עניינים וואו ס'מאכט זיך אמאל פארשידענע פראבלעמען. נאר אז מ'זאלל איהם שפייען אין פנים און מורד זיין אין זיין הנהגה דארט אין שטעטל, דאס איז שוין צו א סאך צו פארלאנגען.
נאכאמאל. איך בין נישט דארט און איך ווייס נישט ספעציפיש אין דעם ענין. אבער איך קען זאגן בכלליות. אז ס'איז דא א סאך קרומע קעפ דארט אין קרית יואל וואס ווילן סיי נהנה זיין פון די עסטאבליש'ד הנהגה און פון די אנדערע זייט שטיצן זיי גארנישט וואס ס'קומט ארויס פון די אנפירערשאפט. אדרבה. זיי גייען נאך אקעיגן. פונקט אזוי ווי די (פארדר--) בני יואל. זיי גייען אקעיגן א יעדע זאך מקטון ועד גדול. נאכמער זיי הענגען אלעס אן אין אידישקייט און אין דרך הסלולה לנו מרביה"ק. זיי מאכן אן חורבנות. און נאכדעם וויינען זיי ווי דער קאזאק הנגזל...!

Re: לקראת תשע"ו מוסדות תולדות יואל מסאטמאר אין ק"י

נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 11:19 am
דורך קאסטנער
berlbalaguleh האט געשריבן:. אבער איך ווייס פאר א פאקט אז מהר"א שליט"א איז פערזענליך נוטה צו העלפן אין א סאך משפחה עניינים וואו ס'מאכט זיך אמאל פארשידענע פראבלעמען. !

צינט אין לעשט